בלאט 1 פון 1
רבותי איך בין פויל
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 2:03 pm
דורך יעקב צוקערמאן
רבותי, עס שטייט אז ווען מען האט א צער זאל מען דאס מודיע זיין ברבים, איך וויל פאר יעדן מעלדן, אז עס איז שוין 2:00 נאכמיטאג, און איך האב נאכנישט געטאן א שטאך ארבעט היינט. איך בין פויל, נישט ממש פויל ווי די רוחות, אבער פויל.
די זאך איז אז איך בין סעלף-עמפלאויד, און איך טוה אן ארבעט וואס פארלאנגט אסאך קאפ, נעמליך שרייבעריי, און אז מען זיצט אליינס אין אן אפיס, שלאפט מען. דערפאר טרונקט מען אסאך קאווע, און מען שטופט זיך מיט אלע כוחות צו ארבעטן, אמאל גייט דאס גרינג און אמאל שווער.
גראדע, טיף אין הארצן ווייס איך דער אמת, פארוואס היינט גייט שווער. דאס איז ווייל געווענליך נאכ'ן דאווענען לערן איך עטליכע משניות'ער, אבער היינט האב איך ליידער דעם קביעת עתים מבטל געווען, און דאס איז א גרויסער סגולה אז דער טאג זאל גיין כאדאראם.
אבער, איך האף משלים צו זיין. דער אמת'ער אורזאך פון דאס נישט לערנען היינט איז געווען ווייל נאכ'ן דאווענען בין איך געווען הונגעריג ווי א בער, און אויך האט מיך דער מאגן געפלאקערט. איך בין אהיימגעלאפן, איבערגעדרייט די גאנצע שטוב זוכנדיג דעם פלעשל טאמס. נאך א 15 מינוט זוכענישן אן ערפאלג, האב איך זיך אונטערגעגעבן, און געגאנגען אין גראסערי און געקויפט טאמס און געשטילט דעם פייער, און באשטעלט ביים פארמאסי א פרישע דאוזע פון פראטאניקס.
עניוועי, סאו, דאס איז די מעשה. מען דארף ארבעטן, נישטא קיין ברירה, רחיים על צאווארו, הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל, איך גיי שוין זיין גוט, ביטע העלף מיר, לאז מיך נישט פאלן.
רבותי, דאווענטס פאר מיר.
הצלחה.
נ.ב. נאך א הצלחה וואס איז געווען היינט. איך בין אריין אין א רעסטאוראנט געשעפט, פרובירט צו קויפן עפעס א גוטן פרישטאג. געקויפט עפעס א פיש איינגעוויקעלט און דערינען גרינצייגן, און אויך צוגעקויפט קארטאפל און געבראטענע קאוליפלאוער. בקיצור, מען הייבט אן עסן, רבונו של עולם, דער מאגן נעמט זיך פלאקערן. אויך, שפיר איך אייער שאלעכטס דערינען, שיעור געבראכן. ביז כ'האב באמערקט אז איך נוץ דעם לעפל וואס האט נאך פארהארטעוועטע יאגורט שטיקער אויף זיך פון נאך נעכטן, ווארום דא אין אפיס האב איך נישט געפונען קיין אנדערן לעפל. טא איז דער בעל ה'רעסטאוראנט נישט שולדיג.
אגב וואלט געווען אינטערסאנט וואס אידן פארציילן איבער וויאזוי זיי ספראווענען זיך טעגליך מיט'ן פראבלעם פון מה נאכל, ווארום דאס עסן טונא סענדוויטשעס גלויב איך גייט שוין יעדן פון די נאז ארויס.
הצלחה
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 2:10 pm
דורך יעך'בין שוין גרויס
בקיצור איר זענט burned out?
#אייפיליארפעין
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 2:10 pm
דורך מטעמים
I feel your pain.
במלוא מובן המילה
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 2:11 pm
דורך בוידעם
יעקב, איך הייב אן צו טראכטן אז נישט בלויז סאדאם כוסעין האט געהאט א דאבעל. נישט נארמאל ווי דו האסט מיר דיסקרייבט דא, גארנישט, אבער טאקע גארנישט אויסגעלאזט, מיט'ן אויסנאם פון די טאמס וואס דאס האב איך דערווייל נאכנישט ערייכט.
ומכאן הקריאה יוצאת, ווער האט עפעס זאכליכע טיפס צו העלפן אין דעם פראבלעם.
נעמט אין אכט, עס איז צווייפאכיג די בעיה, סעלף אומפלויט, און שרייבעריי ארבעט, מלך קשה ועם קשה.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 2:14 pm
דורך איד'ל מיטן פידל
אזא אשכול באלאנגט ליבערשט אין קרעטשמע, ס'איז בכלל נישט קיין נייעס..
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 2:18 pm
דורך תרנגול
צו די אלע אידן דא
איך וואלט אייך געראטן שטארק דורכצוליינען די ארטיקלען פונעם ניק 'רעלמייר' וואס ער האט געשריבן עטליכע יאר צוריק איבער דעם נושא, און איז ארויפגעברענגט געווארן לעצטנס עטליכע מאל דא אויפן אויבערפלאך פון אייוועלט. דער שרייבער דערפון האט זיך באצויגן צו גראפיק, אבער אין אמת'ן גייט דאס אהן ביי סיי וועלכע סארט ארבעט וואס מ'דארף אביסל נוצן דעם דשעלי פונעם מח, און בפרט פאר סעלף עמפלויד ארבייטערס.
דא האט איר:
viewtopic.php?f=58&t=11224
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 2:23 pm
דורך יעקב צוקערמאן
אגב, איך האב שוין אבזערווירט א מאדנע זאך, אפשר קענען די חברים דא מיר דאס ערקלערן.
איך פלעג אמאל, און נאך היינט אויך, טרונקען אסאך קאווע, פשוט כדי צו מאכן דעם מוח עקספלאדירן מיט ענערגיע אדאנק די קאפין.
אבער ווי יעדער ווייסט, אונזערע קאווע פארמאגט בלויז א שמעק טאביק קאפין, קוים 80-100 מיליגראם. געבראטענע קאווע האט מער, אבער די געבראטענע קאווע דא ביינונז אידן גלייך איך נישט עפעס אזוי. איך גלייך דעם טעם פון טעיסטער-טשויס (גראדע בין איך שוין היינט צוטאגס געוואויר געווארן אז טונקעלע טעיסטער-טשויס מיינט נישט דווקא מער קאפין, טונקלקייט מיינט לענגער געבראטן, לאוו-דווקא מער קאפין).
עניוועי. היינטיגע צייטן ארבעט שוין נישט קאווע אויף מיר, זעלטן וואס עס ווירקט. דאס איז א מסכתא פאר זיך.
אבער עס פאסירט אמאל אן אינטערסאנטע זאך, צומאל מאכט זיך, אז פון גרויס פרעשור, מאך איך זיך א גאר שטארקע קאווע, ממש 2 אינטשעס טעיסטער טשויס, עס איז ביטער ווי גאל, מען גיסט אריין אסאך צוקער, אזוי קען מען דאס אראפטרונקען.
אבער, עס האט שוין אסאך מאל פאסירט, אז נאך אזא סארט ווילדע אקציע, ווער איך שוידערליך מיד. ממש מאדנע. מען טרונקט א ריזיגע מאס קאווע, און מען פאלט אראפ א טויטער פון מידקייט. כ'קען עס נישט פארשטיין פארוואס עס פאסירט, אבער עס האט שוין פאסירט ביי מיר מערערע מאל נאך אזא ווילדע אקציע.
כ'האב אמאל פרובירט צו נישטערן אויפ'ן געוועב וואס דאס איז, כ'האב עפעס אמאל געזען אן ענטפער אז אויב מען טרונקט צופיל קאווע ווען מען איז דיהיידרעיטעד, אדער אפילו ווען מען איז נישט גענוג אנגעפילט מיט וואסער אין קערפער, קען דאס פאסירן. ווייל ווען מען איז דיהיידרעיטעד מאכט די קאווע אז די אדערן זאלן זיך אויסברייטערן און היות עס איז נישטא גענוג וואליום פון פליסיגקייטן אינעם צירקולאציע סיסטעם, ווערט מען מיד. עפעס א הסבר וואס כ'האב נישט אזוי גוט פארשטאנען.
אז עמיצער האט שוין אמאל דאס געהאט, און ווייסט פון א הסבר וואלט מיך געווען אינטערסאנט צו הערן.
אגב, אמאל האב איך געריסוירטשט צו נעמען אמפעטעמינס, נעמליך אדערעל און ענליכעס, כדי צו זיין שפרונגענדיג, סופער-קאנצענטרירט, און קענען טאן די ארבעט. דער דאקטאר האט מיר בשום אופן דאס נישט געוואלט געבן, כ'האב דאן פרובירט עפעס אן אלטערנאטיוו, אבער אן ערפאלג. כ'ווייס פון א חבר וואס נעמט עפעס א פיל וואס העלפט קעגן פארשלאפנקייט און דאס האט אים געהאלפן.
עניוועי, דראגס איז נישט דער ענטפער, אבער עס איז שווער דער מצב ווען מען דארף טאן קאפ ארבעט, מען איז סעלף-עמפלויד, און מען האט נישט קיין געדולד.
אבער וואס איז דא זיך אפצורעדן. זאל איך צוריקגיין צו בי. ענד עיטש. און זיין אין טורמע 12 שעה א טאג, איז דען דאס בעסער. דעריבער, איך דאנק דעם באשעפער אויף אלעם גוטן וואס ער טוט מיט מיר. הייליגער באשעפער, איך האב דיך ליב. לקיים מה שנאמר, ואהבת את ה' אלקיך בכל לבבך, ובכל נפשך, ובכל מאודך
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 2:58 pm
דורך home
די קאווע מידעקייט האב איך אויך
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 4:34 pm
דורך בעמבא
ווי שטארק קאווע העלפט אקעגן מידעקייט טוט די צוקער אסאך א בעסערע ארבעט צו מאכן מיד און אראפגעשלעפט.
סא פארשטייסטו שוין די סוד פון די שטארק טינקעלע קאווע וואס די האסט געטרונקען?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 5:09 pm
דורך home
איך טרינק נישט קיין ציקער
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 5:10 pm
דורך בעמבא
זיך באצויגען צו "צוקער"מאן.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 5:14 pm
דורך מטעמים
We are on a ride...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 5:14 pm
דורך לכאורה
די JJ קאפאטשינא (קאסט ארום 2 דאלער) ווערט גענוצט דורך מיר צומאל פאר אן אדרענעלין טרייבער, כ'ווייס נישט אויב די מאס קאפיען אדער די צוקער, אבער עס מאכט מיך שנעלערע הארץ קלאפענישן...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 5:17 pm
דורך שוועמל
לכאורה האט געשריבן:די JJ קאפאטשינא
וואו קען מען דאס באקומען, לינק ביטע
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 5:23 pm
דורך לכאורה
your local grocer should have it
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 5:24 pm
דורך שויתי'ניק
עס איז פשוט אז די צוקער הייבט אויף, אבער דערנאך שלעפט דאס אזוינס אראפ...
פרוביר די יערבא מעט טיי.
עס געט ענערדזשי, קלעריטי אין מוח...
דא צובאקומען אין די העלט סטארס, געסוויטענט מיט סטיוויא (א נאטורליכע ערזאץ צו צוקער)
בהצלחה
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 5:26 pm
דורך farshlufen
יערבא מעט, מה זה?
שויתי, מי זה?.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 6:03 pm
דורך מתבונן
יענקעל, פארגעס פון דיין פוילקייט. צווישן מיר אין דיר, דו האלסט באמת ביים ארבעטן, אדער נישט? וואסע געווען שלעכט אין בי ענד עיטש? און וואס האפסטו זאל יעצט זיין בעסער? דארט האסטע געארבעט? אדער מהאט דיר געדארפסט שיקן מעסעדזשעס אויפצוהייבן דעם טעלעפאן?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 6:14 pm
דורך שויתי'ניק
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2015 7:06 pm
דורך גערעכטער
הער מיר אויס.. דאס טריקען קאווע (קאפין) ווען מען ליידט אויף מאגן ברענען, איז גארנישט נאר ווי בענזין צו א פייער.. (אסאך קאפין איז 'דער גרעסטע' גורם צו מאגן ברענען, יא מער ווי עסיד עסן אליין אויך...)
און אזוי אויך ווען מען נעמט איין צוקער דאזעס ווען מען ווערט מיד אינמיטן טאג איז נאר זאלץ אויף די וואונדן. (אויפן שפיץ גאפל, ווען די גוף דערשפירט אז צוקער האט זיך אריינבאקומען, שיקט ער א באפעל צום פערקריס זאל פראדעצירן אינצאלין -א באשטאנדטייל אין די בלוט וואס נעמט קעיר פון די צוקער אין די בלוט- יעצט וואס פאסירט ווען ער איז פארטיג מיטן דזאב, ער האט אראפגעקלאפט די צוקער מיט א שמיץ אריבער, און ווען מ'האט נישט גענוג צוקער אינעם בלוט 'איז מען שוואך'.)
למעשה? נראה לי אז וויטאמין בי (B complex) וועט שטארק בייהילפיג זיין בעזהשי''ת.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2015 12:47 am
דורך אפטימיסט
קאפין לאזט מיך נישט איינשלאפן אפילו א משהו. צוקער נעמט אוועק קאנצעטראציע אינעם מח
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2015 1:51 pm
דורך יואל שווארטץ
אלס געוועזענער סעלף עמפלויד וואס האט שוין גענומען די אויבנדערמאנטע פילן, קען איך ענק זאגן אז גארנישט וועט נישט העלפן.
דער איינציגסטער עצה איז צו זיין מאטיווירט (motivated).
ס׳מאכט זיך ביי יעדעם וואס זיצט אליין אין א שטוב פאר א גרויסן חלק פון טאג, אז פון צייט צו צייט כאפט זיך אריין א יאוש איבערן מצב, קיין פרנסה איז נישטא און אן עצה וויאזוי יא צו ברענגען פרנסה זעט מען אויך נישט. ממש מ׳קריכט זיך אליין אויף די נערוון.
כ׳פלעג אסאך מאל טראכטן אז אפילו כ׳זאל היינט ארבעטן א גאנצן טאג וועל איך לייזן בלויז א פראקציע פון וויפיל איך דארף האבן צו קאווערן דעם בודשעט, סאו חוזק בין איך ממילא, זאל איך כאטש הנאה האבן פון די פאר מינוט. מ׳גיימער ארויף אויף אייוועלט...
עכ״פ יעדער האט עפעס אנדערש וואס לאזט אים נישט ארבעטן געהעריג, און דער סייקל שלעפט אים ווייטער אראפ טיפער, וחוזק חלילה.
פאר מיר האט געהאלפן אז איך האב געטוישט אפיס צו א פלאץ וואו מענטשן דרייען זיך, און נאך אפאר זאכן. אז מ׳ארבעט סייווי נישט, קען מען גוגל׳ען פאר עצות פאר סעלף מאטיוועישאן.
איך האב אויך איינגעזען אז אויב איך וויל נישט באמת אקאמפלישן וועט מיר קיינער און גארנישט קענען העלפן. תירוצים ברענגען נישט קיין געלט (אויסער אויב מ׳פארקויפט תירוצים פאר פרנסה...)
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2015 1:57 pm
דורך בוידעם
ר' יואל אפשר טיילט איר מיט וואס איר האט אויפגעפיקט פאר מאטיוועשן.
אגב, דו שרייבסט אז תירוצים ברענגט נישט קיין געלט, מען קען צולייגן, די אלע תירוצים פארענטפערנט נישט דעם הארבן פראגע כסף מנלן??
איין זאך, תירוצים ברענגט נישט קיין געלט, אבער געלט איז די תירץ אויף אלע קשיות.