בלאט 4 פון 4

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 1:23 pm
דורך ידיד
משה'לע!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 3:09 pm
דורך מחותן
לכבוד "דער בלאט" חשובה.

איך האב געוואלט ארויס ברענגן לשבח דאס וואס מען זעט אז חסידישע אידן יראי השם זענענן מדקדק צו האלטען די סעלפאון אינעם העמעד טאש,
האלטענדיג די כלי נאנט צו הארצען דערמאנט עס זיי שטענדיג די פסוק פון "ולא תתרו אחרי לבבכם" און דאס איז א הילף קעגן אלע פגעי הזמן..

בהוקרה..
גכ"ל פה ברוקלין נ"י

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 4:40 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

געלעגער, ביסט פלעין נישט נארמאל.

געהאלטן אינמיטן עסן א פיינעם גרינצייג סאלאט פאר מיטאג... פלוצלינג, טראך... אפשר העלפסטו מיר אויפקלינען די קיבארד?

געלעגער האט געשריבן:לכבוד די רעדאקציע: געוואלט מיטטיילן מיט אייך, כ'בין געזעצן ביי א דרשה און ליידער האט די בעל דרשן געזאגט אן ענגלישע ווארט מיין שכן א חשוב'ע אינגעמאן וואס לערנט ביי זכרו האט זיך נישט פארזוימט נאר תיקף אנגעטון זיין מעיל, פארשטאפט די אויער מיט א שטיקל צומל פון די גידין און דערנאך ארויסגעלאפן פון זאל.

ארויסקומענדיג האט ער געטראפן א פייגל נעסטעווען אויף א שטאנג. די פייגל האט געקוואקעט שבט מיט א קמץ

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 9:00 pm
דורך משה'לע
לכבוד המערכת.
ביטע אריינשטעלן מיינע שורות לתועלת.

איך האב געוואלט מעורר זיין איבער אן ענין וואס א גרויס חלק ציבור איז שטארק נתרשל דערין, דאס איז האלטן ביי זיך אין טאש טישוס.

פארגאנגענע וואך איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין א גויאישן געשעפט, איז געשטאנען לעבן מיר א איד, מיט א גאנץ לאנגן בארד, און זעהט אויס אז ער האט נישט באמעארקט אז די נאז פושקע איז אים שוין איבערגעפולט, אין עפעס פלוצלונג איז אים צו זיין גוטן מזל געקומען א סניז, עס האט אנגעהויבן גיין א שטארקן רעגן, און דער איד האט נישט געהאט מיט זיך קיין טישוס, דאס גאנצע סחורה פונעם נאז פושקע האט אנגעהויבן צו מאכן דעם וועג ארויס, עס האט זיך אזוי געשלענגעלט אויפן לאנגן בארד זיינעם, עס איז געווען אן אויסטערלישען חילול השם, עס געט זייער א שלעכטן איינדרוק אויף א אידישע צורה אזוי ארומצוגיין, איז כדי צונאכט נעמען, צו האלטן כסדר ביי זיך אין טאש טישוס.

ועצה טובה, נישט לאזן אנגעפולט דעם נאז פושקע, דאס ברויך מען אויסליידיגן פון צייט צו צייט.

א דאנק פארן אפדרוקן מיינע שורות.
ניסים קערנפערד
בראנקס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 2:45 pm
דורך בוידעם
ענטפער פון די רעדאקציע
איר האט אנגערירט זייער א האקעלע נקודה, היות דאס איז תלוי אין די גרעסטע מחלוקת הפוסקים פון דעם יאר הונדערט, נעמליך וואס מען דארף טון ווען די סחורה פון די נאז פושקע ווערט נתגלה, צו דארף מען דאס פארשטאפן כדעת הגה''צ מהודאפארקאש שליט''א, אדער עס לאזן ארויסלויפן כדעת הגה''צ משוראנאפטשי שליט''א.
מיר די רעדאקציע פונעם בלאזער פון כלל ישראל וואלטן מציע געווען אז יעדער זאל בלאזן די נאז לכה''פ צוויי מאל א טאג, אבער לגוף הענין קענען מיר נישט נעמן קיין שטעלונג אין א ריין תורה'דיגע מחלוקה. עס זאל יעדער אנפרעגן זיין מורה הוראה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 2:49 pm
דורך קרעפטיג
ביטע נישט פארעקלן די מענטשהייט, בכלל נישט פאני.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 3:08 pm
דורך מיסטעריעז
קרעפטיג, די פוינט דא איז נישט צו שרייבן פאני בריוו, נאר צו ארויסברענגען אז אפי' אזא בריוו קען איך זעהן אין פון פענע צום בלאט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 5:14 pm
דורך שנאפס
שוין לאנג נישט אזוי געלאכט ווי יעצט, נאכן אפלייענען די לעצטע צוויי בלעטער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 11:26 pm
דורך שמאטע
שנאפס האט געשריבן:שוין לאנג נישט אזוי געלאכט ווי יעצט, נאכן אפלייענען די לעצטע צוויי בלעטער

ס'וואלט געפאסט אז זאלסטעך באדאנקען געהעריג אין א אפעציעלע בריוו מיט די לעדער-קאפ פון די שנאפס פירמע! (נישט סתם געבען א ווארף אריין א שקויעך און שוין...)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 11:30 pm
דורך גערעכטער
שמאטע האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:שוין לאנג נישט אזוי געלאכט ווי יעצט, נאכן אפלייענען די לעצטע צוויי בלעטער

ס'וואלט געפאסט אז זאלסטעך באדאנקען געהעריג אין א אפעציעלע בריוו מיט די לעדער-קאפ פון די שנאפס פירמע! (נישט סתם געבען א ווארף אריין א שקויעך און שוין...)


ס'וואלט געפאסט אז זאלסט אפשרייבן דיין מחאה געהעריג אין א אפעציעלע בריוו מיט די לעדער-קאפ פון די 'שמאטע' פירמע! (נישט סתם געבען א ווארף אריין א מחאה און שוין...)

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 12:23 am
דורך נשמה
גערעכטער האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:שוין לאנג נישט אזוי געלאכט ווי יעצט, נאכן אפלייענען די לעצטע צוויי בלעטער

ס'וואלט געפאסט אז זאלסטעך באדאנקען געהעריג אין א אפעציעלע בריוו מיט די לעדער-קאפ פון די שנאפס פירמע! (נישט סתם געבען א ווארף אריין א שקויעך און שוין...)


ס'וואלט געפאסט אז זאלסט אפשרייבן דיין מחאה געהעריג אין א אפעציעלע בריוו מיט די לעדער-קאפ פון די 'שמאטע' פירמע! (נישט סתם געבען א ווארף אריין א מחאה און שוין...)


גוט גוט גוט.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2015 1:05 am
דורך כרם
לעדער - קאפ??? בריוו-קאפ!!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 12:59 pm
דורך שנאפס
Letter.jpg

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 1:05 pm
דורך מיסטעריעז
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 3:30 pm
דורך בוידעם
שנאפס, פיין!!!!
בד''וו, איך דערקען דיין שריפט, האסט עס געשריבן מיט די לינקע האנט אויף די רעכטע זייט פונעם בלעטעל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 5:44 pm
דורך א טענצל!
משה'לע האט געשריבן:לכבוד המערכת.
ביטע אריינשטעלן מיינע שורות לתועלת.

איך האב געוואלט מעורר זיין איבער אן ענין וואס א גרויס חלק ציבור איז שטארק נתרשל דערין, דאס איז האלטן ביי זיך אין טאש טישוס.

פארגאנגענע וואך איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין א גויאישן געשעפט, איז געשטאנען לעבן מיר א איד, מיט א גאנץ לאנגן בארד, און זעהט אויס אז ער האט נישט באמעארקט אז די נאז פושקע איז אים שוין איבערגעפולט, אין עפעס פלוצלונג איז אים צו זיין גוטן מזל געקומען א סניז, עס האט אנגעהויבן גיין א שטארקן רעגן, און דער איד האט נישט געהאט מיט זיך קיין טישוס, דאס גאנצע סחורה פונעם נאז פושקע האט אנגעהויבן צו מאכן דעם וועג ארויס, עס האט זיך אזוי געשלענגעלט אויפן לאנגן בארד זיינעם, עס איז געווען אן אויסטערלישען חילול השם, עס געט זייער א שלעכטן איינדרוק אויף א אידישע צורה אזוי ארומצוגיין, איז כדי צונאכט נעמען, צו האלטן כסדר ביי זיך אין טאש טישוס.

ועצה טובה, נישט לאזן אנגעפולט דעם נאז פושקע, דאס ברויך מען אויסליידיגן פון צייט צו צייט.

א דאנק פארן אפדרוקן מיינע שורות.
ניסים קערנפערד
בראנקס

ענטפער פון די רעדאקציע: ס'וואלט כדאי געווען צו ערווענען אז דאס גאנצער ענין פון 'טישוס' איז א פארהעלטנמעסיג נייע זאך, און ס'שמעקט פון פרישע איינפירונגען וואס שטאמט פון די יונגווארג. איר קענט פרעגן יעדן עלטערן איד מדור הקודם איז אלס געווען דער אנגענומענער מנהג זיך ארומצודרייען אין טאש מיט א גלארייכן 'טאשן-טיכל' וואס דאס, און בלויז דאס, האט געדינט פאר'ן צוועק פון אן אינצידענט אין די נאז עריע, ס'איז כדאי מען זאל זען ווייטער אנצוהאלטן דעם מסורת אבותינו.
ווי עלטערע אידן דערציילן איז געווען אנגענומען אז מען האט נישט אזוי אפט אויסגעוואשן דעם טאשן טיכל, נאר מען האט עס שטענדיגט פרובירט אויסצונוצן ביז'ן מאקסימום.
(נ.ב. עס זענען דא אויך אזעלכע וואס פירן זיך אפצעווישן דעם נאז מיט'ן עק פונעם העמד\רעקל - די זעלבע וואס רייניגן אויס דעם אויער מיט'ן הענטל פון די גלעזער - ונהרא נהרא ופשטי').