בלאט 1 פון 1

א ווענדונג צו די קהלה

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 02, 2006 4:36 pm
דורך התאחדות
איך וויל דא ארויפברענגן א נייע אשכול דאהער זאל יעדערער ארויפברענגן זיינע שאלעס, אנע אויסנאם.

תודה רבה.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 09, 2006 1:49 pm
דורך מעסטערמיינד
דער חשוב'ער דיין זאל אויף מיר קיין פאראיבל נישט האבען, אבער כ'טראכט אז ס'בלאנגט אפשר און דעם קאטאגטריע פון דעם ביהמ"ד... אויסער אויב דער דיין מיינט גאר קיין ערענסטע שאלות? מי יודע?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 11:00 pm
דורך cano
שאלה
וואס האסטו היינט געגסען פאר לאנטש?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 4:31 pm
דורך פענסטער
לויט וויאזוי איך קען דעם דאיען, איז יכלה הזמן והם לא יוכלו, ער וועט דא שרייבן און שרייבן, און נישט פערטיג ווערן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:10 pm
דורך קוטשער
געערטער דיין
א שאלה איך האב

פארוואס האט דער באשעפער מיר געמאכט פאר א קוטשער

עס איז וואר אז איך קען נישט אזוי לערנען
אבער דאווענען טו איך יא פרום

וואגלנדיג און פארנדיג אין די פארקערן
קומט ווינציג אויס צו נאנט זיין מיט אידישקייט


זייטס מוחל אידן
איך האב עס ארויפגעברענגט פון אפגרונט
ווייל איך מוז דאך זיין עפעס נייעס עפעס אינטרעסאנט
נישט סתם נאך א קרעטשמערער

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:19 pm
דורך יגרסהדותא
וואס האט גורם געווען איך זאל אויפהערן שרייבן?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:37 pm
דורך קוטשער
יגרסהדותא

פרעג בעסער
וואס האט גורם געווען אז דו זאלסט אנהייבן צוריק שרייבן

אמער דו שרייבסט דאך יעצט

אבער אויף די שאלה קען איך אויך ענטפערן
פשוט
מיין תגובה
איז עס אמת יגרסהדותא טייערער

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:39 pm
דורך קוטשער
איין מינוט יגרסהדותא
איך כאפ מיך יעצט א שרעקליכע זאך

אויב מען הערט אמאל אויף שרייבן
ווייס איך שוין נישט
אויב דער דיין שרייבט נאך

דעמאלטס וועט אונזער גאנצער ארבעט
זיין אלעס ארויסגעווארפן צייט

אוי וויי אשאד אשאד

קוים שוין ארויסגעשריגן די ווייטאגליכע עגבערונג
זאל עס נאך אין מיסט גיין

און קען זיין אז ווען ער וועט שוין יא ענטפערן
וועל איך שוין נישט זיין
אפשר וועל איך שוין האבן דענסטמאל אויפגעהערט שרייבן
אין וואספארא בלאטע בין איך דא אריינגעפאלן טאטע זיסער

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 3:13 pm
דורך סאכדעס
קוטשער, לאמיר דיר געבן א קוש אויפן שטערן, דו האסט מחי' געוועזן דעם דאיען, אנבעליפעפעל.

לענין כעל אריינגעבן דעם דאיען די שאלע, זאל ער זיך אפגעגבען דערמיט, און ער וועט מערצעשעם ענפערן בכתב.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 3:22 pm
דורך קוטשער
סאכדעס
קיש קיש
וואס ווען מען זאגן א קוטשער געקושט

יוי פונקט דעם שטערן

קוים יעצט

האט מיר דער פערד מיינער
אריינגעשליידערט דעם וויידעל זיינער
אינעם שטערן מיינער אריינער

אלעס וועל איך טון אבי דעם דיין מחי' זיין
אז איך קען נישט זיין א דיין
כאטש מכבד זיין דעם דיין

עפעס זע איך האסטו שייכות מיטן דיין
בעט איך דיר שוין פראטעקציע

פרעג שוין דעם דיין
אויב איז מעגליך פאר א קוטשער צו ווערן מגולגל
און אויב די ענטפער וועט זיין א שרעקליכע יא
פרעג אים אויב מען קען ווערן נאכאמאל א קוטשער חלילה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 6:26 pm
דורך לאקשען ברעט
ר' הערשל פרידמאן זאגט אויף קול מבאאסייר

אז כינע האט געמאכט א געזעץ אז מ'טאר נישט מגולגל ווערען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 3:13 am
דורך קוטשער
לאקשן ברעט אזוי.
אויב אזוי.
אהיים קיין כינע גייען מיר אצינד.
ליבער וועלטל זיי מיר געזונט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 9:47 am
דורך אלעקסיי
לאקשען ברעט האט געשריבן:ר' הערשל פרידמאן זאגט אויף קול מבאאסייר

אז כינע האט געמאכט א געזעץ אז מ'טאר נישט מגולגל ווערען


קענסטו עס אפשר מסביר זיין מיט מער דעטאלען?

געווענליך רעדט ער נישט אזוילכע שטותים [נאר גרעסערע...], דארף עס דאך האבן פשט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 9:51 am
דורך לאקשען ברעט
אלעקסיי האט געשריבן:
לאקשען ברעט האט געשריבן:ר' הערשל פרידמאן זאגט אויף קול מבאאסייר

אז כינע האט געמאכט א געזעץ אז מ'טאר נישט מגולגל ווערען


קענסטו עס אפשר מסביר זיין מיט מער דעטאלען?

געווענליך רעדט ער נישט אזוילכע שטותים [נאר גרעסערע...], דארף עס דאך האבן פשט.


ס'האט ציטוהן מיט עפעס א טיבעטער פיהרער, וואס כינע וויל נישט אז ס זאל עקזיסטירען וכו' , הער עים אויס די היגע וואכעדיגע אנאליז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:08 am
דורך אלעקסיי
ער רעדט דאך זייער שטייט, נישט פאר מיינע געהירן.

איך ווארט שוין אויף אן אפציע אויף קול מבשר שנעלער צו מאכן אויף פעסט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 11:38 am
דורך סאכדעס
אלעקסיי אבער דאס איז זיכער אז ער רעדט נישט קיין שטותים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 1:10 pm
דורך אלעקסיי
ווען יעצט, צו אלעמאל?