בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 24, 2007 12:07 pm
דורך זארעכפעפער
על סאכדעס סאכדעס ועל בני היכלא דכסיפין

סאכדעס, איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין הערה בנוגע דער חילוק צווישן פרצוף וכתב, ס'געשמאקע חומר למחשבה, די פראגע איז נאר צי איך בין איינשימיג מיט דיר? דער תי' איז, הן ולאו. אמת, דער ענין פון חכמת הפרצוף ווערט דערמאנט אין זוה"ק, אבער דער היינטיגער בעגריף חכמת הפרצוף, מיט וואס די אלע באבא'ס און זוי גערופענע מקובלים באניצן זיך, האט קיין שייכות נישט צו דער ענין פון וואס דער זוהר דערמאנט. ס'לא קרוב זה אל זה.

ס'געווען א רבי אין ירושלים וואס האט אנגענומען דעם זוה"ק אזוי בפשטות, און ווען ער האט געזען א איד מיט פלעקלעך אויפן פנים האט עס'ן באלד דערמאנט אינעם חכמת הפרצוף פון זוהר... דער זוהר רעדט פון העכערע באגריפן וואס האט מער צוטון מיט די נשמה, ווי אונזער הרב הכולל והחכם, כל רז לא עמיק לי', הרב בני היכלא, האט דערמאנט, און די באבאס רעדן פון א שטודירטע חכמה וועלכע האט שייכות מער צום חכמת היוונית.

ולמחזי זיו דזעיר אנפין...
גיב מיר א שלש סעודות... מערצעשעם נאך שבת עלעך צוריק קומען צו דיינע ווערטער בל"נ. ס'נישט אזוי פשוט ווי דו שרייבסט דאס אראפ.