בלאט 1 פון 1
פשוט'ע שאלות צו די שרייבער פון אייוועלט
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 8:45 pm
דורך לאדיךארויס
1) ס'טוצעך?
2) וואס איז די שטילקייט דא וואס?
3) זאג, ס'האט אייך איינער געפרעגט?
4) וואס האב איך נאר געוואלט?
5) כאמעך שוין דערמאנט. זאל איך עס זאגן אדער ניין?
6) אויב איז אייער ענטפער געווען ניין; פארוואס ניין?
7) דער מצב ווערט ערנסט. איינער קען מיך אפשטעלן באצייטנס?
8) יויש! פארוואס האב איך בכלל אנגעהויבן?
9) זאל איך נאך גיין ווייטער?
10) זאל איך שלח'ן דעם תגובה אדער יא?
11) פארוואס קען איך נישט ענדיגן די ליסטע מיט אן EVEN נאמבער?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 8:48 pm
דורך גערעכטער
לאדיך גניבה איז ביי דיר גארנישט כ'מיין.. איי די טעפט איז זייער א הארבע קריים!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 8:51 pm
דורך אוודאי
גערעכטער האט געשריבן: איי די טעפט איז זויער
אביסקעלע צוקער העלפט פאר דעם.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 8:51 pm
דורך עין טובה
1) ב"ה
2)יעצט אויפן מינוט איז גראדע נישט אזוי שטיל.
3)נישט וואס איך ווייס.
4)אממממ,, איך געדענק נישט
5)אז דו ווילסט שטארק.
6)איך האב נישט געזאגט ניין, סאו, נעקסט.
7)אמממממ פונקטליך וויאזוי קען מען דיר אפשטעלן?
8)פארוואס טאקע?
9)ווילסט שטארק?
10)ניין!!! אממממ.... לכבוד חודש אדר קענסטו.
11)איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 9:08 pm
דורך ענדע צדיק!
הוי טוצעך!! אויף קאוטשעס און שטענדערס!
יעצט דא פאר מיינע אויגן האט זיך א טרעילער מורישקעס איבערגעדרייט אויף די הינער פיס. עפלעך און בארן שיילן זיך פון זיך אליינס. גנבים טאנצן אין די מאראסט ווי פורים אויפן מאביל הוי! הוי! אלעס דרייט זיך... האריקען סענדי ברעכט.. און שטורעמישע פראטעסטן בלאזן תקיעה'ס!
ווואאאף!! נכנס שנאפס יצא לאדיך...חחח
--
זאאאאג, סאטעך איינער געפרעגט?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 9:14 pm
דורך לאדיךארויס
וואאאףף!!
וואס דא טוצעך נישט?!
העעעעלפפפ!! לאדיך האט אריינגעהעקט אין מיין קאמפיוטער, און יעצט אלע תגובות וואס איך שרייב ווערן געשריבן מיט זיין נאמען!!!
מנהלים! זייטס אים חוסם!
החותם מיט ווייטאג און אנגסט:
הק' שנאפס
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 9:17 pm
דורך גערעכטער
לאדיך!!! יאָ אר סאָו סוויט!!!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 10:54 pm
דורך צווייפעל
1) שווערע נאכט געווען היינט אינדערהיים, אנגעהויבן האצעכעס ווען כבין אהיים געקומען שפעט, און די ב"ב האבן איבערגעווארימט די פרענטש פריי אין מייקראוועיוו, וואס זאל איך אייך זאגן... יענץ טעם... נאס פייכט... איין זאך האב איך געוויסט פאר זיכער! אז די בא'טעמ'טע גערודער וואס מהערט בשעת'ן קייען געווענדליך די ראפאגאש פרענטש פריי וועל איך שוין נישט האבן היינט...
קוים מיט צרות, מיט א אנטוישטע געפיל, העבעך זעך גענומען קנאקן אויפן ליידיגן קאצן זופ פלאש (catsup בלע"ז, אין די לייז) מיט אלע כוחות, אויפן טיש אויף די פאדלאגע, אווי ביי המן אין די מגילה, ענדליך האבן זיך אנגעהויבן צו זען רויטע רינגען אינעם טעלער, מיט די הילף פון די רויטע פליסיקייט, האמער אראן געשטופט די אויסגעוועפטע בטטות, טיף טייער...
2) אויב דאס הייסט ביי דיר שטיל, ברויכסטו זיך לאזן אינטערזיכן די אויער פויקלעך באצייטנס, איך קען נישט הערן דא די אייגענע שטימע, די גריצעלדיגע קולות פון די געשלעגערייען, צוזאמען מיט די סטראשענדע קול באשה, מיט די אויער פארטויבענדע מוזיק פון די קינדער טעיפס, מאכט מיך ערנסט קלערן אז דיינע פינגערס זענען בטעות געבליבן אריינגעשטעקט אין דיינע אויערן פון די היינטיגע צופרי מקוה.
ג) ווי סשיינט, קומער צוריק צו די זעלבע נקודה ווי אין סעיף ב', ווי סזעט אויס האסטו נישט אנגעהאלטן דיין נאז היינט אין מקוה, נאר די אויערן, אין אלס רעזולטאט דערפון, איז דיין נאז פריי, גענוי ווי לוט'ס קעמלעך, זיך אריינצושטעקן גענוי דארט ווי סבאלאנגט נישט, און איך זע אז די רוהסט נישט איין, נאר די שטופסט דיין פרייע נאז ווייטער צו שאלה 4...
4) פון שאלה 4 און ווייטער, זענען דא קלארע אדר סימפטאמס... פטור דערפון ווערט מען נאר מיטן געפיל וואס מהאט ווען מזינגט שושנת יעקב ביי שלש סעודות די שבתים נאך פורים ...
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 11:01 pm
דורך קנאפער ידען
נא, כדי שלא יאמרו משנכנס אדר... כ'מיין משלא מיחו... ווילעך ארויסברענגען מיין מחאה אויפן שרייבן 'פרענטש פריי' ווען כידוע - נאך פון דער רעקארד פון ר' יו"ט ערליך - איז פאריז דער מקור פון אלע מאדעס און שמוץ, אלה בפרענטש פריי ונ-נח-נו בשם 'פרידאם פריי' נלך! פוי פוי גיוואלד!!!!!!!! ובזה יצאתי ידי ורגלי מבית המדרש.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 11:04 pm
דורך מטעמים
לאדיךארויס האט געשריבן:1) ס'טוצעך?
דו ווייסט נישט? אונז זעמיר אונטער א שלאקס רעגן.
2) וואס איז די שטילקייט דא וואס?
אז דיין וועקער זייגער איז שטיל געווארען נאך צוויי שעה קלונגען מיינט נאך נישט אז סיז שטיל
3) זאג,שטיל
אט אייך איינער געפרעגט?
משום והייתם נקויים מיז איך ענטפערן אפו' אומגעפרעגט.
4) וואס האב איך נאר געוואלט?
ליין איבער שאלה נאמבער פונעף.
5) כאמעך שוין דערמאנט. זאל איך עס זאגן אדער ניין?
אין בין גין דין הין ווין זין חין טין יין כן לן מן נון סין עין פין צין קין רין שין תן
6) אויב איז אייער ענטפער געווען ניין; פארוואס ניין?
ראה להלן דף זין מיט א צירי עמוד בית
7) דער מצב ווערט ערנסט. איינער קען מיך אפשטעלן באצייטנס?
מתבונן ווי איז???
8) יויש! פארוואס האב איך בכלל אנגעהויבן?
סטיטשין וה"י
9) זאל איך נאך גיין ווייטער?
די נעקסט סטעפ איז דענזשרעס
10) זאל איך שלח'ן דעם תגובה אדער יא?
האלדאפ
11) פארוואס קען איך נישט ענדיגן די ליסטע מיט אן EVEN נאמבער?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 6:58 pm
דורך שנאפס
איך וויל דא אויסקוועטשן מיין ווייטאג אויף די נידערטרעכטיגע באנדיטן וואס האבן פאריגע וואך ביים אהיים קומען פון די חתונה אין פרדס זאל ווי חזקי לעווי האט געזונגען אין די נייע מייק סיסטעם וואס איז נתנדב געווארן און אינסטאלירט געווארן מיט די מערסט סאפיסטיקירטע און אפדעיטעד מאדעל וואס איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען פונעם הונטערשטן טיר און צודריקט אלע אנוועזנדע וואס זענען געשטאנען און געווארט שעות ארוכות אין די קעלט נאך וואס קנ"א וועטער האט פארגעזאגט פון אינעווייניג אין די קאר וואו ס'ליגט נאך די אראנדזש דזשוס צוקוועטשטע באטלעך אין די טירן וואס זענען פארראכטן געווארן נאכן שווערן עקסידענט וואו קיינער איז ב"ה נישט געשעדיגט געווארן
אידער וועי וועט מען זיך נישט ברעכן אזוי ווי פורים נאכן משתה היין ווען די גאנצע וועלט דרייט זיך ווי די באלי פון חדר וואס פלעגט פליען איבערן גאנצן הויף אויף טרופ עוועניו אויב מ'האט עס געשטויסן אין די מיטעלסטע חלק פון די נעגל אויף די רעכטע האנט
איך וועל אנפאנגען מיט א פסוק, דוד המלך זאגט אין תהלים שיר המעלות בשוב ה' את שובת ציון, שלומי ברענג אריין מים אחרונים
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2015 7:31 pm
דורך לאדיךארויס
שנאפסי, ביסט פארקראכן אין די Wראנג אשכול!
איך וועל זיך נישט לאזן פארפירן פון די פארפירערישע פארפירערס וואס פארפירן יעדע רגע ווען אימער זיי קענען נאר פארפירן מיט אומפארפירטע פירערשאפט..!
איך פארשטיי אז דו מיינסט יעצט, אז איך ווייס אז דו האסט געמיינט, אז איך פארשטיי וואס דו האסט געוואלט איך זאל מיינען, כלפי דיין מיינונג איבער מיין סברא וואס איך האב געקלערט אז דו פארשטייסט וואס איך וויל אז דו זאלסט וויסן מיר צו זאגן אז איך זאל דיר עס איבערפרעגן און פארשטיין בעסער וואס דו האסט פארשטאנען אז איך פארשטיי אז דו הייבסט נישט אן צו פארשטיין.
אדערוויילע הייבצעך עס נישט אן. לויט ווי איך פארשטיי שוין יעצט האסטו בכלל נישט פארשטאנען וואס איך האב געוואוסט אז דו האסט געמיינט און זיך גענארט אז איך ווייס אז דו ווייסט אז איך האב שוין לאנג געוואוסט...
---
רופא כל בשר ומפליא לעשות...