בלאט 1 פון 3

די קאליר פונעם קלייד

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 9:32 am
דורך זאכליך
ס'טוט זיך יעצט אויף טוישן און אויף בענק איבער א בילד פון א קלייד איבער די קאליר.

רוב טענה'ן אז ס'איז ווייס און גאלד, און די איבעריגע זאגן ס'איז בלוי און שווארץ.

לאמיר זעהן וואס דער עולם האלט.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 9:35 am
דורך גערעכטער
וואס?? פון וואס איז די רעדע? פון המן'ס קלייד אדער ושתי???

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 9:36 am
דורך מאנ-יימער
יאפ געזעהן נעכטן אין די נייעס.

איך זעה עס גאלד און ווייס, איך זעה אפילו נישט וויאזוי מען קען עס זעהן בלוי און שווארץ.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 9:42 am
דורך זאכליך
דא קען מען וואוטען אויף די קאליר

http://www.buzzfeed.com/catesish/help-a ... .mwq9KWBrr

70% זאגן אז ס'איז ווייס און גאלד!

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 9:44 am
דורך זאכליך
ס'איז אין פאקט בלוי און שווארץ, און אזוי זעה איך עס!

מאנעלע, ווי זעסטו ווייס?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 9:44 am
דורך בנימין הלוי
פארגעטיט

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 10:04 am
דורך טראנספארט
It turns out McNeill already gave the answer if you were diligent enough to stay with her Tumbler. Later Thursday, in response to a user who claimed the dress was gold and white, she wrote, "[I]n real life the dress was blue and black. But in that photo and that photo only ... some people see white and gold."

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 10:23 am
דורך לאמפ
ווי געזאגט טוט זיך יעצט אויף טישן און בענק איבער דעם בילד פון דעם בלוי אין שווארצע קלייד וואס מאנכע זעהן דאס אלץ ווייס און גאלד.

נאכן הערן דערוועגן האט זיך פרעזידענט אבאמא אנגערופן: איך שריי שוין לאנג אז איך בין גאלד..

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 10:32 am
דורך מיסטעריעז
בלוי מילא, אבער שווארץ‎??


-
לאמפ‎ ;l;p-

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 10:47 am
דורך גערעכטער
נאך

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 11:30 am
דורך גוט זאגער
בלוי און שווארץ

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 11:37 am
דורך private
דאס האב איך באקומען נעכטן. איך האב אפילו נישט געקענט פארשטיין וויזוי מען זעט דא נישט בלוי שווארץ. יעצט קוק איך צוריק אויף די זעלבע פיקטשער און ס איז ״קלאר״ גאלד און ווייס

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 12:03 pm
דורך מאנ-יימער
ס'האט מסתם צו טוהן די לייטינג, לייג די בילד אקעגן די לעקטער וועט עס זיין בלוי און שווארץ, לייג עס אין די טינקעלקייט וועט עס זיין גאלד און ווייס.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 12:07 pm
דורך זאכליך
אין ליכט פון די סומעטאכע (גוט געספעלט?) האט דאנקין דאונאטס געמאכט היינט צוויי פרישע מיני דאונאטס איינס גאלד און ווייס און די אנדערע שווארץ און בלוי...

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:07 pm
דורך ווישוואש
גוט זאגער האט געשריבן:בלוי און שווארץ

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:08 pm
דורך פער בריסטאו
ווי דארף מען פונקטלעך זען ווייס?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:11 pm
דורך נשמה
כ'ווייס נישט וואס דע הייפ איז דא? האסטע געהערט? בלו און שווארטץ. ממש אזוי ווי יעצט טאג (אין ניו יארק פארשטייט זיך). אויף דע נערווען גייט דעס.
חוץ אויב מ'רעדט פון דע סחורה לייוו. אבער אויפן בילד איז דען דא איינער וואס זעהט גאלד און ווייס?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:32 pm
דורך בעמבא
בין איך משוגע אדער קאליר בליינד? שוין געקוקט 10 מאל אין ליכטיקייט און אין טינקעלקייט, איך זעה נישט קיין שפיר פון שווארץ און בלוי.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:35 pm
דורך חברותה
איך האב געקוקט די פיקטשער אינדערהיים און געזעהן ווייס און גאלד, שפעטער האב איך עס געזעהן אין קאר אונטער די זוהן האב איך עס געזעהן בלוי און שווארטץ.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:35 pm
דורך נשמה
בעמבא האט געשריבן:בין איך משוגע אדער קאליר בליינד? שוין געקוקט 10 מאל אין ליכטיקייט און אין טינקעלקייט, איך זעה נישט קיין שפיר פון שווארץ און בלוי.

וואו האסטו געקוקט דא אינעם סקרין? טו מיר א טובה. שווארץ און בלו! וואס איז מיט דיר?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:40 pm
דורך בעמבא
ווייז איך עס יעצט פאר איינעם זאגט ער מיר אז ער זעהט ברוין אין בלוי.

פלא עצום!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:49 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
וואס איז די דזשאוק דא, איינער זעט דא טאקע גאלד און ווייס?, דאס איז קלאר בלוי און שווארץ, שוין געקוקט נעכטן און געקוקט אייער נעכטן און איך זעה נישט קיין טראפ גאלד און ווייס, דערמאנט מיר די מעשה פון רבי יונתן אייבשיץ וואו ער האט געוויזן אז עס פליען מלאכים אויפן הימל און יעדער האט געזאגט אז זיי זעען

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:55 pm
דורך עין טובה
לכתחילה אריבער האט געשריבן: עפעס מאדנע איז מיט דעם, וועט מען מוזן מאכן א חקירה.


אין קורצן איז די הסבר אז א מענטש וואס דרייט זיך דורכן טאג אינדרויסן, האלט מיט די קאליר טוישינגון ווען די זון שיינט אויף, ווען די זון גייט אונטער, איז זיין מח שוין פראגרעמירט נישט צו טוישן (אזוי ווייט) די קאליר לויט די שטראלן וואס זענען אין געגענט. משא"כ א מענטש וואס ארבעט אין אפיס א גאנצן טאג, אדער סיי וואס פארא ארבעט וואס די תוצאה דערפון איז אז ער האלט נישט מיט טאג טעגליך ווי די פאנאראמע טוישן עטוואס קאליר, איז זיין מח נישט אזוי פראגרעמירט צו פילטערן די בעקראונד פון די קאליר, און ממילא געט די ארומיגע אויסזעהן צו צו וואס די מח זאגט איהם אויף וועלכע קאליר ס'איז.
די מעשה מיט דעם בילד איז, איינער האט גענומען א בילד פון א כלה ביי א חתונה, אזא אומקלארע, מיט א טעלעפאון, אזוי פונקט אינם ריכטיגן לעכטיקייט וואס די בעקראונד זאל אפשפיגלן אזוי נישט אהער און נישט אהין.
נאכן נישט קענען מחליט זיין וואס פארא קאליר ער זעהט האט ער עס ארויפגעלייגט אויף טויבער בעטענדיג די עולם זאל העלפן אנאליזן וואס די קאליר דערפון איז. נאך א שעה איז עס שוין געווען געשעירט צענדליגע טויזענטע מאל.

הכלל, בוז פיד האט ארויסגעשטעלט דעם בילד מיט אן אנקעטע ווי יעדער זאל אויסוועלן וואס די קאליר דערפון איז.
סוף סוף האט די גאלד געוואונען אביסל מער שטימען.

אדאובי האט ארויפגעשטעלט אויף זייער טוויטער פיד וואס די אמת'ע קאליר איז.
יעדער קען עס עפענען מיט פעינט און לייגן די מייזל צו זעהן די RGB דערפון.

אגב, איך האב ביי מיר א GIF וואס נאך א סעקונדע ווערט די בעקראונד לעכטיגער, ס'איז אבער 305 קב און מ'קען נישט ארויפלייגן אזא גרויסע פייל.
טויב איינער וויל קען איך איהם עס שיקן אויף אימעיל און יענער זאל עס ריסייזן צו א סייט וואס גייט ארויף דאהי

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:56 pm
דורך ירוחם

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 2:59 pm
דורך ירוחם
די ניו יארק טיימס האט צולייגט די זאך כמין חומר http://www.nytimes.com/interactive/2015 ... dress.html