בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: שבת פבואר 28, 2015 10:58 pm
דורך זינגער
איך זעה בלוי און שווארץ, ס'ווייב זעהט גאלד און ווייס, האלב פון מיינע קינדער זעהן בלוי און שווארץ און האלב זעהן ווייס און גאלד

פארעפענטליכט: שבת פבואר 28, 2015 11:33 pm
דורך עקבי הצאן
לאדיךארויס האט געשריבן:וויפיל מאל דארף איך זאגן? (איך ווער שוין באלד הייזעריג... נו! מאך העכער דע מייק דארט!)

מען טענה'עט זיך נישט אויף א מציאות, נאר אויף אן אומגעלונגענע בילד...

אבער וויאזוי קענען צוויי מענטשען זעהן אויף דעם אומגעלונגענע בילד צוויי אנדערע קאלערס?

פארעפענטליכט: שבת פבואר 28, 2015 11:34 pm
דורך עקבי הצאן
לאדיךארויס האט געשריבן:וויפיל מאל דארף איך זאגן? (איך ווער שוין באלד הייזעריג... נו! מאך העכער דע מייק דארט!)

מען טענה'עט זיך נישט אויף א מציאות, נאר אויף אן אומגעלונגענע בילד...

אבער וויאזוי קענען צוויי מענטשען זעהן אויף דעם אומגעלונגענע בילד צוויי אנדערע קאלערס?

פארעפענטליכט: שבת פבואר 28, 2015 11:52 pm
דורך אַבּערוואַס
לענ"ד זאלן די 23% נישט פירן קיין פליגער...

פארעפענטליכט: שבת פבואר 28, 2015 11:54 pm
דורך עין טובה
עקבי הצאן האט געשריבן:
לאדיךארויס האט געשריבן:וויפיל מאל דארף איך זאגן? (איך ווער שוין באלד הייזעריג... נו! מאך העכער דע מייק דארט!)

מען טענה'עט זיך נישט אויף א מציאות, נאר אויף אן אומגעלונגענע בילד...

אבער וויאזוי קענען צוויי מענטשען זעהן אויף דעם אומגעלונגענע בילד צוויי אנדערע קאלערס?


קוק מיין תגובה סוף עמוד א

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 12:00 am
דורך זאכליך
לאדיךארויס האט געשריבן:וויפיל מאל דארף איך זאגן? (איך ווער שוין באלד הייזעריג... נו! מאך העכער דע מייק דארט!)

מען טענה'עט זיך נישט אויף א מציאות, נאר אויף אן אומגעלונגענע בילד...

אויף דעם האב איך מכוון געווען אין די שאלה פון די אנקעטע. (די שאלה איז וואס מען זעהט אויף די בילד, נישט וואס די קלייד איז באמת.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 12:07 am
דורך לאדיךארויס
איך כאפ שוין וואס דא טוט זיך...

במציאות, ווען מען ברענגט אריין דעם בילד אין סיי וועלכע בילדער פראגראם, וועט ער צייגן טונקל גאלד און ליכטיג בלוי. נישט ווייס און גאלד. נישט שווארץ און בלוי. נאר טונקל גאלד און ליכטיג בלוי.
(קענסט עס אליין אויסטרייען מיט א בילדער פראגראם אויב גלייבסטו נישט)

דער עכטע קאליר פונעם קלייד איז שווארץ און טונקל בלוי, נאר היות אויף דער בילד זענען די קאלירן אביסל לעכטיגער געווארן האט זיך דא אפגעשפילט לעבעדיגע זאכן, הערט און שטוינט:

פאר סאם ריעזאן, טון די צוויי קאלירן - טונקל גאלד און ליכטיג בלוי - זיך נישט פארשטיין איינער מיטן צווייטן. אזוי איז עס מיט אונזערע אויגן, עס ווערט דיזי ווען די צוויי קאלירן קומען זיך צאם (נאכאמאל, איך רעד נישט פונעם עכטן קאליר פונעם קלייד, נאר פונעם בילד וואס איז ארומגעפארן).

יעצט זעהענדיג דאס בילד מיט די צוויי קאלירן, זענען געווען געוויסע וואס האבן די ערשטע זאך געכאפט די ליכטיגע שטרייפן (דהיינו די בלוי/ווייס), וואס אויף א בילדער פראגראם איז עס ליכטיג בלוי. ער האט שוין פעסט באשלאסן אז ער רירט זיך נישט אוועק פונעם בלויען קאליר. וואס האבן זיינע אויגן געטאן מיט טונקעלע קאליר? די אויגן האבן אים געזאגט אז טאמער די ליכטיגע קאליר איז בלוי דאן איז די טונקעלע שווארץ. איי ס'האט דאך א טאטש פון גאלד? נו, די בילד איז אביסל פארלעכטיגט געווארן, דערפאר זעט עס אזוי אויס...

ווידעראום זענען געווען געוויסע וואס האבן די ערשטע זאך געכאפט די טונקעלע שטרייפן (דהיינו די שווארץ/גאלד), וואס אויף א בילדער פראגראם איז עס טונקל גאלד. ער האט שוין פעסט באשלאסן אז ער רירט זיך נישט אוועק פונעם גאלד קאליר. וואס האבן זיינע אויגן געטאן מיט ליכטיגע קאליר? די אויגן האבן אים געזאגט אז טאמער די טונקעלע קאליר איז גאלד דאן איז די ליכטיגע ווייס. איי ס'האט דאך א טאטש פון בלוי? נו, די בילד איז אביסל פארטונקלט געווארן, דערפאר זעט עס אזוי אויס...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 12:07 am
דורך עין טובה
פון 3.2 מיליאן שטימען אפגעציילט, האבן בלויז %32 געשטימט אז זיי זעהן די ריכטיגע קאליר, בלוי און שווארץ.
IMG_20150301_000338.JPG


זעהדא מיין הסבר און קורצן

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 12:23 am
דורך אַבּערוואַס
לאדיך, גוט ארויסגעברענגט!

מיין ארימע מיינונג: די בילד אויפן ערשטן בלאט איז גאלד/ברוין מיט ווייס מיט א ליכטיג בלוי'ער אפשיין (היות מ'זעט אז די בילד האט א גלאו זאגט מיר מיין שכל אז די העל-בלוי איז ווייס נאר די לייטינג אינעם בילד ברענגט עס ארויס בלוי'איש כידוע).

די וואס זעען אין דעם גאלדענעם/ברוינעם קאליר שווארץ זענען במחילת כבודם קאליר בלינד (עטליעסט טו עי סערטעין עקסטענט)! יאך האב געפעסט דעם קאליר טעסט בוך, זאלן זיי זיך גיין אונטערזוכן...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 1:59 pm
דורך לאמפ
.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 2:01 pm
דורך לאמפ
נאך איבער די קאליר

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 2:49 pm
דורך londoner
It's interesting, I see gold and white, as well did my son see the same.

But on the other hand my wife and daughter see it as properly black and blue!

Very interesting!

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 11:19 pm
דורך פאליטקלי קארעקט
אנטשולדיגט פאר די דברי מוסר פין פאראויס.

די גמרא זאגט אין מסכת ע"ז דף כ' עמוד ב' ונשמרת מכל דבר רע וכוי' ולא בבגדי צבע של אשה וכוי', א"ר יודא אמר שמואל אפילו שטוחין על גבי כותל. אין הגם די גמרא פירט דארט אויס א"ר פפא ובמכיר בעליהן, דאך לפענ"ד פאסט דאס נישט פאר קיין חסידישע אינגעלייט.
קען זיין מיר זענען נישט גערעכט, אדרבה זאל דער עולם זאגן זייער מיינוג. תורה הוא וללמוד אני צריך...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 11:26 pm
דורך גערעכטער
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר די דברי מוסר פין פאראויס.

די גמרא זאגט אין מסכת ע"ז דף כ' עמוד ב' ונשמרת מכל דבר רע וכוי' ולא בבגדי צבע של אשה וכוי', א"ר יודא אמר שמואל אפילו שטוחין על גבי כותל. אין הגם די גמרא פירט דארט אויס א"ר פפא ובמכיר בעליהן, דאך לפענ"ד פאסט דאס נישט פאר קיין חסידישע אינגעלייט.
קען זיין מיר זענען נישט גערעכט, אדרבה זאל דער עולם זאגן זייער מיינוג. תורה הוא וללמוד אני צריך...

די ביזט 'מכיר בעליהן'???
אה די זאגסט 'עס פאסט נישט'. איך האב געטראכט גענוי ווי דיר..

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 11:57 am
דורך מצב כללי
איך זעה עס גאלד און ליכטיג בלוי.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 12:41 pm
דורך שלך לחמך
גערעכטער האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר די דברי מוסר פין פאראויס.

די גמרא זאגט אין מסכת ע"ז דף כ' עמוד ב' ונשמרת מכל דבר רע וכוי' ולא בבגדי צבע של אשה וכוי', א"ר יודא אמר שמואל אפילו שטוחין על גבי כותל. אין הגם די גמרא פירט דארט אויס א"ר פפא ובמכיר בעליהן, דאך לפענ"ד פאסט דאס נישט פאר קיין חסידישע אינגעלייט.
קען זיין מיר זענען נישט גערעכט, אדרבה זאל דער עולם זאגן זייער מיינוג. תורה הוא וללמוד אני צריך...

די ביזט 'מכיר בעליהן'???
אה די זאגסט 'עס פאסט נישט'. איך האב געטראכט גענוי ווי דיר..

גערעכטער האסט פארזעהן "דאך לפענ"ד פאסט דאס נישט פאר קיין חסידישע אינגעלייט"

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2015 1:32 pm
דורך גערעכטער
שלך לחמך האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר די דברי מוסר פין פאראויס.

די גמרא זאגט אין מסכת ע"ז דף כ' עמוד ב' ונשמרת מכל דבר רע וכוי' ולא בבגדי צבע של אשה וכוי', א"ר יודא אמר שמואל אפילו שטוחין על גבי כותל. אין הגם די גמרא פירט דארט אויס א"ר פפא ובמכיר בעליהן, דאך לפענ"ד פאסט דאס נישט פאר קיין חסידישע אינגעלייט.
קען זיין מיר זענען נישט גערעכט, אדרבה זאל דער עולם זאגן זייער מיינוג. תורה הוא וללמוד אני צריך...

די ביזט 'מכיר בעליהן'???
אה די זאגסט 'עס פאסט נישט'. איך האב געטראכט גענוי ווי דיר..

גערעכטער האסט פארזעהן "דאך לפענ"ד פאסט דאס נישט פאר קיין חסידישע אינגעלייט"

שלח לחמך, האסט פארזעהן די צווייטע שורה פון מיין תגובה...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2015 2:54 am
דורך לאמפ
א פאליציי אפיציר האט אפגעשטעלט א מאטאריסט.

אפיציר: איר ווייסט פארוואס איך האב אייך אפגעשטעלט?
מאטאריסט: פארוואס?
אפיציר: איר זענט אריבערגעפארן א רויט לייט!
מאטאריסט: א רויט לייט!? איך זעה גרין!

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2015 1:28 pm
דורך לאדיךארויס
בעזהשי"ת יום עש"ק כי תשא ממחרת יום הפורים תשע"ה העעל"ט - פה מאנסי והגלילות

ס'טוט זיך יעצט אויף טוישן און אויף בענק איבער א בילד פון צוויי גלעזער וויין איבער די צאל.

רוב טענה'ן אז ס'איז צוויי, און די איבעריגע זאגן ס'איז פיר.

לאמיר זעהן וואס דער עולם האלט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 8:51 pm
דורך derech eretz
סארא נארמאלע וועלט מיר לעבן
http://www.amazon.com/gp/aw/d/B00U354O18