בלאט 1 פון 1

אייוועלט שרייבער געווינט לאטערי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:18 am
דורך עין טובה
דארנעשטאג משפטים, היסטארישע לאטערי געווינס, משפטים עין היי, גיי מיר אריבער צום פה מפיק מרגלית וואס האט זוכה געווען צו געוואונען די לאטערי נעכטן נאכט.

א גוטן מיסטעריעז, וואס מאכט מען?

ביטע נישט קאמענטירן ביז די אינטערוויו איז פארטיג. מיסטעריעז ווערט געבעטן צו ענטפערן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:21 am
דורך מיסטעריעז
עין טובה האט געשריבן:דארנעשטאג משפטים, היסטארישע לאטערי געווינס, משפטים עין היי, גיי מיר אריבער צום פה מפיק מרגלית וואס האט זוכה געווען צו געוואונען די לאטערי נעכטן נאכט.

א גוטן מיסטעריעז, וואס מאכט מען?

ב"ה‎, וואס מאכט איר?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:24 am
דורך עין טובה
ב"ה, פיין.
ס'קומט אריין באריכטן דא אין אפיס (פון?) אז איר זענט איינע פון די גליקליכע געוואונערס אינם נעכטיגע היסטארישע לאטערי, משפטים עין היי.

וואס קענט איר אונז דערציילן דערוועגן?
איר קויפט אייביג די לאטערי אדער נאר היסטארישע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:38 am
דורך מיסטעריעז
אייביג? נעע
קיינמאל? אויך נישט.
טיילמאל.

אגב, איך גלייב אז קיינער קויפט עס נישט צוליב די היסטארשקייט וואס עס טראגט, די זאך וואס מאכט עס היסטאריש איז די סיבה פארוואס מ'קויפט עס. נעמליך, די ריזיגע נאמבערס וואס עס ווערן אויסגעראפלט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:45 am
דורך עין טובה
איך האב געזען אז דו ענטפערסט נישט, האב איך דאס אראפגעשריבן, און יהא. נעם די גאנצע און ענטפער על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

קוקט אויס אז קול מבשר איז אנגעקומען צו אייך און פארדעם קענט איר נישט ענטפערן יעצט.
סאו, איך לייג אראפ מיינע שאלות, און דו געב תירוצים, אויב וועט נתעורר ווערן נאך שאלות מכח דיינע תירוצים, וועלן מיר מוזן פרעגן נאך.

-לויט ווי איך פארשטיי האט איר מתחילה געמיינט אז איר זענט א פשוטע שלימזל, זעהט אבער אויס אז דו ביסט נישט אזא שלימזל, סאו, אויב האט איר געמיינט אז אזא געווינס אינו מן המנין, איז אפשר האט איר שוין געוואונען מער פון איינמאל, שטימט?
-וואס זענען געווען אייערע געפילן בשעת'ן זעהן אז איר האט געוואונען?
-וואס פלאנט איר צו טוהן מיט די פלוס פון געלט? צדקה, חובות און נאכדעם? איר גייט עפעס צושטייער געבן פאר אייוועלט?
-איר קומט באלד ארויס מיט א 'קאללערוואר' געשריי? אדער דאס מאל זענט איר ערנסט א געוואונער?


נא,,,,,, איך קען מיר נישט דערמאנען נאך שאלות יעצט, און אנטשולדיגט אויב איך האב געפרעגט צו פערזענליכע שאלות, מיין רבי אין אינטערוויוען (גראדע נישט געמאכט קיין גוטע דזשאב...) הרב דרעזנער, האט מיר אויסגעלערנט צו גיין אויף דעם מהלך.



פיין, א גרויסען יישר כח מיסטעריעז פארן אוועקגעבן די טייערע צייט .....אפפפססססס.... ס'קומט נאך דו ענטפערסט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 11:00 am
דורך מיסטעריעז
עין טובה האט געשריבן:-לויט ווי איך פארשטיי האט איר מתחילה געמיינט אז איר זענט א פשוטע שלימזל, זעהט אבער אויס אז דו ביסט נישט אזא שלימזל, סאו, אויב האט איר געמיינט אז אזא געווינס אינו מן המנין, איז אפשר האט איר שוין געוואונען מער פון איינמאל, שטימט?

איך ווארף נישט אוועק קיין לאטערי קוויטל איידער איך סקען די באר-קאוד, סוי - אויב דער מאשין זאגט נישט קיין ליגנט - האב איך ביז איצט נאך קיינמאל פארזעהן א געווינס

עין טובה האט געשריבן: -וואס זענען געווען אייערע געפילן בשעת'ן זעהן אז איר האט געוואונען?

אומבאשרייבליך!

עין טובה האט געשריבן:-וואס פלאנט איר צו טוהן מיט די פלוס פון געלט? צדקה, חובות און נאכדעם? איר גייט עפעס צושטייער געבן פאר אייוועלט?

איר דארפט אין אכט נעמען אז א מיליאן דאללער מיינט נאר (!) אביסל מער ווי די האלב דערפון, עס איז טאקע אסאך אבער א איבערפלוס איז עס נישט... (יש לו מנה רוצה מאתיים, זאגט די מדרש אין קהלת...)

עין טובה האט געשריבן:-איר קומט באלד ארויס מיט א 'קאללערוואר' געשריי? אדער דאס מאל זענט איר ערנסט א געוואונער?

ווען האב איך געטון אזא זאך, אז איר זאלט מיר חושד זיין דערין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 11:03 am
דורך עין טובה
איך פרעג סתם, ווייל איר האט דאך נישט געשריבן קלאר אז איר האט געוואונען...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 11:05 am
דורך עין טובה
-איר גייט יעצט קויפן די לאטערי מער אפט, צוליב דעם וואס איר האט געוואונען?
-איר האט נישט מורא פון גילוי? אדער ס'איז נישט קיין פראבלעם ווייל איר וועט ארויסשפראצן מיט אן אנדערע ניק?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 11:06 am
דורך מיסטעריעז
עין טובה האט געשריבן:-איר קומט באלד ארויס מיט א 'קאללערוואר' געשריי? אדער דאס מאלזענט איר ערנסט א געוואונער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 11:09 am
דורך מיסטעריעז
איך זעה נישט אז א געווינס מיינט אז מען גייט נאכאמאל געווינען, דערפאר זעה איך מיר נישט קויפן מער אין די צוקנופט.

גילוי איז א פראבלעם אויף לשעבר נישט אויף בעתיד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 11:24 am
דורך עין טובה
פיין, א גרויסען דאנק מיסטעריעז פארן אוועקגעבן די טייערע צייט, די אויבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט מצליח זיין בכל מעשה ידכם




מיר ווארטן צו הערן פון אייך אויף קולמע....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 11:31 am
דורך מיסטעריעז
אמן, מיי פלעדזשער, דאס איז מיין ביישטייערונג פאר איי-וועלט (איבער וואס איר האט פריער געפרעגט)...

מיר פלאנען נישט צו רעדן אויף קול מבשר, נישט היינט און נישט מארגן, קיינמאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 12:47 pm
דורך כאפצעם
וואס גייט דא פאר? א פלעי אינמיטן א גרינעם דאנערשטיג אדער ריעל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 1:10 pm
דורך עין טובה
וואס איז? ס'דאך שלושים יום קודם פורים...

אלנפאלס, ער זאגט אז ער האט געוואונען.
(דאכצעך אז 'אפיציר' האט אויך געוואונען א מעלאנע)

קוק אויף מיסטעריעז'ס חתימה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 1:14 pm
דורך מיסטעריעז
איך זאג אז איך האב געוואונען‎? וואו?