איך פארשטיי אליינס, אז זעענדיג דער מאדנער קעפל פונעם אשכול וואונדערסטו זיך אודאי וואס איך וויל דא? נו, וודאי ווא-דען, אודאי איז דאס מאדנע. אבער, חבר מיינער, האב אביסקעלע געדולד... רואיג... רואיג... אין לויף פונעם אשכול וועט דיר אלעס קלאר ווערן. איך פארלאנג נישט גארנישט פון דיר, נאר איין זאך, און דאס איז, ווי געזאגט, בלויז אביסקעלע געדולד! האסט עס? אקעי, פיין איז לאמיר צוקומען צום ענין.
קודם, איז אזוי, לאמיר דיר זאגן, ס'אמת איז אז די זאכן ליגן מיר שוין אויפן צינג עטליכע טאג. עס ליגט מיר שוין גערייט אנצוריכטן אן ארטיקל, איבער די ענינים, א טאג צוויי, נאר, אזוי ווי ביי יעדע גוטע זאך, איז ביי דער גוטער ארטיקל אויך. כ'מיין, ווייסט דאך אוודאי אז יעדע גוטע זאך קומט דאך אן שווער, דער זויער טייג שמוגלט זיך אריין און פרובירט אנווענדן אלע מיטלען אז די זאך זאל נישט ארויסקומען מן המח אל הכח, דאס זעלביגע האט ליידער דא אויך פאסירט. דער יעניגער, וועלכער האט זיך מיר באזעצט אין מיינע... זינט יענעם טאג וואס איך האב אנגעטראטן די וועלטליכע לופט, און לויפט מיך נאך עד היום נאך טריט ביי טריט, מינוט נאך מינוט, יא, דער יעניגער, האט מיך אנגעדרייט א מעשה מיט א בוידעם, אזש אז איך שטופ און איך שטופ דעם ארטיקל. ענדליך, ענדליך, האב איך זיך גובר געווען און דאס ארויסגעשטופט און א גוטע שעה. באכאשעם פאר דעם. שוין, איז אזוי, אייגנטליך פרעגטסטו דאך אודאי, צו וואס ס'האט אויסגעפעלט מיין גאנצע הקדמה דא? צו וואס דארף איך דיר דאס דערציילן? האט דאס עפעס א שייכות מיטן עצם ארטיקל, אדער וואס? איז הער אויס, דו פרעגסט זייער גוט, האסט ממש צוגעטראפן זארעכס א קשיא... און כ'על דער זאגן דעם אמת. דער אמת איז, אז, ניין, ס'האט קיין פארבינדונג נישט מיטן ארטיקל, איי, צו וואס זאג איך דיר דאס? פשוט, ווייל איך וויל דו זאלסט דאס וויסן! יא, איך האלט אז דו דארפסט דאס צו וויסן. און פרעג מיך נישט צו וואס דו - יא, דו, סאכדעס, יא דיך מיין איך אויך, -דארפסט דאס צו וויסן, פרעג מיך נישט. און זאג נאר: ווייסט טאקע נישט? אמער, איך ווייס דאך אויך נישט, טא וואס פרעגסטו מיך?! שוין, אבער אזוי גייט דאס, דו ווייסטעך יא דעם אמת, אז ביי אונז אין דער קרעטשמע ווען מ'רעדט רעדט מען שוין אזוי אז ס'פארט א באן...
איז וועל איך צוקומען צום ענין: מאכט זיך אזוי א מעשה. מיט א טאג צוויי צוריק האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף א קורצער שפאציר אויפן אור-אלטן פארק (איינער דענקט נאך דעם אלטן היסטארישן פארק דארט?), דער פארק דארט איז אויסגעשטעלט, אז באלד ביים אריינקום, ביים הויפט אריינגאנג, הענגט א גרויסער שילד מיט אינפארמאציע פאר די באזוכער, דער שילד צייגט אן פונקטליך די נעמען פון אלע פארוויילונגס שטיבלעך. אזוי ווי מיין שפאציר איז געווען געפלאנט בלויז אויף א קורצער שפאציר, בין איך דעריבער באלד ביים אריינקום צוגעגאנגען צום שילד זיך אומקוקן אביסל וועלכער צימער עס וואלט געקענט זיין גוט פאר מיר, איך קוק מיך אזוי אום, און כ'באמערק אן אינטערסאנטער צימער'ל אונטערן נאמען
"סאכדעס"...הו הא... "סאכדעס", דאס איז דאך עפעס א היימישער נאמען... איך טראכט אזוי צו מיר, זיכער איז דער שטיבל א זכר ולעילוי ניקו פון אונזער "סאכדעס". קיין ספק נישט. איך טראכט נישט קיין צוויי, איך באפעל דעם מייזל אז ער זאל מיר שוין צופירן צו דער "סאכדעס" שטיבל...
איי וויי געוואלד, בושות... ס'בושות... א דורכפאל... "סאכדעס" לאזט מיר נישט אריין... אזוינס! וואס גייט דארט פאר? וואס באהאנדלט מען דארט? וואס לאזט ער מיך נישט אריין?!
שוין, ווייסמער שוין פשט אינעם ערשטן דריטל פונעם קעפל... איז גיימער ווייטער. "פענע-פאפיר" אוי דאס איז שוין א ווייטאגליכער ענין.
זאג נאר, האסט שוין געליינט אמאל אין קרעטשמע דער אויסדריק: "שרייב, שרייב, דו שרייב נאר, ס'וועט שוין נאכקומען". האסטו זיך שוין אמאל באגעגענט מיט זוינע - און ענדליכע – אויסדריקן? הא, איך הער נישט? איך הער, הערסט אדער נישט? איך הער נישט אדער איך הער יא? אוי, וואס מיש איך דא? איך מיין צו זאגן אזוי, צוויי זאכן: קודם פרעג איך צו דו, יא, דו וואס דו ליינסט מיין ארטיקל, פרעג איך דיר צו דו הערסט? און אויף דעם ארויף זאג איך: הא, 'איך' הער נישט, דאס איז ערשטנס. דערנאך איז דאך פשוט, איך רעד צו אונזער באליבטער סעקרעטאר וועלכער ניקט זיך "איך הער". פרעג איך אים פערזענדליך, צו 'איך הער' הערט וואס איך פרעג. איי, פרעגטסו, וואס עפעס פרעג איך פונקט 'איך הער'ן' צי ער הערט? וואס עפעס האב איך אים בוחר געווען מכל עם ס'לשון? כ'מיין איז דאס דען יושר, ווייל זיין ניק איז 'איך הער' און דו פרעגסט צו מ'הערט, מעג מען זיך שוין וועגן דעם וויצלען אויף זיין חשבון? נו, ווער קען צוטרעפן? סאכדעס, נו, לאמיר זען צי דו ווייסט. גוט, עלעך דער זאגן, ווייל 'איך הער' איז דער וועלכער מ'דארף געבן קרעדיט פאר דעם אויסדריק... ער איז דער ממציא און דער וואס פאדערט דאס כסדר, דעריבער איז דאך נישט מער ווי רעכט אים צו קרעדיטירן און אים פרעגן צי ער הערט, ס'א'כאילו א ווי איך וואלט געשריבן כזה: (קרעדיט: איך הער). פארשטייסט וואס כ'מיין? גוט, פיין, איז גיי מיר צוריק צום ענין. איז אזוי, זאגט מען דאך ביינונז אין קרעטשמע: "שרייב, שרייב". נו, אז מ'הייסט שרייבן שרייבט מען, נישט אזוי? און אזוי האבעך טאקע געטון. איך האב זיך צוגענאגלט יומם וגם ליל צום קי-בארד און געקלאפט און געקלאפט און געקלאפט, ביז די מכות זענען שוין געגאנגען אין הויכע טענער אריין...
מאכט זיך מיר אבער א מעשה אזוי, די לעצטע פאר טאג איז מיר אויסגעקומען צו אפשטאטן א באזוך אין ספרים צימער פון די פעפער פאמיליע. בלעטערנדיג דארט אין ספרים שאפע האב איך געמערקט עפעס אפאר גאר אינטערסאנטע ספרים וואס זייער אינהאלט האט מיר געצויגן. כ'בלעטער אהער כ'בלעטער אהין, ביז כ'אב אזוי אנגעטראפן עפעס א ספר וואס רעדט פון גאר אן אינטערסאנטער נושא, נו, אהה, דאס, דער ענין, דאס מוז איך מיר שוין פארצייכענען. איך גיי צו צום לעדל, איך שלעפ זיך ארויס א שטיקל פאפיר (דו ווייסט וואס דאס איז? ס'איז אזא בלעטל, נישט א בלעטל וואס הענגט אויפן בוים, ס'איז א בלעטל אזוי ווי א בלעטל פון די גמרות, נאר ס'איז ליידיג, ס'שטייט נאך דערווייל דערויף גארנישט. אה, יא, פאר כ'צומיש דיר, נישט אזא גמרא 'בלעטל' פון אונזער "אוצר הספרים" דא אין דער קרעטשמע, נאר פון א גמרא פון מיין ספרים צימער. גענוג קלאר?), איך שפיץ מיר אויס א בליי און כ'הויב אן צייכענען. וואס זאל איך דיר זאגן? די צייכענעס האבן אויסגעזען רחמנות ליצלן... וויי געוואלד, וואו בינעך? (קרעדיט: סאכדעס), כ'האב פארלוירן מיין האנט שריפט... אדאנק די היימישע קרעטשמע האב איך שוין אפשר פאר חדשים נישט געניצט דעם אור-אלט-מאדישן מעטאד פון פען און פאפיר, אזש מיין שריפט האט אויסגעקוקט ווי א כתב כינע... רבותי, ס'נישט קיין חכמות, מ'דארף זעך כאפן באצייטנס און זיך צוריק נעמען דעם ווירקליכן פעדער אין דער האנט אריין, א נישט וועלן אונזערע כתבי ידות אויסקוקן ווי די טשייניזע בוכשטאבן...
און נאך איין זאך און כ'בין פארטיג בכי טוב, און דאס איז דער חחח...
דער עולם, לעצטענס באכשעם, וואס זאל איך דיר זאגן? באכאשעם, אה, ממש א נחת. דער עולם איז גוטמוטיג, מ'שרייבט און מ'קאמפלעמענטירט, און אזוי ווייטער, באכאשעם. יעדע זאך, יעדעס ווינקל, ממש מעכאיע. די זאך אי-נאר, אז דער עולם איז לעצטענס אריין אין הויכע טענער; מ'קלאטש, מ'שרייט, ס'טיצעך אזש מ'קען פשוט טויב ווערן. שפאציר איך מיר אריין אין עפעס א צימערל דא, זע איך ווי איינער האט זיך פאר עקסטאז צושריגן אאאאאזזזזזווווווייייייייי הויך אזש ער ציט מיר פשוט אויס די שטים בענדער...
ערעב יוד, שטילער אביסל, מ'האט שוין געהערט אזוינס! און אפי' נישט, אפי' מ'האט נאך נישט געהערט אזוינס, מוזט מיר נאך נישט וועגן דעם אויסציען דעם סקרין צפונה ונגבה... רעכן דיך מיט א צווייטן ביטע. יעדען מאל ווען איר צושרייסט זיך איבער די מאס, מאכט איר מעך נערוועז. ביטע, שריי, גיב זיך אויס וואס מער, אבער מיט א צאל און א מאס, מוז נישט זיין דוקא אין איין אטעם... דאנקע פאר די איינזעעניש.
און מיט דעם בינעך מסיים. פארשטייט איר שוין מיין קעפל? יא, גוט.
א גוטן.