בלאט 1 פון 4
פון פענע צום בלאט דורך די שפאלטענעס פון אייוועלט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 6:55 pm
דורך שמאטע
לכבוד די חשובע רעדאקציע.
כ'האב געוואלט מעורר זיין איבער די וויכטיגקייט פון האבן גאנצע שוך בענדלעך פאר די וואס גייען מיט שוך וואס האבן בענדלעך.
אסאך מאל קען מען זעהן ווי א אינגערמאן (אדער בחור'ל) מיטשעט זיך אין מקוה צי אויפקניפען זיין שוך בענדעל, און ווי מער ער שלעפט עס אלס מער ווערט עס פארהאנקערט. דאס קומט על פי רוב צוליב וואס די בענדלעך זענען שוין אפגעריבן און ס'האט אזאנע 'צומות הגידין' ביי די זייטען וואס לאזן נישט די בענדעל זיך געהעריג פארמאכן.
דעריבער איז וויכטיג צי האלטן פאר די אויגען אז מ'דארף האבן נייע בענדעל שוך צי יעדע צייט
נ.ב. ס'איז כדי זיך ארומציטראגען מיט א עקסטערע פעקל שוך בענדעל אין טאש. מ'קען עס באקומען אין כמעט פרוכט געשעפט.
כ'בין מסיים מעין הפתיחה, מיט א ברכה אז ס'זאל מקיום ווערען די פסוק מחוטם ועד סרוך נעל.
צ.ב. גרינוואלד - מעקסיקא סיטי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 7:04 pm
דורך בוידעם
שמאטע!!!!!!!!!!!
-----
ענטפער פון די רעדאקציע
עס זענען אריינגעקומען פיל בריוו'ן איבער די בענדל סומטאכע, אבער מיר זענען אויפגעפאדערט געווארן דורך חשובע תלמידי חכמים נישט צו ''פארקניפט'' ווערן אין די פרשה, וד''ל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 7:09 pm
דורך מאנ-יימער
לכבוד די רעדאקציע
איך פיל פאר וויכטיג צוצולייגן צום בריוו וועגן די צומת הגידין ביי די שוך בענדלעך אז ביי אונזערע היימישע געשעפטן איז מען עקסטער בודק די צומת הגידין ממילא איז גלייך אז דער עולם זאל איינקויפן נאר די שוך בענדלעך וואס זענען נבדק דורך היימישע משגיחים.
א דאנק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 7:35 pm
דורך גבריאל
הויעכגעשעצטע רעדאקציע,
איך וויל מוסף זיין וועגן די צומת הבענדל סומאטוכע, אז מאנכע מאכן זייער שטארק צו די בענדל אזש די פוס ווערט אינגאנצען צעקוועטשט און עס זעהט זיך געהעריג ארויס די צומת הגודין כ'מיין אז סאיז פשוט א סכנה ווייל עס לאזט נישט די צירקאלעישן אדורכגיין עס וואלט געווען אן עצה אז די וואס ליידן דערויף זאלן גיין מיט סטעפ-אין שיך מיטן צינגל וואס זעהט נישט אויס פענסי אזוי וועט זיין פטור אן עסק.
חנניא
קלינטאן היל יצ"ו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 7:38 pm
דורך מיסטעריעז
העי העי אין די בלאט'ס געמיינדע באשטייט ניי קלינטאן היל און אלט קלינטאן היל, דו מוזט שרייבן אין וועלכע דו וואוינסט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 7:44 pm
דורך ביבער היט
ניקעל האט געשריבן:בלאטע בלאטע ווי משוגע ביסטו...
משוגע נישט דאס ווארט.
אינטערסאנט איז פ''וו קיין באזעסענע מענטשן שיקן נישט אריין דארט נערמאלע בריוו'ן, אדער לפחות זאלן אנשים מיושבים אויסשטעלן א פארמאט פון נארמאלע אהערגעשטעלטע בריוו און דאס אריינשטעלן אנשטאט די אלע זינלאזע בריווען וואס די מערכת ערהאלט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 7:55 pm
דורך געלעגער
לכבוד די רעדאקציע: געוואלט מיטטיילן מיט אייך, כ'בין געזעצן ביי א דרשה און ליידער האט די בעל דרשן געזאגט אן ענגלישע ווארט מיין שכן א חשוב'ע אינגעמאן וואס לערנט ביי זכרו האט זיך נישט פארזוימט נאר תיקף אנגעטון זיין מעיל, פארשטאפט די אויער מיט א שטיקל צומל פון די גידין און דערנאך ארויסגעלאפן פון זאל.
ארויסקומענדיג האט ער געטראפן א פייגל נעסטעווען אויף א שטאנג. די פייגל האט געקוואקעט שבט מיט א קמץ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 8:02 pm
דורך בוידעם
געלעגער, פיין!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 8:18 pm
דורך שמאטע
לכבוד הרעדאקציע של ה"דער בלאט" עמו"ש.
הנני בזה לעורר על הענין שראיתי בעיני אשר כמה משפחות מישראל אינם נזהרים במצוות כיבד אם לאם המשפחה בזה שאינם נותנין לה זכות קדומה לכסא הלפניו ב'קאר.
לדעתי (וקשה להתווכח עם דעתי) יש בזה עוון בל יכיפער! אמא היא מלכה של הבית! וצריכין להיות נזהרין בכבודה!
ידועה הגמ' "נשים דעתן קלות"! ואינו כדי זיך צי פארטשעפענען מיט זיי!
(וגם מה שאמרו חז"ל מפני מה היה ליוסף כל הצרות, משום "שהלך קודם רחל" להשתחוה לעשיו הרשע...)
חשבתי לומר סגולה נפלאה שרבי היה מורה כן, והיא לעשות טבלא ב'קאר, והיה קלעבעס ארויף אל חלון הראשי, ושם כתוב (בערך בזה הלשון) "אמא אמא, כלך אצל יפות. מנע רגלך מסיטוסי".
החותם מתוך שלוות הנפש, פה קראונהייטס נ.י. אשר בארה"ב
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 8:26 pm
דורך מיסטעריעז
קוריאזע בריוון....
שמאטעלע שמאטעלע חילך לאורייתא, אזוינע שיינע פשעטעלעך צו מאכן...
געלעגער, ס'צו א שווערע פלפול, איך האב פארלוירן קאנטראל
גלייבטס מיר נעקסטע וואך טרעפט איר די אלע בריוון אין די בלאט, אנע קרעדיט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 8:38 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכבוד די ריאקציע....
כ'האב נאר געוולאט צולייגן אז די עצה פון האלטן בענדלן אין טאש, ברויך מען זייער אפפאכט געבן וועגן שבת. און אויך ווען מען טראגט די בענדלן אין טאש, נישט נאר טראכטען פון זיך, נאר אויך אויב א גוטער פריינד דארף אמאל א בענדל, זאל מען עס קענען געבן.
עס איז א בחינה פון "מלך אסור ברהיטים"....... הע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 8:43 pm
דורך שמאטע
רעדאקציע, ביטע אפטיילען די אשכול...
ענטפער פון רעדאקציע:
מרן הקדוש בעל נושאי כלים אמר פעם לאברך "אתה רוצה לקבל שכר על הדרישה?!" האברך אמר "הן", ומרן נתן לו 'מנה אחת אפיים' על הלחי. ופרץ כל העם בבכי אשר כמוהו לא היה ולא נברא!
ממש סיעתא ד'שמייע! - כתית* חד רעפארטער.
(*כתית = אויסגעדריקט. האצעך אויסגעדריקט א ריפארטער - קרעדיט: מרים וועבסטער סטעשינערי הוצאת מכון אשל אברהם שנת צאפצארא"פ)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 8:48 pm
דורך ענדע צדיק!
לכבוד די רעדאקציע פון "דער בלאט".
א שווערע פירצה אין מיינע אויגן זעה איך די לעצטע שטיק צייט אין די היימישע גאסן, עס איז נישט אויסגעהאלטן הלכה'דיג, מענטשליך, און איר אלס שופר של איל דיהדות החלשות זענט איר די פאסיגע מענטשן דאס צו מפרסם זיין.
די רעדע איז פון די צומת הגידין בענדלעך, וואס עס איז לעצטענס איינגעריסן, מענטשן כאפן נאר נישט אז מען דארף לכאורה ווארטן נאכן טרינקען די קאווע צופרי זעקס שעה פארן עס צוריק אנטוהן.
אויך דארף מען נזהר זיין נאך די מקווה, נישט צו טרינקען א קאווע, אויב עפעס נאר די שווארצע, צוליב וואס מען איז נאך פליישיג פון די בענדלעך אין מקוה.
עס איז טאקע דא פוסקים ווואס האלטן אז די הייסע בור איז מבטל דעם טעם, אבער לעומת זה זאגן אנדערע אז גאר די פארקניפטע בערד מיט פינקע ראבער'ס דערונטער האלטן צוריק די לחלוחית פון נתבטל ווערן, דארף דעמאלט יא אכטונג געבן.
ולאמאזיר ולאניז-האר שליימ-ים יטיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 8:51 pm
דורך יוחנן
i see der blatt has a lot of readers bh
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 8:53 pm
דורך ענדע צדיק!
איך וויל נאר צולייגן אז ווארשיינליך איז פארגעקומען א טעות אינעם לעצטן אויסגאבע. איינע פון די פיקאנטישע בילדער ווי א פייגל שטייט אויף א טראפן וואסער פון א בלעטל אויף א טאל-בוט גראד פארן זוהן אונטערגאנג מאנטאג בהעלותך אין מינכן דייטשלאנד קאנאדע, וואלט ענדערשט געדארפט ליגן ביי די ספעציעלע האריקעין אפטיילונג.
מיט דאנק און שעצונג פאר אייער איבערמידליכע ארבעט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 8:55 pm
דורך מילכיגער
רחמנות אויף די מילצן!!!
עצה ביים פיצן די שניי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 9:08 pm
דורך שמאטע
לכבוד די חשובע אפטיילונג "פון אידן צום פאסט קעסטעל". אחדשה"ט.
א גוטע עצה האב איך געזען ביי מיין שכן (א טויגליכער אינגערמאן) וואס ווען ער האלט אינמיטען שארן די שניי און ער ברויך ארויסנעמען די סעלפאון צי קוקן א וואצעפ ווידיאו אדער א נארישע בבמ האט ער ארייגעשטעקט די שאוועל אין די הויכע שניי, און ס'האט זיך געהעריג געהאלטן!
כ'האלט אז ס'איז וויכטיג מענטשען זאלן וויסען צי דאנקען פאר די הויעכע שניי וואס דער אייבערשטער שענקט אונז, ווייל אזוי ארום האט מען וואו אריינצושטעלן די שאוועל בשעת'ן שארן די שניי.
א ישר כח פארן אריינלייגען די שורות.
א וויליאמסבורגע איינוואוינער וואס האפט איין טאג צי וואוינען אין ק"י וואו ס'איז דא הויכע שניי.
(במערקונג פון די רעדאקציע: די עצה פון אריינלייגען די שאוועל אין הויכע שניי איז נאר שייך אים ווינטער. זומער איז ענדערש אוועקציפאקן די שאוועל. ישר כח)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 9:18 pm
דורך גערעכטער
ששממאאטטעע!!!! חחחחח לץ איינער! קיפ איט אפ!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 9:34 pm
דורך לכאורה
shmate האט געשריבן:לכבוד די חשובע אפטיילונג "פון אידן צום פאסט קעסטעל". אחדשה"ט.
א גוטע עצה האב איך געזען ביי מיין שכל (א טויגליכער אינגערמאן) וואס ווען ער האלט אינמיטען שארן די שניי און ער ברויך ארויסנעמען די סעלפאון צי קוקן א וואצעפ ווידיאו אדער א נארישע בבמ האט ער ארייגעשטעקט די שאוועל אין די הויכע שניי, און ס'האט זיך געהעריג געהאלטן!
כ'האלט אז ס'איז וויכטיג מענטשען זאלן וויסען צי דאנקען פאר די הויעכע שניי וואס דער אייבערשטער שענקט אונז, ווייל אזוי ארום האט מען וואו אריינצושטעלן די שאוועל בשעת'ן שארן די שניי.
א ישר כח פארן אריינלייגען די שורות.
א וויליאמסבורגע איינוואוינער וואס האפט איין טאג צי וואוינען אין ק"י וואו ס'איז דא הויכע שניי.
(במערקונג פון די רעדאקציע: די עצה פון אריינלייגען די שאוועל אין הויכע שניי איז נאר שייך אים ווינטער. זומער איז ענדערש אוועקציפאקן די שאוועל. ישר כח)
פאן (מיט א פינטל) אינטענדעד?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 9:44 pm
דורך שמאטע
"אויפקלערונג"
היות ס'איז אריינגעפאלן א פארדריסליכע טעות אין די פארגאנגענע אויסגאבע. ווילען מיר דא קלארשטעלן אז די ריכטיגע ווארט האט געברויכט זיין "שכן" (מיט א ענדע נו"ן).
מיט כבוד און עהרע די רעדאקציע.
(נ.ב. מיר האבן אויך אריינגעגעבן א פסק רבתי פארן מוגה איבער זיין שוואכיטשקע ארבייט. מיר האפן ס'זאל מער נישט פאסירן).
______
#אפדעיט, ה' אלפים תשע"ה:
ס'איז שוין פאראכטען געווארען.
ההנהלה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:13 pm
דורך מיסטעריעז
פארדריסליכע רעדאקציע
איך האב געוואלט אנפרעגן אנבעלאנגט אייער פריערדיגע מעלדונג איבער די טעות מיטן שכלדיגע שכן, ווייל עס שטימט מיר נישט אזוי גוט.
ער וואוינט אין וויליאמבערג און זיין שכן האט הויכע שניי און ער נישט? אויב די שכן האט הויכע שניי דארף ער אויך צו האבן, ער מוז נישט מופן אויף ק"י כדי דאס צו האבן.
לכך נראה לי המוגה (מגיה בלשון המדוברת) השני אז די ריכטיגע גירסא איז יא שכל, אין דער אריינשיקער (איך גלייב נישט די לשה"ר'ס אז די רעדאקציע שרייבט אליינס די בריוון) האט געמיינט צו שרייבן אז אין זיין פאנטאזיע האט ער געזעהן א גוטע עצה וויזוי צו קוקן וואצעפ אין די שניי, נאר ער'ט זיך געוואלט אהערשטעלן מיט א לשון נקי' וואס פאסט פאר די חצוצרה של היהדות האט ער נישט גוט גענוצט דאס ווארט שכל.
וכאן המקום לעורר אז מ'זאל אכטונג געבן נישט בלייבן קוקן צו לאנג ווייל די שאוול קען פארלוירן גיין אין די פאלענדע שניי
ביטע נישט נעמען מיינע ווערטער פערזענליך.
מיט אכט און זיבן פאר אייער איינזאמקייט.
מ. י. ס. יושב הנגבה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:22 pm
דורך יוראפ
שוין אזוי זעה מיר אויס ווי רעדיאציע פאררעכט אליינס אויף זייער אייגענע חשון
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:35 pm
דורך שמאטע
ראשון לחשון א'וואויסנאוטס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:37 pm
דורך פליגל
געלעגער האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:גערעדט צו א ארבייטער אין בלאט און ער קאנפירעמד אז דער בריוו איז אויטענטיש, איינער האט דאס בפועל אריינגעשיקט.
איך נעם נישט קיין שטעלונג בנוגע לייגן דעם שאל אויף צוריק אדער מאכן א מאשני!
זיכער שיקט מען אריין. פעלט דען זיפ-געלעכערטע קעפ? נארוואס, וואו איז די רעדאקטארס שכל?? אויך נעבעך אומגעקומען?
זע'ך אז דו האסט דען תגובה געשיקט 2 חדשים צוריק אבער איז נאך אקטועל.
אינטרעסאנט ווי דארט גייען אריין אלע קריאויזע בריוון וואס מענטשן שיקן אריין אבער קיין איין נארמאלער בריוו פאלט דארט נישט אריין אפילו על פי טעות אויך נישט... זאג מיר נישט אז מ'שיקט נישט, ווייל מען שיקט יא נאר זעט נישט דעם טונקעלקייט פונעם פרעס צימער אזוי שנעל, אויב אמאל דאס יא..
און די אלע פאלשע בריוון וואס דער רעדאקטאר לאזט דאס אריינלייגן, איז וואס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:58 pm
דורך פלוני
ווי האט מיין ר''מ געזאגט? פארוואס שנייט נאר אום ווינטער? ווייל מ'דארף דאך אנטוהן די קאלאטשן, ווערט מען טמא, ווינטער האט יעדער א פאר הענטשוך עס אנצוכאפן, ודוק וד''ל וכו' והמ''י ואכמ''ל