בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 1:43 pm
דורך מאנ-יימער
בוידעם עט היז בעסט, ביזטע זיס ווי קאנפעקשאן שוגער אויפן ראגעלע.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 3:38 pm
דורך שוועמל
איי איי דער איז גוט דער איז גוט, מיך גוט אנגערייצט ביז אסרו חג פסח, דעמאלט זענען די ראגעלעך פריש איי איי נישטא בעסערס ווי דעם..

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2015 2:39 pm
דורך בוידעם
גילו אלערט!! בוידעם פירט זיך (ווען ער האט געלט ביי זיך) אפצושטאטן יעדן טאג אינדערפרי.(נישט ממש אינדערפרי, מען מעג שוין דאוונען מנחה דעלמאטס, אבער פארשסטייסט וואס איך מיין) א באזוך ביי קאף'ס בעקעריי, איינקויפן געוויסע מאטריאל אז די חלק הגשמי זאל קענען פיניאקצירן, א מנהג וואס האלט שוין אן א לענגערע צייט, און פארשטייט זיך אז געלט קאסט דאס אויך א ים.
היינט אינדערפרי האב מיר אריינשפאצירט קויפן אונזער טעגליכע ארדער, באגריסט דעם ארבערטער, והנה ער בלאזט, קוים א שאקל מיט'ן קאפ האט ער מיר פארגינט, איך טראכט, שוין וואס ווילסטו, ער ארבעט שוין אפאר שעה דא, נו, איז ער נישט אין די גוסטע יעצט.
איך מאך מיר מיין פרישטאג, איך וויל גיין באצאלן, אבער דער חברה'מאן איז נישט דארט, וואו איז ער, הא, ער פארעט זיך מיט די........יא, מיט די ראגעלעך, שוין, איך שמייכל מיך אזוי אינטער און ווארט מיט געדולד, ענדליך נאך אפאר מינוט קומט ער צום קעשיער, און ער אנטשולדיגט זיך פאר'ן אויפהאלטן, איך האב נאך געהאלטן אינמיטן שמייכלען, געט ער מיר א פרעג פארוואס לאכסטו? זאג איך אים גארנישט, איך האב מיך עפעס דערמאנט, רופט ער זיך אן נישט ווייניגער און נישט מער מיט א שאלה, זאג נאר אינגערמאן דו האסט ציצית???
איך הייב אן צו ווערן רויט און גרין, און פאר גרויס שרעק האב איך דעם מויל נישט געקענט עפענען, זעהענדיג ווי איך בין אזוי פארשעמט געווארן, רופט ער זיך אן, איך זעה אז דו לאכסט אזוי, דעריבער פרעג איך צו די האסט ציצית, ווייל מיין באבע פלעגט זאגן אז קוקן אויף די ציצית איז א עצה אפצושטעלן א אומבאלאנסירטע געלאכעריי, און ער לייגט צו ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות אז מען פארגעסט אנצוטון די ציצית, אבער עס איז גארנישט געשען, גיי אריבער צו פארקאש זיי פארקויפן שיינע וואלענע טליתים קטנים.......

הלשון, די מוסר השכל??

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2015 2:44 pm
דורך שנאפס
בוידעם!! איך האב אויספלאצט אינמיטן עסן, וואו איז נאר דער פארקאש טליתים? אלעס איז מיר שמוציג געווארן דא

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2015 4:04 pm
דורך שמאטע
איי איז דאס א בוידעם!!

כאמעך פיין צולאכט פון דיין מוסר האס-קיל. ביסט גוט!
(איינער האטערעס שוין געזאגט?! אלרייט, ריטורן יענס פאר פול פרייז און טויש עס איין מיט מיינס...)*









*טורעמס און קאנדישענס מעי עפליי.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2015 4:09 pm
דורך בנימין הלוי
עמוק קומעק

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2015 6:54 pm
דורך לאדיךארויס
א באנדע לצים! וואס דא גייט נישט אלס פאר!!

(פאר די יונגערע דור... קליקט אויף דעם לינק להבין עומק הדברים...)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2015 8:59 pm
דורך שמעלקא טויב
א שרעק וואס דא גייט פאר, מ'דארף זאפארט רופן א אסיפת עסקנים אינעם בוידעם.

#ראגעלעך_אר_טו_ד-ם_היי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 1:44 pm
דורך שנאפס
אךך, מ'קען נישט אטעמען דא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 2:20 pm
דורך בוידעם
אין קעס אף אמערדזשענסי דייל ניין וואן וואן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 2:48 pm
דורך שנאפס
אדער קעמען אויסלעשן די ציגרעטלעך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 3:13 pm
דורך בוידעם
קען מען דען?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 4:05 pm
דורך אני מאמין
יעצט אנגעקומען צו ליינען די קאנספיראציע דא, כ'קען נישט סטאפן לאכן..

בוידעם עז יוזשעל!!

מ'דארף מיר בעטן מחותן זאל בייפאלן נאך אפאר חידות, אונז זאל מיר זיך קענען באלעקן מיט נאך א בוידעם...

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 4:56 pm
דורך שנאפס
בוידעם האט געשריבן:קען מען דען?

יא

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 6:02 pm
דורך בוידעם
אני מאמין האט געשריבן:יעצט אנגעקומען צו ליינען די קאנספיראציע דא, כ'קען נישט סטאפן לאכן..

בוידעם עז יוזשעל!!

מ'דארף מיר בעטן מחותן זאל בייפאלן נאך אפאר חידות, אונז זאל מיר זיך קענען באלעקן מיט נאך א בוידעם...

אני מאמין, ואף על פי שיתמהמה עכ''ז אכחה לו.
בעסער שפעטער ווי קיינמאל

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2015 7:43 pm
דורך בעמבא
אפשר קען מען טוישן די ראגעלעך פאר המן טאשן. די ציצית פאר ווייסע בעטקשעס, די באגבא'ס פאר די 4 שטאקדיגע משלועכמונעס, אין רעדן פון די ארסקרול מגילות, און די אשכול ווערט גענצליך פאר פורים'ט ?
עמער דארפן אנפרעגן אין בוידעם פאר א הסכמה.