סאכדעס, פענע-פאפיר און חחח

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

סאכדעס, פענע-פאפיר און חחח

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 7:17 pm

איך פארשטיי אליינס, אז זעענדיג דער מאדנער קעפל פונעם אשכול וואונדערסטו זיך אודאי וואס איך וויל דא? נו, וודאי ווא-דען, אודאי איז דאס מאדנע. אבער, חבר מיינער, האב אביסקעלע געדולד... רואיג... רואיג... אין לויף פונעם אשכול וועט דיר אלעס קלאר ווערן. איך פארלאנג נישט גארנישט פון דיר, נאר איין זאך, און דאס איז, ווי געזאגט, בלויז אביסקעלע געדולד! האסט עס? אקעי, פיין איז לאמיר צוקומען צום ענין.

קודם, איז אזוי, לאמיר דיר זאגן, ס'אמת איז אז די זאכן ליגן מיר שוין אויפן צינג עטליכע טאג. עס ליגט מיר שוין גערייט אנצוריכטן אן ארטיקל, איבער די ענינים, א טאג צוויי, נאר, אזוי ווי ביי יעדע גוטע זאך, איז ביי דער גוטער ארטיקל אויך. כ'מיין, ווייסט דאך אוודאי אז יעדע גוטע זאך קומט דאך אן שווער, דער זויער טייג שמוגלט זיך אריין און פרובירט אנווענדן אלע מיטלען אז די זאך זאל נישט ארויסקומען מן המח אל הכח, דאס זעלביגע האט ליידער דא אויך פאסירט. דער יעניגער, וועלכער האט זיך מיר באזעצט אין מיינע... זינט יענעם טאג וואס איך האב אנגעטראטן די וועלטליכע לופט, און לויפט מיך נאך עד היום נאך טריט ביי טריט, מינוט נאך מינוט, יא, דער יעניגער, האט מיך אנגעדרייט א מעשה מיט א בוידעם, אזש אז איך שטופ און איך שטופ דעם ארטיקל. ענדליך, ענדליך, האב איך זיך גובר געווען און דאס ארויסגעשטופט און א גוטע שעה. באכאשעם פאר דעם. שוין, איז אזוי, אייגנטליך פרעגטסטו דאך אודאי, צו וואס ס'האט אויסגעפעלט מיין גאנצע הקדמה דא? צו וואס דארף איך דיר דאס דערציילן? האט דאס עפעס א שייכות מיטן עצם ארטיקל, אדער וואס? איז הער אויס, דו פרעגסט זייער גוט, האסט ממש צוגעטראפן זארעכס א קשיא... און כ'על דער זאגן דעם אמת. דער אמת איז, אז, ניין, ס'האט קיין פארבינדונג נישט מיטן ארטיקל, איי, צו וואס זאג איך דיר דאס? פשוט, ווייל איך וויל דו זאלסט דאס וויסן! יא, איך האלט אז דו דארפסט דאס צו וויסן. און פרעג מיך נישט צו וואס דו - יא, דו, סאכדעס, יא דיך מיין איך אויך, -דארפסט דאס צו וויסן, פרעג מיך נישט. און זאג נאר: ווייסט טאקע נישט? אמער, איך ווייס דאך אויך נישט, טא וואס פרעגסטו מיך?! שוין, אבער אזוי גייט דאס, דו ווייסטעך יא דעם אמת, אז ביי אונז אין דער קרעטשמע ווען מ'רעדט רעדט מען שוין אזוי אז ס'פארט א באן...

איז וועל איך צוקומען צום ענין: מאכט זיך אזוי א מעשה. מיט א טאג צוויי צוריק האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף א קורצער שפאציר אויפן אור-אלטן פארק (איינער דענקט נאך דעם אלטן היסטארישן פארק דארט?), דער פארק דארט איז אויסגעשטעלט, אז באלד ביים אריינקום, ביים הויפט אריינגאנג, הענגט א גרויסער שילד מיט אינפארמאציע פאר די באזוכער, דער שילד צייגט אן פונקטליך די נעמען פון אלע פארוויילונגס שטיבלעך. אזוי ווי מיין שפאציר איז געווען געפלאנט בלויז אויף א קורצער שפאציר, בין איך דעריבער באלד ביים אריינקום צוגעגאנגען צום שילד זיך אומקוקן אביסל וועלכער צימער עס וואלט געקענט זיין גוט פאר מיר, איך קוק מיך אזוי אום, און כ'באמערק אן אינטערסאנטער צימער'ל אונטערן נאמען "סאכדעס"...הו הא... "סאכדעס", דאס איז דאך עפעס א היימישער נאמען... איך טראכט אזוי צו מיר, זיכער איז דער שטיבל א זכר ולעילוי ניקו פון אונזער "סאכדעס". קיין ספק נישט. איך טראכט נישט קיין צוויי, איך באפעל דעם מייזל אז ער זאל מיר שוין צופירן צו דער "סאכדעס" שטיבל...

איי וויי געוואלד, בושות... ס'בושות... א דורכפאל... "סאכדעס" לאזט מיר נישט אריין... אזוינס! וואס גייט דארט פאר? וואס באהאנדלט מען דארט? וואס לאזט ער מיך נישט אריין?!

שוין, ווייסמער שוין פשט אינעם ערשטן דריטל פונעם קעפל... איז גיימער ווייטער. "פענע-פאפיר" אוי דאס איז שוין א ווייטאגליכער ענין.

זאג נאר, האסט שוין געליינט אמאל אין קרעטשמע דער אויסדריק: "שרייב, שרייב, דו שרייב נאר, ס'וועט שוין נאכקומען". האסטו זיך שוין אמאל באגעגענט מיט זוינע - און ענדליכע – אויסדריקן? הא, איך הער נישט? איך הער, הערסט אדער נישט? איך הער נישט אדער איך הער יא? אוי, וואס מיש איך דא? איך מיין צו זאגן אזוי, צוויי זאכן: קודם פרעג איך צו דו, יא, דו וואס דו ליינסט מיין ארטיקל, פרעג איך דיר צו דו הערסט? און אויף דעם ארויף זאג איך: הא, 'איך' הער נישט, דאס איז ערשטנס. דערנאך איז דאך פשוט, איך רעד צו אונזער באליבטער סעקרעטאר וועלכער ניקט זיך "איך הער". פרעג איך אים פערזענדליך, צו 'איך הער' הערט וואס איך פרעג. איי, פרעגטסו, וואס עפעס פרעג איך פונקט 'איך הער'ן' צי ער הערט? וואס עפעס האב איך אים בוחר געווען מכל עם ס'לשון? כ'מיין איז דאס דען יושר, ווייל זיין ניק איז 'איך הער' און דו פרעגסט צו מ'הערט, מעג מען זיך שוין וועגן דעם וויצלען אויף זיין חשבון? נו, ווער קען צוטרעפן? סאכדעס, נו, לאמיר זען צי דו ווייסט. גוט, עלעך דער זאגן, ווייל 'איך הער' איז דער וועלכער מ'דארף געבן קרעדיט פאר דעם אויסדריק... ער איז דער ממציא און דער וואס פאדערט דאס כסדר, דעריבער איז דאך נישט מער ווי רעכט אים צו קרעדיטירן און אים פרעגן צי ער הערט, ס'א'כאילו א ווי איך וואלט געשריבן כזה: (קרעדיט: איך הער). פארשטייסט וואס כ'מיין? גוט, פיין, איז גיי מיר צוריק צום ענין. איז אזוי, זאגט מען דאך ביינונז אין קרעטשמע: "שרייב, שרייב". נו, אז מ'הייסט שרייבן שרייבט מען, נישט אזוי? און אזוי האבעך טאקע געטון. איך האב זיך צוגענאגלט יומם וגם ליל צום קי-בארד און געקלאפט און געקלאפט און געקלאפט, ביז די מכות זענען שוין געגאנגען אין הויכע טענער אריין...

מאכט זיך מיר אבער א מעשה אזוי, די לעצטע פאר טאג איז מיר אויסגעקומען צו אפשטאטן א באזוך אין ספרים צימער פון די פעפער פאמיליע. בלעטערנדיג דארט אין ספרים שאפע האב איך געמערקט עפעס אפאר גאר אינטערסאנטע ספרים וואס זייער אינהאלט האט מיר געצויגן. כ'בלעטער אהער כ'בלעטער אהין, ביז כ'אב אזוי אנגעטראפן עפעס א ספר וואס רעדט פון גאר אן אינטערסאנטער נושא, נו, אהה, דאס, דער ענין, דאס מוז איך מיר שוין פארצייכענען. איך גיי צו צום לעדל, איך שלעפ זיך ארויס א שטיקל פאפיר (דו ווייסט וואס דאס איז? ס'איז אזא בלעטל, נישט א בלעטל וואס הענגט אויפן בוים, ס'איז א בלעטל אזוי ווי א בלעטל פון די גמרות, נאר ס'איז ליידיג, ס'שטייט נאך דערווייל דערויף גארנישט. אה, יא, פאר כ'צומיש דיר, נישט אזא גמרא 'בלעטל' פון אונזער "אוצר הספרים" דא אין דער קרעטשמע, נאר פון א גמרא פון מיין ספרים צימער. גענוג קלאר?), איך שפיץ מיר אויס א בליי און כ'הויב אן צייכענען. וואס זאל איך דיר זאגן? די צייכענעס האבן אויסגעזען רחמנות ליצלן... וויי געוואלד, וואו בינעך? (קרעדיט: סאכדעס), כ'האב פארלוירן מיין האנט שריפט... אדאנק די היימישע קרעטשמע האב איך שוין אפשר פאר חדשים נישט געניצט דעם אור-אלט-מאדישן מעטאד פון פען און פאפיר, אזש מיין שריפט האט אויסגעקוקט ווי א כתב כינע... רבותי, ס'נישט קיין חכמות, מ'דארף זעך כאפן באצייטנס און זיך צוריק נעמען דעם ווירקליכן פעדער אין דער האנט אריין, א נישט וועלן אונזערע כתבי ידות אויסקוקן ווי די טשייניזע בוכשטאבן...

און נאך איין זאך און כ'בין פארטיג בכי טוב, און דאס איז דער חחח...
דער עולם, לעצטענס באכשעם, וואס זאל איך דיר זאגן? באכאשעם, אה, ממש א נחת. דער עולם איז גוטמוטיג, מ'שרייבט און מ'קאמפלעמענטירט, און אזוי ווייטער, באכאשעם. יעדע זאך, יעדעס ווינקל, ממש מעכאיע. די זאך אי-נאר, אז דער עולם איז לעצטענס אריין אין הויכע טענער; מ'קלאטש, מ'שרייט, ס'טיצעך אזש מ'קען פשוט טויב ווערן. שפאציר איך מיר אריין אין עפעס א צימערל דא, זע איך ווי איינער האט זיך פאר עקסטאז צושריגן אאאאאזזזזזווווווייייייייי הויך אזש ער ציט מיר פשוט אויס די שטים בענדער...

ערעב יוד, שטילער אביסל, מ'האט שוין געהערט אזוינס! און אפי' נישט, אפי' מ'האט נאך נישט געהערט אזוינס, מוזט מיר נאך נישט וועגן דעם אויסציען דעם סקרין צפונה ונגבה... רעכן דיך מיט א צווייטן ביטע. יעדען מאל ווען איר צושרייסט זיך איבער די מאס, מאכט איר מעך נערוועז. ביטע, שריי, גיב זיך אויס וואס מער, אבער מיט א צאל און א מאס, מוז נישט זיין דוקא אין איין אטעם... דאנקע פאר די איינזעעניש.

און מיט דעם בינעך מסיים. פארשטייט איר שוין מיין קעפל? יא, גוט.
א גוטן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 8:20 pm

זינט זארעכ האט זיך גע'זארעכ'ט, האט זיך נאכנישט וכו'....

נעה, איך דארף טראכטן עפעס בעסערס... אבער גלויב מיר זארעכ, האסט מיך נאך קיינמאל נישט אנטוישט, און דער איצטיגער פאל איז אויך נישט קיין אויסנאם.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 8:51 pm

אבג
צוגעלייגטע
CCI00012.JPG
CCI00012.JPG (35.77 KiB) געזעהן 5766 מאל

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 8:54 pm

אויב האב איך געמיינט אז דער חחחחחחחח איז פארטיג, איז געקומען דער יאנאש און עס געדאפלט און געטריפלט און גע'(וויאזוי-זאגט-מען- עס-נאר)'לט...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 11:12 pm

זאאאאאארעעעעעעעכ!!!!!!! (נישט מיט די 'הארעזי' קלאחטש נוסח, נאר דער נוסח מיט וואס די קינדער און די ווייב נוצן צו מוטשענען, די וואס גייט קודם טיף אראפ און נאכער שטייט -אבער פאוערפול און לאנג- אויף ארויף)......

אלץ מוזטו מיר מאכן טראבל!! אייביג! אייייייייייייייביג!!!!!!!!!!......... דו ווייסט וואסארא צרות דו האסט מיר דא אנגעמאכט!!!....

ערשטנס, בלאז איך יעצט אויף סאכדעס. נישט ווייל ער שוויצט, און איך בלאז נישט מיט א ווענטילאטור. 'איך' בלאז. איך, איך קלמן יענטאאש בלאזט אויף סאכדעס, טאקע נישט מיט די מויל, אבער מיין וועזן בלאזט..... יא יא יא, מאך דיך נישט אזוי טאמעוואטע סאכדעס..... איך זעה שוין ווי ער גרייט זיך מיט די טעמישע פראגעס, וויאזוי בלאטסטע אויב נישט מיט די מויל? וויאזוי בלאזט דיין וועזן? האלאו! ס'איז דא גענוג און נאך וועגן וויאזוי איך קען בלאזן! ענד דאונט מעיק מי שאו איט טו יו!.... אבער געדענק דעם מציאות: קלמן יענטאאש בלאזט אויף דיר.... הע!!!!.... איך וויל נישט הערן!..... דאס איז דער מציאות. פיניש. נעקסט!

צווייטנס זארעכ (יא סאכדעס? ווא-וויסטו דא? קענסטער אוועגיין!), טריי איך שוין אפאר שעה צו שרייבן אויף פאפיר...... און וואזאלעכדער זאגן..... כ'מיין.... וואטעווער איז נישט דאס ווארט.... מיין קליינע'ס מאלאווערייען פון די מענשטעלעך קוקן שוין אויס בעסער......

דריטנס, והוא העיקר...... קען איך נישט אויף הערן צו חחחחחחחחחחח'ענען!........ איך חחחח און חחחחחחחחחח און חחחחחחחחחח און חחחחחחחח און איך קען נישט סטאפן!!!!..... חחחחחחחחחחח.....

און אין אלעם זארעכ (דא אטעמט מען אריין, אזוי טוט זי אייביג פאר די באשולדיגונג) ביזטטטטטטטטטטטו שולדיג!!!!!!!!!!!!!...... יא דו! דו דו דו!!!!!!........

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוגוסט 22, 2007 11:49 pm

אל כבוד הרב זארעכ, למשפחת הפעפרי.

צום ערשט וויל איך דיר פרעגן, וואס איז נייעס? ווי אזוי פילסט? איך פיל ב"ה זייער גוט, דער פון אויבן זאל העלפן אויף ווייטער אויך.

די סיבה וואס האט מיך געמאכט נעמען די קיבארד אונטער מיינע פינגער, איז פראסט און פשוט, ווייל איך האב געוואלט, און געווענליך, ווען איך וויל עפעס, און איך פיל נישט אז כ'זאל עובר זיין אויף עפעס א ריזיגע נבירה, און איך האב די צייט אין די זייט אויך, און ס'קאסט מיך נישט קיין געלט, וועט געווענליך נישט נעמען לאנג, אז איך זאלעס אויספירן.

אבער דאך, כ'גיי דאך נישט סתם נעמען דעם קיבארד, און האקן שטיקער דערין, פלעין ווייל מיר האט אזוי פארשמעקט, כ'מוז דאך אים געבן צו פארשטיין פארוואס איך האבעס געטוהן, סאו, לאמיר דיר מסביר זיין, כ'עפן אן ארטיקל, געשריבן דוירך מיין באליבטן זארעכ, ס'ערשטע געב איך א קוק, קורץ אדער לאנג, אז כ'זעה אז ס'איז לאנג, געב איך א קורצן שמייכל, נאך איידער כ'הייב אפילו אן צו וויסן וואס דארט גייט שטיין, דערנאך ווען איך הייב אן צו ליינען, און איך טרעף מיט פארשידענע זארעכ'ישע אויסדרוקן, שמייכל איך שוין אביסקעלע מער, און נאך דערצו ווען די תוכן איז סאכדעס, אה, דאס ציט שוין פון מיר א גרעסערן שמייכל, מ'קען עס שוין אנרופן א לאך, האלטסט נאך מיט, יא?

יעצט ווען איך סקרול אראפ נאך אביסל, און איך זעה, אז דו האסט געפילט פאר וויכטיג, אין אזא לאנגע ארטיקל, צו ווידמען א שיינע פאר שורות פאר איך הער, אה, WOW, דאס איז שוין עפעס מורא'דיג, ער רעדט פון נישט קיין צווייטן ווי מיר, (ס'איז נאר א שמינית שבשמינית.) דאן לאכט זיך און לאכט זיך, און אפילו אינמיטן צוריק ענטפערן, מוז איך מיך אפשטעלן, און נאך א לאך טוהן, און הערשט דערנאך ממשיך זיין, סאו, אויב די קיבארד, האט עפעס טענות, היתכן איך האק שטיקער אין אים'ען, זאל ער מוחל זיין, און כאפן א שפאציר, צו זארעכ'ן, און אים מסביר זיין, זיין פראבלעם, אבער צו מיר קיינע טענות זאלער נישט האבן, ווייל איך האב קיין צווייטע ברירה נישט געהאט, נאר צוריק ענטפערן.

און נאכן זען אזא ערענסטע שטיקל, ווי ער מאכט פון מיר גאנצע ציצעס, כ'מיין צימעס, זאל איך נאך נישט דריקן, כ'ווייס וויפיל חחחחחחחחחחחחחחחחחחח?

זארעכ, טענקס א מיליען, ס'איז א גוטע פילינג.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 12:09 pm

וואן דעי וואן דעי, סאכדעס איז קאמינג אין טו דע קרעטשמע, און ער זעהט אנארטיקל פון באגאבבטן זארעכ.... אוי וויי אוי אוי אווי ווי, די קעפל צייכנט אן אז זארעכ רופט סאכדעס'ן פאר א מיטונג אין פארברענגנ'ס צימער.

סאכדעס קומט אריין, און זארעכ פרעגט: סאכדעס פאסט דען.??? סאכדעס דערמאנט זיך ווען עריז געווען א בחור'ל אין ישיבה, און דער אזוי האלבער ראשעשיווע רופט איהם אריין אין אפיס, און פרעגט איהם: סאכדעס, פאסט דען??? און ער מאכט נאך אזוי מיט די האנט אקוראט ווי היצט מיטן אלטן דאיען ערעב זארעכ.

איצט אזוי ווי יעמאלט סאכדעס ווייסט נישט וואס מ'וויל פון איהם, יעמאלט האט יענער געוואלט וויסן היתכן דו האסט ציגרעטליך אין דיין טאש, היינט וויל זארעכ וויסן היתכן דו האסט מיך פארפאקט אין דיין טאש, איי מיען וואט דע העל קוקסטו אאריין אין מיין טאש, (שרעקט אייך נישט, אין ישיבה אפיס האבעך נישט געוואוסט וויאזוי מ'זאגט די ווארט: וואט דעהעל, דאס איז שוין געקומען מיט די יארן, איר ווייסט וואדאס מיינט?? מיט די יארן קומט מיט, כ'מיין צוזאגן אויב יארן קומען בכלל, פאארשטטייט זיך אליינס אז סיז א שווערע טעמע, ווייל יארן גייען ענדערש ווי קומען, אויב אזוי וואס טייטש: קומט מיט די יארן???!!!) כ'מיין יא, כאב א פארום אין היידפארק, וואס איז פארשפארט פאר כל גורילע וכל דוב און עס איז מיינס, ביסט מעך מעקאנע???? עפענט דיר אליינס א שטיבל דארט, קיינער וועט אפילו נישט וויסן, נעם איינע פון דיינע אלטגעזעסענע ניקים און עפן דיר א פארום, און שלום על שלמה...

איצט פענע-פאפיר, ווען נישט מיינע וועכענטליכע וואוילע צעטלעך פאר אלע אינגעלעך מיינע, גלויב איך אז כ'וואלט געהאט ס'זעלבע פראבלעם....

חחחחחחחחחחחחחחחחחח
יוי לאך איך מער ווייל יענטאאש איז אפעסיט אפסעט..

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 3:17 pm

זארעכ האט זיך אנגעקליידט אין פרעמדע האריגע קליידער. ס'מיר גוט. ענדיוועי, חחחחחחחחחח......... ס'גוט, גוט און גוט. וואס זאג איך? בעסער, פיל בעסער, ווי גוט. אזוינס און אזעלכס!!

ביי די וועג, איך האב אויך לעצטנס באמערקט אז מיין האנטשריפט האט פארלוירן טייל פון איר אמאליגע גלאנץ. עס איז נישט קיין ווערטל, אבער קוים וואס איך נוץ א פעדער. עס טאקע ווירקליך ראטזאם צו נוצן די פעדער פון צייט צו צייט, אז מיר זאלן נישט אויסזען ווי אנאלפאבעטן אין עטליכע יאר ארום.
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 4:10 pm

איז אזוי, געווענדליך אז מ'שרייבט אן ארטיקל קען מען זיך שוין אויס'משל'ען פון פאראויס בערך וויאזוי יעדער וועט מגיב זיין. ניק וניק לפי דרכו וסטילו. פארט אבער מאכט זיך אמאל אן אויסנאם וואס א געוויסער ניק נעמט זיך די טירחא און שטעלט אהער עפעס א סאמטינג ספעשיל אאוט אוו מיינד, און ווער רעדט נאך ווען די תגובה איז נישט סתם עפעס אזוי א גוטע אויסטערלישע תגובה, נאר ס'גאר א טשיקאווע'דיגע תגובה.

ליינענדיג די תגובה'ס דא, זענען מיינע אויגן געפאלן אויף דער טשיקאווער, גאונישער, חידוש'דיגער, איינפאל פון יאנאש'ענס תגובה, וואס לענ"ד איז ווערט א באזונדערער באגריסונג.

יאנאש, וואט שוד איי טעל יו? דיין איינפאל האט מיך פערזענליך מהנה געווען. כ'האב אזוינס א פארגעניגן געהאט אז דו קענסט זיך גארנישט פארשטעלן. און באמת שתים טובות עשית, קודם דיין עצם תגובה, וויאזוי דו ביסט מגיב דערויף, און דערנאך דיין איינפאל וואס איז עולה על כולנה. יו אר דע מען!

איך באצייכן דיין איינפאל: אלס די המצאה פונעם יאר!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 5:16 pm

און איך האב געקלערט אז ביז היינט וועלן שוין זיין עטליכע קאפי-קעטערס וואס וועלן נאכטאן יאנאש'ענס בייפאל.

אפשר וואלט מען געדארפט מאכן א באזונדערע אשכול וואו יעדער זאל זיך אריינשטעלן דעם האנטשריפט, אויסער די וואס ציטערן פון די וואס דערקענען שריפטן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 5:27 pm

אינטערעסאנט, פערצופאל האביך אויך פונקט אנפאנג די וואך געטראפן די "סאכדעס פארום" און פארשטייט זיך, פונקט ווי זארעכ, ביניך געבליבן אויסגעשפארט אינדרויסן, נישט וויסענדיג וואספארא געהיימניסן עס טוען זיך אפ אינטערן טיר דארט,

זארעכ, שכויעך פארן ארטיקל, און א עקסטערען שכויעך וואס דורך דיין ארטיקל איז ארויפגעקימען דא אזויפיל אינהאלטסרייכע מגיבים און תגיבות.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 5:31 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 5:37 pm

מיינסט צו זאגן, אז מ'גייט געוויאויר ווערן ווער ס'האט אפגעשריבן פאר יאנאש'ן דאס צעטל ??...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 5:44 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 5:47 pm

כאלי, כאב זיך געהאלטן שטיל אז דו האסט שוין גערעדט ווילעך בעטן, שרייבט נישט און צייגט נישט....

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 5:52 pm

וואס בני היכלא קען גאר חכמת הגראפאלאגיע???

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 6:44 pm

איך פלאניר ענק אנצופייפן און ארויפשטעלן מיין האנטשריפט בקרוב.

בני-היכלא;

גרייט זיך צו דעם פארגרעסערונג גלאז!

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 7:04 pm

בענעכאלע;

ס'איז דא עקספערטן וואס זאגן אז זיי קענען דערקענען יענעמ'ס נפש אויך דורך זיין 'שריפט', דאס הייסט אפילו נישט מיטן 'האנט שריפט', נאר אויך ווען דו טייפסט מיטן קאמפיוטער. אזוי האב איך געהערט אמאל.

טא וואטש אוט!!!...

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2007 8:31 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 9:12 am

בני היכלא,
וויר האבן קיינע אנונג ניקס וואס אינען האבן דוי געזאגט. זי האבן געמאכט איינע לאנגע לאקשן קוגל פונד המן אונד ראובן, אונד פון דארט זענען זי געפארן צו אסתר אונד די אבלים???
איך האב פשוט און פראסט געפרעגט, צו דו קענסט חכמת הגראפאלאגיע?

אהא, זאגסט פאר יענטאאש'ן זאל פרעגן זארעכ'ן איבער חכמת הנפש. איז גוט, יענטאאש האט מיר נאך טאקע נישט געפרעגט, אבער דאס מאל וועל איך זיך אריינמישן אומגעפרעגט... און טאקע דייקא 'נישט' אין דער ענין וואו דו האסט אים געהייסן פרעגן, נאר אינעם צווייטן ענין.

לדעתי קען מען חכמת הכתב (גראפאלאגיע) אויך פארדרייען. איך וועל דיר געבן איין דוגמא, ועל הכלל כולו יצא. למשל, דער כלל איז, אז די אותיות וועלכע ציען זיך אויף ארויף (ט' ל' ועוד) קוקט דער גרויסער חכם עתיק יומין מיט די ברילן אויף זיין שפיץ נאז וויאזוי דער פאציענט זיינער שרייבט דיזע אויתיות, אויב למשל ציט דער פאציענט זיינע שטריכן מער ארויף דאן צייגט דאס אז די נאטור פונעם פאציענט ליגט מער אין מח, ס'הייסט ער איז מער א טראכטער און גערט מער צו גייסטיקייט. און דאס זעלביגע פארקערט אויך, לגבי די אותיות וועלכע ציען זיך מער אויף אראפ (ג' נ' ק און נאך), אויב דארט ציט דער פאציענט זיינע שטריכן שטארק אויף אראפ, צייגט דאס אז דער מענטש האט מער א נויגונג צו פיזישע אנגעלעגנהייטן וכו' וכו'.

נו פרעג איך דיר, קען מען דאס נישט פארדרייען???

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 9:18 am

יענטאאש האט געשריבן:בענעכאלע;

ס'איז דא עקספערטן וואס זאגן אז זיי קענען דערקענען יענעמ'ס נפש אויך דורך זיין 'שריפט', דאס הייסט אפילו נישט מיטן 'האנט שריפט', נאר אויך ווען דו טייפסט מיטן קאמפיוטער. אזוי האב איך געהערט אמאל.

טא וואטש אוט!!!...


וויאזוי וועט זיין דער דין אויב מען מאכט "קאפי פעיסט"? (ניין, מאשקע, ווארט אויס מיט די קאווע. דאס מאל האב איך סתם גערעדט דא צו מיינס א פריינט. גיי צוריק סערווירן ווייטער!...) קומט אויך אריבער די כאראקטער פון דער וואס האט דאס געשריבן, אדער באקומט דאן די טעקסט די שטריכן פון דעם בעל הפעיסט? ווענדט זיך דאס אויב מען האט געמאכט "קאחפלי" (סתם, נישט צו ארויסנעמען מאשקע פון די כלים, שרייב אים פימפלעך) אדער "קאט"? (חחחחח...... קאט האסטו נאך נישט אויף דיין סארווער וואגן...)

למשל, אויב יענטאאש טוט קאפירן א שטיקל טעקסט וואס קרעזי האט געשריבן (איך קען נישט זען קיין שום סיבה דאס צו טון, אבער ס'נאחר א משל...) וועט דער עקספערט אפטייטשן אז יענטאאש איז קרעזי, אדער וועט ער זאגן "אה, דאס איז דאך א שטיקל זאפטיגע יענטאאש"?...
4:29 - קאלטשפיל >> אתערותא דלעילא לתתא >> פאררעכט דיך.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 10:10 am

...המשך צו מיין פריערדיגע תגובה (איינס פאר קרעיזי'ס).

בני היכלא,
ועוד, שונה ומשונה הוא לגמרי חכמת היד והפרצוף, מחכמת הכתב, ואינם דומים זה לזה. דער אנגעבליכער פראפעסער אויף חכמת היד והפרצוף, ליינט א מציאות, וואס דער מציאות איז נישט תלוי ביד האדם צו טוישן. אויב דיין האנט האט, למשל, כך וכך שטריכן און ס'דרייט זיך שבע הקפות כסדרן, און די הקדמה איז עפעס איי איי איי, דאן איז כך וכך, און אויב פארקערט, דאן איז כך וכך, דאס זענען פאקטן וואס דער מענטש קען גארנישט טון דערצו, משא"כ ליינען א כתב איז דאך תלוי ביד האדם, דער מענטש קען דרייען דערמיט כקולמוס ביד האדם... א חוץ ווען דער כתב קומט נאטורליך ארויס פונעם מענטש. וא"כ, מאי נפק"מ בין חכמת הכתב לחכמת הנפש היוצא מתוך הכתב?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 11:36 am

און צוגאב צו זארעכ'ס רייד, וועליך זאגן נאך איין זאך, חכמת היד והפרצוף קומט דאך פון הייליגן זוהר, און שפעטער מבואר דורך די שפעטערדיגע.

חכמת הכתב, הגם ס'איז שוין מרומז אין פריערדיגע, א שטייגער ווי איינער זאגט אז די ראשי תיבות פון 'אנכי' איז א'ני נ'פשי כ'תיבה י'הבית, כ'דענק שוין נישט פון וועמען דאס ווארט קומט. אבער דער עצם לייענען שטאמט דאך פון א פאלנער גוי א גריך... איז ממילא, שוין דא פלאץ צו זאגן אז עס איז נישט אזוי קראנט.

אבער אין פאקט זעהט מען ווינדערליכע זאכן. מ'רעדט נישט ווען א מענטש האט בכוונה צו פארדרייען זיין כתב - הגם יעמאלט קען מען דאס אליינס מערקן - קען מען זעהן די תכונה פונ'ם מענטש, און נאך פיעל פיעל.

כאלי, די בקשה איניש געווען צו דיר, די בקשה איז געקומען לאור פון דיין תגובה.. כ'בעט דער עולם זאל נישט שרייבן קיין כתב יד, און נישט צייגן דא, אמער, צו וואס פעלט דאס אויס?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 12:26 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוגוסט 24, 2007 12:58 pm

על אחרון ראשון ועל ראשון שנית לעיני כל חי.

יעדערער זאגט און זאגט, און קיינער איז דא נישט מחולק מיט קיינעם, דאס וואס דו זאגסט איבער די שוועריגקייט, אדער ווי דו ווילסט רופן, די אי פשוט'קייט פון חכמת היד והפרצוף, איז כלל נישט קיין נייעס, דער הייליגער תלמיד פונ'ם היילקן אריה"ק מהרח"ו שרייבט דאס בפירוש, אז יותר ממה שכתוב כאן אית כאן, אסאך מער איז געבליבן תורת בעל פה, און דאס קען מען נאר וויסן דורך קבלה איינער הונטערן אנדערן ביז'ן אר"י הקדוש, אלזא איז בכלל נישט קיין שאלה אז דאס וואס מיר מיט די הינערישע אויגן קוקן און קוקן ווידער און ווידער אינ'ם ואתה תחזה, און מ'זעהט קוים מיט קוים אנע סוף - בפרט ביי חכמת הפרצוף וואס דארט איז ממש צרות צרורות - מ'ווייסט נישט פונקט ווען עס געט זיך א פארדריי אז מ'קען צודרייט ווערן, יאך אליינ'ס האבן א גוטן שניט אריין אין מיין כף החיים, אלזא???!!! כ'בין שוין לעחוירע דורך יענע צייט, און גארנישט ויישן ויחלום שנית... יא עס זענען דא וואס האבן עס מקבל געווען פון בעלי מקובלים פון פריערדיגן דור, די וועלן קענען קוקן א האנט און זאגן וואס דער באטרעפנדער האט צו טוהן.

דאך איז עס אן אינטערסאנטער מיסטישער ענין, און די וואס זענען פסיכיש געשטימט קענען מאכן מיט די ארומיגע פורים אינדערוואכן, אדער פסח אום סוכות, און אזוי פארפירן זיין און דרייען זיי ארום דעם חולי הפסיכי אז ער זעהט אויף זיינע הענט ווען ער איז געווען פינף יאר האט ער געהאט א דראמא, אויב האט דער פסיכילאג אויגן אין קאפ זעהט ער עס אנע דעם וואס ער זאל קוקן אין די הענט, און ווען ער קוקט אין די הענט מאכט ער עס מער אנגעצויגן.

איצט אזוי ווי דו האסט שוין געזאגט אז אין אלע מאוומענטס פון א מענטש איז ווער ס'קען זעהן א נפש מערקט באלד אויף צו איז יענער א דערשלאגענער / דערשראקענער / מאכט שנעל דיסיזשאנס, וכו' וכו' וכו'. נאר אין כתב איז עס וואונדערליך, רבותי גייט אין עני לייברערי ותראו נפלאות..

איך האב זיך אריינגעלייגט אין גראפעלוגי' ווען איך פלעג ביי מיר זעהן אינטערסאנטע שינויים אין מיין אייגענע כתב, כאב שוין געקענט אליינס זאגן אין וועלכע מצב איך האב וואס פאר א בריוו ווען געשריבן, איך מיין יעדער קען דאס מערקן אויב האט מען אביסל אפענע אויגן צום נפש.

דארפסט נישט מורא האבן איבער פארדרייען דעם אשכול, ווייל כ'מיין אז עס האט זיך נאך שענער פארדרייעט ווי דער אנהויב, אויסערדעם האט ער עס בכוונה תחילה געשטעלט דא אין היימישע פארברענגן, אז יעדער זאל שפירן רואיג צו דרייען מיט'ן שריפט וויאזוי ער וויל אנברענגן די צייט.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], פאלקס קיך און 6 געסט