בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 9:10 am
דורך שמעלקא טויב
וויפיל איז דער שיעור פון לאכן דא?

ווער וויל מאכן א ביקור גומלין ביי מיר?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 10:45 am
דורך בוידעם
מילכיגער האט געשריבן:רחמנות אויף די מילצן!!!


הה''ד רחמנא מילצאן

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 10:51 am
דורך מיללער
כבוד המערכת של שופרה של היהדות החרדית

לאחרונה עלתה לי לקחת את בלהטותיכם בידי, וראיתי שאכן יש לה דין שופר ממש, וחל עליה גזירה דרבה של שמא יעבירנו (וקרוב לודאי שיעבירנו כמו שעשיתי בעצמי תיכף ומיד), וממילא אסור לקרותה בשבת, ומשום לא פלוג נכון שלא לקרותה אף בימי החול וכולהו חדא גזירה הוא.

ובענין מדור התמונות המסתעפת על פני כמו"כ דפים עם תמונות צבעונים ופרחונים מהני צלבריטאות, לכולם נתן חליפות שמלות, בגדים שלבש בהן שחרית לא ילבש בין הערבים, ולמה נקרא שמן ססגונא ששש ומתפאר בגוונין שלה. ראיתי לעורר שבדרך כלל תיכף אחרי התמונות של מאורעות בחצרות הקודש וטיולים בערי הנופש ומנוחה, יש לכם מדור מיוחד של תמונות מבעלי חיים ועופות, ואולי מן הנכון לחלקה למדור לבדה עם סטעיפל"ס נפרדים כדי שלא יבואו להקיש אלו לאלו ח"ו, ובוודאי שבטירחא קלה תמצאו ברשת ובאייוועל"ט הרבה תמונות מספיק לשני חלקים נפרדים, ויגדיל הבלאט עוד פי כמה.

בברכת שבתא טבא ופורים שמח
י.ד. מיללער
סקרענטאן

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 10:54 am
דורך עין טובה
ליצנות

(ליצנותא דע...?)

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 11:09 am
דורך green
איינער האט די נאמבער פון הצלה? כקען נישט כאפען סאטעם

זאנע לצים, נו! משפטים!

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 11:49 am
דורך גוגל
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

ההצצצצצצצצצצלללללללללללהההההההההה

צודרייטע חברה

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 12:02 pm
דורך שנאפס
לכבוד די חשובע רעדאקציע:

איך האב נאר געוואלט אפדעיטן אז מיין איידעם האט געטוישט פון א אדיסי צו א סיענע, ס'איז וויכטיג צו וויסן אויף להבא

יום ו' לסדר ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם ולא לפני שופטי עכו"ם

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 12:38 pm
דורך מצב כללי
איך זיץ אין אפיס און קייך פאר געלעכטער...

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 12:48 pm
דורך לוי יצחק
לכבוד די חשובע רעדאקציע

איך האב מיר געוואלט אויסדרוקן בשער בן רבים אז איך האב שוין זייער לאנג נישט אזוי שטארק געלאכט!!

מיט קענטעניס און הנאה.

לוי יצחק
(ביטע ניט ארויסשרייבן מיין נאמען, אויב שרייבט איר ר"ת שרייבט עס פארקערט י"ל קיינער זאל נישט כאפן)

צוויי נעפקינס אין די פרישטאג זעקלעך

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 12:51 pm
דורך שמאטע
לכבוד הרעדאקציע המרומם.

כ'וועל נישט אויסברייטערן מיט די מעלות פון אייער אויסגאבע. נאר איך וועל גלייך צוגיין צום פוינט.

איך האב געוואלט מעורר זיין די געשעפטען וואס פארקויפען פארטיגע פרישטאג זעקלעך, אז זיי זאלן אריינלייגען א עקסטערע נעפקין אין די פעקל כדי מ'זאל זיך קענען אפווישען פון די מים אחרונים וואסער.

א דאנק.
משה שווארץ, קיימישע לעיק‏.
יאכלו עונים וישבעו‏

נאך איבער דעם תיקון פארן תיקון..

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 1:03 pm
דורך ווישוואש
איינער געדענקט די וואכן לאנגע דיסקוסיע איבער דעם? משוגעים

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 1:08 pm
דורך שמאטע

פונעם רעדאקציע טישעל.
לכבוד דעם שרייבער פונעם בריוו "נאך איבער דעם תיקון פארן תיקון" זאל ביטע איבערשיקען די בריוו צוליב וואס (צוליב טעכנישע סיבות) האט זיך די פעקס אפגעהאקט אינמיטען די בריוו איז אריינגעקומען.

מיט דאנק. די רעדאקציע בשם צוות המנהלים.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 1:09 pm
דורך בוידעם
לכבוד דעם לולב פון כלל ישראל.
ביטע אריינליינגן די פאר שורות לזיכוי הרבים.
תלי''ת הערשט לעצטענס א אויפוואכונג ביים היימישן ציבור בנוגע שמירת המצוות, נעמליך די התעוררות ביים ברייטן ציבור מהדר צו זיין במצוות און קויפן דייקא א באגאבו קערידטש, יוצא צו זיין די מצווה לכל הדעות.
דער פראבלעם ביי מיר איז אז מיין ווייב איז נישט אזוי פרום און זי האלט נישט ביים שטופן א באגעבו, וויפיל איך האב פראבירט, מיט גוטן און מיט בייזן, והיא באחד, לא ציית לדינא.
האב איך אנגעפרעגט א חשוב'ע תלמיד חכם כדת מה לעשות, האט ער מיר געזאגט אז נשים פטורות ממצות עשה שהזמן גרמא, און וויבאלד א קערידש נוצט מען בעיקר און די בייטאג שעות, דעריבער זענען די פרויען פטור דערפון.
ביטע מפרסם זיין די פאר שורות למען שלום בית.
ב.מ. לבנון יצ''ו

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 1:32 pm
דורך ווישוואש
בוידעם האט געשריבן:לכבוד דעם לולב פון כלל ישראל.
------
ב.מ. לבנון יצ''ו

נתלחחחחחחחחחתי.. חחחחחח

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 2:28 pm
דורך מיסטעריעז
רעדוקציע:
איבערשמועסנדיג מיט אונזער דיין וואס פסק'נט אונז אלע תורה'דיגע שאלות וואס מאכט זיך אין די רעדאקציע, האט ער געזאגט כלפי די בריוו וואס מיר האבן באקומען פון כיזבאלא אין לבנון בנוגע די קערידזשעס, אז געוויסע זענען מחולק, וויבאלד די מנהג איז היינט אז די מענער שטיפן די קערידזש, אויב אזוי איז דאס די מאן'ס חפץ של מצוה און מ'דארף קויפן איינס לפי חיובי הבעל, און ער איז דאך יא מחויב במצשהז"ג.
ווידער טענה'ן אנדערע אז די מנהג איז חוקות הגוי און דאס קען נישט אפעקטירן די הלכה.
וחוזר חלילה.

מיר נעמען נישט קיין שטעלונג מיר זאגן נאר די פאקטן. און אגב ווילן מיר איבערגעבן וואס א ת"ח שאין בו דעת האט געבעטן צו מעורר זיין, אז לפי שיטת האומרים אז ס'איז די מאן'ס חפץ של מצוה, דארף מען וויסן אז אויב די פרוי וויל יא א באגעבאו און איר נעמט אן אז ס'איז א חיוב דאס צו טון אלס מכבדה, דאן איז אפשר כדאי צו קויפן צוויי, אלס אין עושין מצוות חבילות חבילות, וצ"ע למאנסע.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 2:38 pm
דורך ווינקל
נישט נארמאל וואס דא טוט זיך!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 2:41 pm
דורך מיסטעריעז
איי געס איר ליינט קיינמאל נישט פון פענע צום בלאט, דאס איז מעשה בכל שבוע דארט...

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 3:11 pm
דורך יצחק דע באנקיר
לאמיר האפן עס זאל גרייכן צום רעדאקציע פון בלאט, און זיך אביסל קוקן אין שפיגל

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 3:37 pm
דורך טוויט_ראביי
לכבוד המערכת
אזוי ווי יעדער ליינט אייער צייטונג וואלט כדאי געווען איר זאלט מעורר זיין די ציבור אז ביי א קידוש זאל מען אכטונג געבן אז די דעקל פון די סאדע בלייבט אויפן פלאץ, ווייל אויב פאלט עס אראפ קען איינער ח״ו זיך אויסגליטשן דערויף, און שאפן עגמת נפש, אחוץ דעם וואס די סאדע ווערט אויסגעוועפט ווייל מען קען עס נישט אוועקלייגן.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 3:43 pm
דורך עין טובה
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:לאמיר האפן עס זאל גרייכן צום רעדאקציע פון בלאט, און זיך אביסל קוקן אין שפיגל


די פראבלעם איז אז זיי וועלן כאפן וואס פארא ליצנות זייערע בריוון זענען, וועלן זיי אליין אנהויבן פראדעצירן בריוון. (אויב זיי האבן עס נאכנישט געטון ביז היינט)

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 3:53 pm
דורך גערעכטער
מיסטעריעז האט געשריבן:רעדוקציע:
איבערשמועסנדיג מיט אונזער דיין וואס פסק'נט אונז אלע תורה'דיגע שאלות וואס מאכט זיך אין די רעדאקציע, האט ער געזאגט כלפי די בריוו וואס מיר האבן באקומען פון כיזבאלא אין לבנון בנוגע די קערידזשעס, אז געוויסע זענען מחולק, וויבאלד די מנהג איז היינט אז די מענער שטיפן די קערידזש, אויב אזוי איז דאס די מאן'ס חפץ של מצוה און מ'דארף קויפן איינס לפי חיובי הבעל, און ער איז דאך יא מחויב במצשהז"ג.
ווידער טענה'ן אנדערע אז די מנהג איז חוקות הגוי און דאס קען נישט אפעקטירן די הלכה.
וחוזר חלילה.

מיר נעמען נישט קיין שטעלונג מיר זאגן נאר די פאקטן. און אגב ווילן מיר איבערגעבן וואס א ת"ח שאין בו דעת האט געבעטן צו מעורר זיין, אז לפי שיטת האומרים אז ס'איז די מאן'ס חפץ של מצוה, דארף מען וויסן אז אויב די פרוי וויל יא א באגעבאו און איר נעמט אן אז ס'איז א חיוב דאס צו טון אלס מכבדה, דאן איז אפשר כדאי צו קויפן צוויי, אלס אין עושין מצוות חבילות חבילות, וצ"ע למאנסע.


לכבוד האי גברא רבא לא ידעתי אכניהו אלא שמתוך דבריו נראה דג'ברא רבא הוא ה"ה הרב דר. בלאט ני"ו.

בדבר שאלתו אם מצות 'ובו תדבק' שייך בבוגבו קערידז, ואם נקרא מצות עשה שהזמן גרמא, ואם יש בזה חיוב של בכל מאודיך.
נראה בהקדם מה שכתב בעל 'בן פורץ' שמעולם לא שמענו וראינו למי שימחה באיש שפושע בגופו הבוגבו קערידז (פאָשט א באגעבא אליין בלע"ז) ולא ע"י אמתו העומדת לצידו, לפי"ז נראה דאין משום 'ובו תדבק' להאישה, ואולי להאיש יש בו מצות ובו תדבק ולא ירבץ תחת משאו ויל"ע בזה.

ובדבר שאלתו אם נקרא מצות עשה שהזמן גרמא, נראה לי ברור שאכן הוא מצות שהזמן גרמא שנשים פטורים, והיא דידוע שבדברים האלו יש בהן ענין של 'מום עובר' הנקרא סטיי"ל שעובר ולאחר זמן ליכא, על כן נראה שכיון שלאחר זמן יצא מגדר סטיי"ל על כן יש לדון עכ"פ לחומרא (וד"ל) שהיא מצות עשה שהזמן גרמא ונשים פטורות מזה.

ומה שאל אם יש בו חיוב של 'בכל מאודיך' צ"ע ונראה לי לומר שאם האיש הוא עבד דהיינו שיש לו דזא"ב אין שום חיוב בזה דהעוסק במצוה פטור מן המצוה, אבל אם אין לו דזא"ב נראה לי ברור שחייב בזה בכל מאודו, ואין זה הידר מצוה שהיא עד שליש, אלא ילוה מכל מי שעדיין מאמינו, ויקח לו בוגבו קערידז, ויקפיד שיהא מאותו המין שהיא חשוב ויקר ביותר, ובזה יהא לו שלום, אשריו בעולם הזה וטוב לו לעולם הבא.

כ"ד הד"ש
ס"ט איש ימיני
חו"פ עלמא הביעה.

פארעפענטליכט: שבת פבואר 14, 2015 9:36 pm
דורך גליטשעדיג
די רעדאקציע שרייבט נישט קיין בריוון ס׳איז דא א ספעציעלער מענטש וואס באקומט דערפאר באצאלט

נזהר זיין אריינצילייגען די האר אין די גמרות.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 1:03 am
דורך שמאטע
לכבוד "דער בלאט".

כ'האב געוואלט מעורר זיין אויף וואס - בעיני - זעהט אויס א שטארקע אפשוואכונג אינעם ענין פון אריינלייגען די האר פון די בארד פראמינענט אין די מסכת וואס דער היימישע ציבור לערענט יעצט.

איך בין פאריגע וואך געווען ביי מיין שוואגער וואס לערענט אין די "זכרו" חבורה, און ביים סיום האט איך באמערקט אז זיין גמרא איז הערליך דעקארירט מיט פארשידענע סייזעס האר.
ווי נאר איך בין אנגעקומען אהיים האב איך גלייך גענומען מיין שבת גמרן און אויסגעריסען א האלבע בארד און עס צושפרייט איבערן גאנצע גמרא! (אויך אינעם 'מרדכי' האב איך איבערגעלאזט א זכר).

איך האלט אז ס'איז א ענין פון "זה ק-לי ואנוהו", (חוץ וואס דאס וועט זיין א זכר פאר די קינדער אז זייער פאטער האט ב"ה געלערנט צוזאמען מיט קהל).

א ישר כח פארן אריינלייגען מיינען 'שערות'.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 2:11 am
דורך לכאורה
#רחמנות אויף די מילצן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 2:54 pm
דורך אסותא
אוי באשעפער! #איי קענט בריט!