ראגעלעך, פארוואס איז דאס אזוי טייער??
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2015 7:22 pm
יעדער האט ליעב א פיינע ראגעלע, ווער רעדט נאך ווען מען בייסט דאס צו מיט א פיינע הייסע קאווע, אך דא, די ראגעלעך מאכער'ס, וואוסענדיג ווי שטארק דער עולם לעכעצט נאך זייער סחורה, האבן זיי באשלאסן אינאיינעם צו רייטן אויף אונזער סטאטוס, און ארויפגעשרויפט די פרייז אזש א מיטל קלאס פארדינער קען זיך קוים ערלויבן א ראגעלע איינמאל א חודש, און אפילו דאן קומט אים די ראגעלע ארויף אין מויל, נעמענדיג אין באטראכט אז ער עסט יעצט א פראצענט פון זיין געהאלט.
דער ברענעדיגע ראגעלע פראבלעם האט געגרייכט צו א שטאפל אז הויעכראנקיגע זאך קענער האב'ן זיך גענומען פארשן וואס אלס עס ווערט אריינגעלייגט אין דעם וואס מאכט דאס פאר אזא טייערע אייטעם.
בארדאן קאהן -א גראדואיט פון היי טעק טעגנאלעדשי אסאסיעשאן אף פאד ענד דארגס- האט אין א אפפ-עד אין די פערסטישפולע וואסער קיי מאגעזין אויפגעדעקט אז באמת איז דאס א צוזאם ארבעט צווישן די ארטאדאקסישע בעקערייען מיט די יודייקא סוחרים. און א לענגערע באריכט ברענגט ער ארויס אז די קאנפעקשן צוקער אויף די ראגעלעך איז דער גורם צו די אדיקשען וואס דער עולם האט צו ראגעלעך, און אין די זעלבע צייט מאכט דאס שמוציג די וואלענע טלית קטן, אזוי ארום קויפט דער חרדי'שע עולם ראגעלעך און טלתים קטנים.
ער ווייזט אויך אן אז פארקאש טלתים איז קוואטירט נעבן קאף'ס בעקעריי, ווי אויך איז עס סמוך ונראה צו גרינ'ס רעסטעראנט וואס איז אויסגערופן מיט זייערע ראגעלעך.
דאס און נאך פאקטארן דייטן אן קליפ און קלאר אז עס קומט פאר אזא שמור לי ואני אשמור לך צווישן די בעקערייען און די יודייקא געשעפטן.
נאך א שאקירענדע באריכט קומט ארויס פון די אי עי על איי בי קעי, א אגענטור וואס גיבט זיך אפ מיט שטודירן די סאדוגערע שיטה, זיי דעקן אויף אז 90% ראגעלעך עסער'ס האלטן זיך אפ פון לערנען אין באגאבא גמרא'ס מיט'ן אויסרייד אז עס איז א מצוה הבא בעבירה, און אויך טרעפט מען זעלטן ביי זיי אז דער מאן זאל שטופן א ארטסוקרול קערידש.