בלאט 1 פון 1
וואו איז מזרח?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 9:00 pm
דורך פר בן בקר
כידוע איז אין ב"פ דא בתי מדרשים וואס מ'דאווענט (מזרח) קעגען די העכערע עוועניוס (למשל באבוב 48, סאטמאר 53)
און ס'זענען דא פלעצער ווי מדאווענט קעגען די נידירגע סטריטס (שומר שבת)
אבער צוויי חידושים האב געדענק איך זען איך ב"פ, אז אין בית אל 15-48 דאווענט מען צו די נידריגע עוועניוס
און אין דעם בית מדרש פון רב כ"ץ אין משכן דאוונעט מען צו די העכערע סטריטס
בסה"כ קומט אויס אז אין בארא פארק וועלעכע וועג מ'דאוונט נאר איז גוט (איך מיין אז בעצם איז דאס די מאנטעלטעי פון ב"פ וואס איך טוה איז גוט )
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 9:35 pm
דורך שוועמל
איז דאס א מעלה אדער א חסרון???
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 11:34 pm
דורך home
אין ווימ״ס אין ק״י איז די זעלבע זאך איינער אזוי אין איינער אזוי קען זיין הרוצה שיתחכם
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 1:37 am
דורך יוראפ
ווי אויך איז דא מענטשן וואס ס'איז זיי נישט גוט וויאזוי דער ביהמ"ד איז אויסגעשטעלט און דאווענען אין אן אנדערע ריכטונג, אה האסטו זיכער געמיינט אז אינעם אנדערן ביהמ"ד איז יא גוט, נע דארט דאווענען זיי פונקט קאפויער
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 9:22 am
דורך יוראפ
ענטפער צום קעפל; דארט וואו די שיינע אידן זיצן אין ביהמ"ד
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 1:53 pm
דורך scy4851
וויא אזוי גייט נאר דאס ווערטעל?
ענדערשט זיצען און מזרח און טראכטען אז מען באלאנגט און מערב איידער וויא זיצען און מערב און טראכטען אז מען באלאנגט און מזרח...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 3:08 pm
דורך בנימין הלוי
מיין צדיק פרעגט אויך צומאל וואו איז די רעכטע זייט?
רעכטס איז צו רעכטס און מזרח איז אויף מזרח זייט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 12:13 am
דורך טשייניק
scy4851 האט געשריבן:וויא אזוי גייט נאר דאס ווערטעל?
ענדערשט זיצען און מזרח און טראכטען אז מען באלאנגט און מערב איידער וויא זיצען און מערב און טראכטען אז מען באלאנגט און מזרח...
געהערט א אנדער ווארט
ענדערש אונטן 'מיט' ווי אויבן 'אן'..
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 2:46 pm
דורך שמאטע
די מקומות וואו די מתפללים שפירען אז "מ'רייט אויפ'ן ציבור ווי אויף אייזלען" זענען זיך מורה התיר מיט'ן "הרוכב על החמור יכוון את לבו כנגד בית קדשי קדשים
(אנטקעגן דעם בית רבינו...)" 
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 3:04 pm
דורך יהיה כן
שמאטע האט געשריבן:די מקומות וואו די מתפללים שפירען אז "מ'רייט אויפ'ן ציבור ווי אויף אייזלען" זענען זיך מורה התיר מיט'ן "הרוכב על החמור יכוון את לבו כנגד בית קדשי קדשים
(אנטקעגן דעם בית רבינו...)" 
הרוכב או הרכוב??
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 3:21 pm
דורך שמאטע
יהיה כן האט געשריבן:שמאטע האט געשריבן:די מקומות וואו די מתפללים שפירען אז "מ'רייט אויפ'ן ציבור ווי אויף אייזלען" זענען זיך מורה התיר מיט'ן "הרוכב על החמור יכוון את לבו כנגד בית קדשי קדשים
(אנטקעגן דעם בית רבינו...)" 
הרוכב או הרכוב??
הו לן והא להו
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 3:50 pm
דורך scy4851
געזעהן א קליף פון ר' שלום שוואדראן זצ"ל וויא בתוך דרשתו זאגט ער אז וויבאלד אז די שכינה איז במעריב זענען די מזרחי כנגד מעריב ודפח"ח