בלאט 3 פון 4
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 2:58 pm
דורך קאכעדיגע
shmate האט געשריבן:לכבוד "דער בלאט".
כ'האב געוואלט מעורר זיין אויף וואס - בעיני - זעהט אויס א שטארקע אפשוואכונג אינעם ענין פון אריינלייגען די האר פון די בארד פראמינענט אין די מסכת וואס דער היימישע ציבור לערענט יעצט.
איך בין פאריגע וואך געווען ביי מיין שוואגער וואס לערענט אין די "זכרו" חבורה, און ביים סיום האט איך באמערקט אז זיין גמרא איז הערליך דעקארירט מיט פארשידענע סייזעס האר.
ווי נאר איך בין אנגעקומען אהיים האב איך גלייך גענומען מיין שבת גמרן און אויסגעריסען א האלבע בארד און עס צושפרייט איבערן גאנצע גמרא! (אויך אינעם 'מרדכי' האב איך איבערגעלאזט א זכר).
איך האלט אז ס'איז א ענין פון "זה ק-לי ואנוהו", (חוץ וואס דאס וועט זיין א זכר פאר די קינדער אז זייער פאטער האט ב"ה געלערנט צוזאמען מיט קהל).
א ישר כח פארן אריינלייגען מיינען 'שערות'.

שמאטע מעכטיג! קיעפ אן
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 4:29 pm
דורך סמארט גאי
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 5:23 pm
דורך מטעמים
ביטע לייגען א דענזשער אלערט פון איננדרויסען
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 5:45 pm
דורך ווינקל
שמעלקא טויב האט געשריבן:וויפיל איז דער שיעור פון לאכן דא?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 6:30 pm
דורך אני מאמין
איך קען נישט אויפהערן לאכן פון דעם אשכול....
איין זאך נאר, מ'דארף מודיע זיין פאר די רעדאקציע פון 'די בלאט' זיי זאלן באצאלן פאר אייוועלט פאר די פי אר...
איך מיין אז די וואך גייט זיין די ערשטע מאל כ'גיי קויפן די בלאט...
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 6:34 pm
דורך ודי בזה
שמאטע גוט גוט, סקומט שוין אדר קיפ אן
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 6:39 pm
דורך א טענצל!
לכבוד די חשובע רעדאקציע שטאב.
איך בין לעצטענס געפארן אויפן עראפלאן פון ענגלאנד קיין אמעריקע, און אלע רייזנדע האבן באקומען אויפ'ן עראפלאן ספעציעלע שטאפערס צו לייגן אויף די אויערן כדי מען זאל קענען רואיג שלאפן און מ'זאל נישט געשטערט ווערן פון גרודער, דעריבער וויל איך מיטטיילן פאר די חשובע ליינער וואס איז מיך איינגעפאלן איבער דעם.
אזוי ווי מיר אידן ווייסן אז אלעס וואס דער באשעפער האט באשאפן אויף די וועלט איז אלעס פאר'ן אידישן געברויך, "וכל מה שברא הקב"ה בעולמו לא ברא אלא לכבודו", איז מיך איינגעפאלן אז דאס קען גוט צוניץ קומען ביי א אידישקייט געברויך, דהיינו אויב עס וועט אויסקומען זיך צו באטייליגן ביי א מסיבה וואו עס וועט געהאלטן ווערן א רעדע אויף די ענגלישע שפראך, וועל איך מיך קענען דערמיט גוט צושטאפן די אויערן ח"ו נישט צוהערן פון די ענגלישע דיבורים, וכמעשה רב אזוי ווי דער פאיער רב שליט"א האט געטון אין אזא פאל, (ווי עס איז שוין ברייט באריכטעט געווארן הונדערטער מאל ביים געשעצטן קאלום "פון פענע צום בלאט").
אומר ועושה, בליץ שנעל האב איך אריינגעשטעלט אין מיין רעקל טאש עס צו האבן גרייט אין אזא פאל, וממני ילמדו וכן יעשו.
ווען איך האב עס דערציילט פאר מיין 'שכן' אויפ'ן עראפלאן, א חשובער איד ויודע ספר, האט ער עס זייער באוואונדערט און מיר צוגעוויזן צו א גמ' ביים נעכטיגן שיעור פון "זכרו", וואו די גמרא רעדט ארום אז די גאנצע בריאה איז לצרכי כלל ישראל וכו'.
נ.ב. מיינע ווערטער זענען בלויז געוואנדן צו די אידן וואס פירן זיך בשיטת הרב מפאיע שליט"א צוצושטאפן די אויערן בעת אן ענגלישע רעדע, ווידעראום די וואס פירן זיך בשיטת הרב מיאוואזשנע שליט"א ארויסצולאפן פון זאל איז אומנויטיג זיי זאלן מיטשלעפן מיט זיך די 'אויערן שטאפערס', ומר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי.
(אויסער אויב עס איז זיי נישט קיין טירחא און זיי ווילן דאס מיטנעמען מיט זיך פאר די וואס פירן זיך בשיטת הרב מפאיע, איז דאס אודאי ווערד באגריסט צו ווערן אויף די שפאלטענעס פן "דער בלאט", ולמצוה גדולה יחשב).
הק' ....
פה סיטיפיעלד נ.י.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 6:50 pm
דורך ווישוואש
פיין געשריבן טענצעלע! כאמיר דערמאנט די אלטע צייטן ווען כ'פלעג ליינען די בלאט
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 7:01 pm
דורך עין טובה
הערה פון די רעדאקציע;
דאס אלעס איז נאר געזאגט געווארן ביי ענגליש, אבער אויב חלילה הערט מען איינעם רעדן בשפה הטמאה מוז מען ע"פ הלכה אים משתיק זיין
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 9:19 pm
דורך פלעכטער
shmate האט געשריבן:לכבוד "דער בלאט".
כ'האב געוואלט מעורר זיין אויף וואס - בעיני - זעהט אויס א שטארקע אפשוואכונג אינעם ענין פון אריינלייגען די האר פון די בארד פראמינענט אין די מסכת וואס דער היימישע ציבור לערענט יעצט.
איך בין פאריגע וואך געווען ביי מיין שוואגער וואס לערענט אין די "זכרו" חבורה, און ביים סיום האט איך באמערקט אז זיין גמרא איז הערליך דעקארירט מיט פארשידענע סייזעס האר.
ווי נאר איך בין אנגעקומען אהיים האב איך גלייך גענומען מיין שבת גמרן און אויסגעריסען א האלבע בארד און עס צושפרייט איבערן גאנצע גמרא! (אויך אינעם 'מרדכי' האב איך איבערגעלאזט א זכר).
איך האלט אז ס'איז א ענין פון "זה ק-לי ואנוהו", (חוץ וואס דאס וועט זיין א זכר פאר די קינדער אז זייער פאטער האט ב"ה געלערנט צוזאמען מיט קהל).
א ישר כח פארן אריינלייגען מיינען 'שערות'.
יוא יוא די משוגענער
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 9:45 am
דורך באלזאם
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 1:04 pm
דורך צווייפעל
לכבוד די געערטע פארוואלטונג פון 'דער בלאט' הע"י.
היות איך האב לעצטע וואך ביי געוואוינט א הערליכע זאך וואס שרייט ארויס 'מי כעמך ישראל', ווי איך אז איר זאלט דאס מיטטיילן מיט אייערע חשוב'ע לעזער, וועלעכע זענען בעיקר פון די אינגווארג, וואס זיי זענען די עתיד פון כלל ישראל! זאלן זיי זען אז אפילו היינטיגע צייטן גילט אויך דער לא אלמן ישראל.
לעצטע וואך איז מיר אויסגעקומען צו זיצן ביי א חתונה, זע איך מיין שוואגער ביי מנחה שמו"ע אז ער האט צוגענומען היבש אסאך וואג.
סאיז מיר געווען א שטארקע חידוש, ווייל איך האב אים ממש לעצטנס געזען, און ער האט אויסגעזען היבש דאר, אבער אפי' א בלינדער וואלט געקענט זען אז ער האט זיך היבש אויסגעברייטערט, פון אויבן ביז אינטן, ממש מיאוס אנגעבלאזן.
ביי די סעודה איז די רעטעניש פארענטפערט געווארן!!!
ביים וואשן זע איך ווי ער שלעפט ארויס פון בוזעם טאש א גרויסע פרישע נארהאפטיקע געטויסטע בילקע (ער עסט נאר מהודר'דיגע ווייץ), און פון די וועסטל טאש שלעפט ער ארויס א זאק זאלץ איינצוטיקען די מוצא (שפעטער האט ער ערקלערט אז ער נוצט נאר זאלץ פון שטיינער).
דערנאך, במשך די גאנצע סעודה האבן געהאלטן אין איין ארויסקריכן פון אלע טאשן פלייש פון אלע סארט בעלי חיים, אפגעקעטשאפטע פולקעס מיט ברעזל, בהמה פלייש מיט א גאר רייצנדע סאס, געסמאוקטע טוירקי מיט געפרעיגעלטע צוויבל (סהאט אויסגעזען ווי א לאלי פאפ טשאקאלאדע מיט ספרינקל באליס) מיט נאך פארשידענע פארשידענע אויסנאם גישמאקע מאכלים, (מיין שוועסטער ראט אין איר מאמע...).
דער אינגערמאן האט זיך טאקע ארומגעשלעפט מיט אלע מאכלים פון אינמיטן טאג אין די טאשן, סהאט טאקע אויסגעקוקט מאדנע, אבער ווען מהאט אריינגעברענגט די פלייש טעלער אין די עסן איז נישט געווען אין מויל צו נעמען, האט יעדער געזען באשיינפערליך ווי מיט מסירות נפש אויף חומרות דערלייגט מען נישט,!!!
אשריך בעולם הזה, וטוב לך בעולם הבא.
ביטע אפדרוקן מיינע שורות, אדרבה, זאל דער גאנצער עולם נעמען א ביישפיל.
הק' יונה פארקאש
חונה כעת במחנה קיץ דקווינס קעמפ.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2015 1:23 pm
דורך אני מאמין
לכבוד די שופר של יהדות החרדית די רעדאקציע פון די בלאט.
בנוגע דעם בריוו פאריגע וואך פון י. פ. וועגן די יונגערמאן וואס איז געווען אנגעבלאזן פון די אינהאלט פון זיינע טאשן, האב איך געוואלט צוגעבן אז הגם יעצט איז ער נאך פול נאר פון די טאשן, אבער מיט אזא מהלך, פון זיך ארומשלעפן מיט עסנווארג א גאנצן טאג, קומט מען צום סוף צו באמת גראב צו ווערן.
אזוי ווי מיין באבע זאל זיך מיען פלעגט אלס נאכצוזאגן פונדערהיים, "אז מ'עסט ווערט מען גראב".
די ריכטיגע וועג איז מ'זאל זיך צוגעוויינען אז נישט אלעס וואס מ'זעהט מוז מען עסן, וועט מען זיך נישט דארפן דרייען מיט כשרע עסנווארג אין טאש צו פארמיידן מכשולות.
ואסיים מעין הפתיחה, אז איר זענט די ריכטיגע "שופר" פונעם חרדיש'ן ציבור ווי חז"ל זאגן שוין אז עס איז א חכמ"ה ואינו מלאכ"ה, און מ'קען טאקע באשיינפערליך זעהן וויפיל מלאכה איר לייגט אריין אין די חכמה פון אונז צופרידן צו שטעלן.
יישר כח פארן אריינלייגן מיינע שורות.
א. גלויבער
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 8:41 pm
דורך אנעים זמירות
לכבוד דער 'דער בלאט'
מיט אייער רשות וויל איך מעורר זיין אויף א פירצה וואס איז ליידער זייער פארשפרייט, אזש אפילו אין די גאר פרומע קרייזען געשעהט עס און קיינער פאלט ניטאמאל איין אז דאס איז א פראבלעם. זאגאר די גאר היימישע וועלכע האבען זיך געווייקט שלש סעודות ביים רבי ז"ל און געהערט זיינע הארצרייסענדע בכיות אויפען צער השכינה כביכול, ווערען אויך נכשל דערין.
געוויס דארף מען דן זיין לכף זכות אז די אויבערדערמאנטע יודען וועלכע זענען אין אלגעמיין מדקדק בקלה ובחמורה, האבען זיך פשוט נישט מתבונן געוועהן אינעם חומרת הענין, אבער נישט חלילה ווייל זיי זענען גלייכגילטיג (נד"נ) צו אזא הארבע מכשול פון חילול ה'. וויל איך טאקע מעורר זיין פאר די געשעפטסלייט און סעיל"ס לייט אז מען דארף זיין זייער געווארענט דערוועגען.
א דאנק פאר מפרסם זיין מיין בריעף
א. ז.
קרית חוצות
נ. ב. נאך איך האב שוין געהאט אריינגעלייגט דעם בריעף אין א קאנווערט און פארזיגעלט, האב איך זיך געכאפט אז למעשה האב איך פארגעסען צו שרייבען וואס די פירצה איז. כאטש עס מיר לעולם געוועהן א שאד אויפען קאנווערט וועלכע איך האב געמוזט אויפרייסען, אבער ווען עס האנדעלט זיך וועגען כבוד שמים מאכט מען נישט די חשבונות.
ווען געשעפטסלייט און סעיל"ס לייט געבען א פרייז, לייגען זיי אפטמאל צו 'פלאס טעקס'. מען ברויך נעמען אין אכט אז דער סימבאל פון פלאס איז א צלם רח"ל, און ווען מען זאגט ארויס 'פלאס' קען עס זיין א שאלה פון שם אלהים אחרים לא תזכירו. כאטש איך בין נישט קיין פוסק איז אבער באקאנט דעם כלל אז במקום חילול ה' אין חולקים כבוד לרב, ווי אויך איז באקאנט אז נאכען הסתלקות פונעם רבי ז"ל איז יעדער איינער א פוסק (עפ"י ספרי רבינו).
יעדענפאלס, עס איז צום האפען אז מהיום והלאה וועט מען זיין מער געווארענט אין דעם ענין, און אנשטאט זאגען 'פלאס טעקס' (וואס האט אגב אן עקסטערע פראבלעם פון לשונות העמים ואכהמ"ל), וועט מען זאגען 'עס קומען צו שטייערען'.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 9:02 pm
דורך ענדע צדיק!
אנעים זמירות האט געשריבן:און אנשטאט זאגען 'פלאס טעקס' (וואס האט אגב אן עקסטערע פראבלעם פון לשונות העמים ואכהמ"ל), וועט מען זאגען 'עס קומט צו שטייערען'.
אייער בריוו איז ערהאלטן געווארן מיט איבעראשונג.
צום נקודה וואס איר ווייטאגט, עס זענען טאקע באקאנט אז עס זענען דא אידן המדקדקים וואס וועלן טאקע נאר ארויסזאגן די אלע לשונות דוקא מיט א ר"ת אדער אין א באהאלטענע רמז, אווי למשל, פ"ס, אכטער חלק, חלק שמונה, פיפטע חלק שו"ע, ועוד ועוד. וואסער וואסער ופשטיה
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 9:15 pm
דורך שמאטע
לכבוד "דער בלאט" חשובה.
אזויווי די יעצטיגע טעג איז דא זייער שטארקע פרעסטען אויף די גאסן, און דער עולם פראבירט זיך צי האלטן אינעווייניג אין די בנינים ווי מער. דעריבער וואלט געווען מין הנימוס אז די אלע וואס גלייכען קנאבעל זאלן כאטש אויסווארטען ביז זיי גייען אוועק פון צווישען די ארומיגע מענטשען.
ס'איז נישט שיין צו שמעקן פון קנאבעל ווען ס'איז דא פרעמדע (נישט משפחה מיטגלידער) ארום.
המפורסמת אין צריך ריח.
מיט דאנק. י.ק. קאצענעלענבויגען, מיאמי.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 9:52 pm
דורך מטעמים
שמאטע (ענד)ע אנעים.
גאר שטארק געלאכט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 10:28 am
דורך צווייפעל
הרב קאצינעלבויגן, מיט שעצונג איז ערהאלטן געווארן אייער בריוו בנוגע דעם אומדערטרעגליכע ריח וואס די קנאבל גלייכענדע אידן פארשפרייטן, אבער ווי איר שרייבט אליין זיצט איר אין מיאמי ווי איר קענט זיך דערווארעמען במחיצת גדולי האדמורי"ם שליט"א, איז אייך גרינג צו געבן עצות פאר די צונויפגעשטיפטע קאלטע וומסב"ג'ע אידן.
האלט אייך די נאז פאר א מינוט, און לייגט אייך אריין אין יענעמס שיך, מיט א ניכטערע בליק, ווען אזויפיל אידן זיצן צונויפגעפרעסט אין איין בנין, קענט איר זיין זיכער אז סאיז דא צווישן זיי גענוג אידן וואס זענען מקפיד נישט משנה זיין (טוישן) דעם לבוש, וואס דאס קען פאראורזאכן א פיל שארפערע ריח, ע"כ וואלטן מיר יא צוגעשטופט דעם עולם זאל איינרייבן אויף די טאויסט אביסל קנאבל, אזוי אז די צוויי ריחות זאלן זיך ארומרייסן צווישן זיך, און לאזן דעם עולם מנוחה אביסל.
די פארוואלטונג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 19, 2015 12:46 pm
דורך סמארט גאי
שמאטע האט געשריבן:לכבוד "דער בלאט" חשובה.
אזויווי די יעצטיגע טעג איז דא זייער שטארקע פרעסטען אויף די גאסן, און דער עולם פראבירט זיך צי האלטן אינעווייניג אין די בנינים ווי מער. דעריבער וואלט געווען מין הנימוס אז די אלע וואס גלייכען קנאבעל זאלן כאטש אויסווארטען ביז זיי גייען אוועק פון צווישען די ארומיגע מענטשען.
ס'איז נישט שיין צו שמעקן פון קנאבעל ווען ס'איז דא פרעמדע (נישט משפחה מיטגלידער) ארום.
המפורסמת אין צריך ריח.
מיט דאנק. י.ק. קאצענעלענבויגען, מיאמי.
whenever i read a shmate comment, i kinda look like biden...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 4:33 pm
דורך שמאטע
לכבוד ה"דער בלאט".
שלום לכם ושלום יהיה באהליכם.
אחדשה"ט וויל איך מעורר זיין אויף די חרפה וואס מ'געפינט אין אידישע שטובער דערציילען איבער די
די לעבען און שאפן פון 'גאלדא לאקס'.
ס'איז היינט שוין וואויל באקאנט אז די מעשה איז מזיוף מתוכו, און אנגעפילט מיט פארפירערישע דמיונות שעין לא ראתה עד צאת הכוכבים!
ס'איז א בושה נוראה אז מ'לאזט עס צו! מ'העט ווען געברויכט ארויסגיין מיט א שווערד און א געשעפט (בחרב ובחנות...) אנטקעגען די לשון הרע'ס און מוציא שם רע'ס וואס ווערען פארקויפט אויף אזא משפחה מיוחסת.
מיט דאנק אין בויך וויי
'הערשל און די ציגן.
קרענבערי, סאוט קאראליינע.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 4:44 pm
דורך green
ענטפער פון די - ר - אקציע:
מיר האבן ער האלטן איי ער בא cew שע
פון היינט און ווייטער וועט מען ביינונז היימישע עולם נאר דערציילן
די מעשה פון דאס טשאדעלע באדעלעמיטן דאNK
די - ר - אקציע
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 11:34 pm
דורך משה'לע
דאס איז פיינע נייעס, נישט געוואוסט פון דעם אשכול צוזאגן, האב איך אסאך בריוון צו שיקן, אבער מיר וועלן שיקן קודם איין, ס'איבעריגע וועט נאך פאלגן.
לכבוד המערכת החצוצרות של כל השופרות, מלך האתונים של היהדות החרדית בכל קצוי תבל.
איך האב געוואלט מיטטיילן מיט א וואונדערבארן רפואה פאר די אלעמען באקאנטע אנשטעקיגע קרענק וואס רופט זיך פאנגוס, ביטע אריינשטעלן מיינע שורות לתועלת הציבור.
איך האב לעצטענס בייגעוואוינט מיט מיינע אייגענע אויגן, א אינגערמאן וואס האט ערענסט געליטן פון פאנגוס אויפן פלאכן טייל פונעם פוס, וואו נאכן טוען די וואונדערבארע מיטל איז ער ממש נהפך געווארן לאיש אחר, אין די היילונג איז ווי פאלגענד.
עס ווערט איינגעטיילט די פראצעדור אין 3 חלקים.
קודם זוכט אויף א מקוה אין אייער געגנט וואס האט א לעכעריגן אויסלייג בעפארן אריינגיין צום בור הטבילה, דערנאך פאר איר האלט שוין ביים אריינגיין אינעם בור, שטעלט אייך מיט ביידע פיס אויפן לעכעריגן אויסלייג הנקרא קארפעט, און הייבט אן אריינצורייבן צושטייטלעך דורך די לעכער ביידע פוס אהין און צוריק פאר עטליכע מינוט, דאס ווערט גערופן די טרוקענע בדיקה.
דערנאך קומט די צווייטע טייל, גייט אראפ די טרעפ פון די מקוה, און שטעלט אייך אפ ווי נאר אייער פלאך פון די פוס ווערט באדעקט מיט וואסער, שטעלט אוועק דעם פלאך פון די פוס ביים שפיץ פונעם טרעפ, און הייבט אן פירן דעם פיס הלוך ושוב עד שתצא נפשו, זייט וויסן אז דאס דארף ווערן געמאכט גאר שטארק, אין א סימן לדבר אויב ווערט נשתנה הצורה, דהיינו די אויגן ווערן פארמאכט גאר שטארק, און באקן ציען זיך אויף ארויף ממש צום שטערן, דאמאלטס איז א סימן אז איר מאכט דאס גוט, און דאס דארף אנהאלטן ביז איינער שטייט שוין אונטער אייך פאר אפאר מינוט און ווארט אראפצוגיין אין בור, דאס רופט זיך די נאסע בדיקה. מאכט אויך זיכער ווען איר רייבט די פוס אויף די טרעפ, אז די אפפאל זאל דייקא אריינגיין אין די וואסער פון די בור, פשוט לזכות את הציבור.
דערנאך קענט איר אביסל צוענדיגן אינעם בור, פארשטייט זיך עד שידך מגעת, דערנאך קומט די דריטע טייל, גייט צו אייער פלאץ, און מיטן האנטוך הייבט אן אויסצורעדלן די זאך, אזוי אזש איר זאלט שפירן אז מער קענט איר שוין נישט טרעטן, וזה סגולה בדוק ומנוסה, איך האב עס אליינס געזעהן ווי א איד איז אזוי אויפגעראכטן געווארן, און עס איז א שאד אז אנדערע אידן זאלן נישט וויסן דערפון.
ניסים זאלצנפערד
טוסאן, אריזאנא
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2015 11:41 pm
דורך גערעכטער
משה'לע האט געשריבן:דאס איז פיינע נייעס, נישט געוואוסט פון דעם אשכול צוזאגן, האב איך אסאך בריוון צו שיקן, אבער מיר וועלן שיקן קודם איין, ס'איבעריגע וועט נאך פאלגן.
לכבוד המערכת החצוצרות של כל השופרות, מלך האתונים של היהדות החרדית בכל קצוי תבל.
איך האב געוואלט מיטטיילן מיט א וואונדערבארן רפואה פאר די אלעמען באקאנטע אנשטעקיגע קרענק וואס רופט זיך פאנגוס, ביטע אריינשטעלן מיינע שורות לתועלת הציבור.
איך האב לעצטענס בייגעוואוינט מיט מיינע אייגענע אויגן, א אינגערמאן וואס האט ערענסט געליטן פון פאנגוס אויפן פלאכן טייל פונעם פוס, וואו נאכן טוען די וואונדערבארע מיטל איז ער ממש נהפך געווארן לאיש אחר, אין די היילונג איז ווי פאלגענד.
עס ווערט איינגעטיילט די פראצעדור אין 3 חלקים.
קודם זוכט אויף א מקוה אין אייער געגנט וואס האט א לעכעריגן אויסלייג בעפארן אריינגיין צום בור הטבילה, דערנאך פאר איר האלט שוין ביים אריינגיין אינעם בור, שטעלט אייך מיט ביידע פיס אויפן לעכעריגן אויסלייג הנקרא קארפעט, און הייבט אן אריינצורייבן צושטייטלעך דורך די לעכער ביידע פוס אהין און צוריק פאר עטליכע מינוט, דאס ווערט גערופן די טרוקענע בדיקה.
דערנאך קומט די צווייטע טייל, גייט אראפ די טרעפ פון די מקוה, און שטעלט אייך אפ ווי נאר אייער פלאך פון די פוס ווערט באדעקט מיט וואסער, שטעלט אוועק דעם פלאך פון די פוס ביים שפיץ פונעם טרעפ, און הייבט אן פירן דעם פיס הלוך ושוב עד שתצא נפשו, זייט וויסן אז דאס דארף ווערן געמאכט גאר שטארק, אין א סימן לדבר אויב ווערט נשתנה הצורה, דהיינו די אויגן ווערן פארמאכט גאר שטארק, און באקן ציען זיך אויף ארויף ממש צום שטערן, דאמאלטס איז א סימן אז איר מאכט דאס גוט, און דאס דארף אנהאלטן ביז איינער שטייט שוין אונטער אייך פאר אפאר מינוט און ווארט אראפצוגיין אין בור, דאס רופט זיך די נאסע בדיקה. מאכט אויך זיכער ווען איר רייבט די פוס אויף די טרעפ, אז די אפפאל זאל דייקא אריינגיין אין די וואסער פון די בור, פשוט לזכות את הציבור.
דערנאך קענט איר אביסל צוענדיגן אינעם בור, פארשטייט זיך עד שידך מגעת, דערנאך קומט די דריטע טייל, גייט צו אייער פלאץ, און מיטן האנטוך הייבט אן אויסצורעדלן די זאך, אזוי אזש איר זאלט שפירן אז מער קענט איר שוין נישט טרעטן, וזה סגולה בדוק ומנוסה, איך האב עס אליינס געזעהן ווי א איד איז אזוי אויפגעראכטן געווארן, און עס איז א שאד אז אנדערע אידן זאלן נישט וויסן דערפון.
ניסים זאלצנפערד
טוסאן, אריזאנא

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 12:31 am
דורך שוועמל
חחחחחאחחאח
אנעים שמאטע משה טיילט אייך מיטן ירק
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 1:32 am
דורך מטעמים
שוועמל האט געשריבן:חחחחחאחחאח
אנעים שמאטע משה טיילט אייך מיטן ירק
בדוו, יעצט באמערקט אז מען קריגט זיך נאך איבער דעם ירק, גיי זעה וואס דו קענסט טוהן!