בלאט 1 פון 2
רפואה שלימה פאר חברי הקרעטשמע
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:22 am
דורך א גראם מיט טעם
מיר האבען שוין א גריסען אשכול און א מזל טוב געהענגעל, דער אשכול זאל זיין געווידמעט צו ווינטשען פאר ניקס וואס ברויכען רפואות, אויב שוין דא אזא אשכול ביטע צאם שטעלעןלכאורה האט געמאלדען דא
viewtopic.php?p=1009196#p1009196אז ער זיצט שוין צוויי וואכן מיט א צובראכענע פוס,
ווילען מיר עם ווינטשען א רפואה שלימה, ער זאל קענען בקרוב טאנצען מיט ביידע פוס געזונטערהייט.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:31 am
דורך גערעכטער
רפואה שלימה 'לכאורה' (לכאורה בן ?? )
בתוך שאר חולי ישראל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:32 am
דורך לכאורה
אמן!
ברם יזכרו לטובה די חשוב'ע ניקס וואס האבן זיך גענומען די מיה אפצושטאטן א באזוך, אנגעהויבן פון וויכטיג מאכער און מאן יימער (נאך די ערשטע נאכט אין שפיטאל), בן הרחמן, הערליך, מילין יקירין, יאנקל פאדראטשיק, פארשלאפן, אויפריכטיג, זייער נייגעריג, ים רויבער, שנאפס, אויסערן מיניסטער, און שלום אויש, און נאך אנדערע וואס איך געדענק נישט אויפן מאמענט אדער איך ווייס נישט זייער ניק...
אויך די ניקס וואס האבן גערופן טעלעפאניש, אריינגערעכנט סאכדעס, איך הער, פענסטער, לוי יצחק, אנעים זמירות, מילכיגער, שטארק זיך, זאלץ וואסער, און נאך.
אויך די ניקס וואס האבן געוואונטשן אין אישי אדער אין אימעיל, אריינגערעכנט ידידינו עוז ר' מנחם שלום שליט"א, ר' קיקיון, און נאך.
איר זאלט קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:36 am
דורך לכאורה
אויך זאכליך, שאינו יודע, און ניקעל, האבן שיין צוגעוואונטשן אין פריוואטע הודעות. זכרה להם אלקי לטובה.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 12:40 am
דורך מיסטעריעז
wow wow "גילויים נוראים" פארגעקומען ביי אייך אין שטוב... זאל דער רבש"ע העלפן נאר אויף שמחות.
ר' מנחם שלום טאנצט נאך אריין דא הייסטעס, פארוואס לאזט ער זיך נישט הערן?
נחזור לענינינו, א רפואה שלימה בקרוב אויף אלע רמ"ח ושס"ה, און ביז די 120 זאלט איר זיין געזונט און שטארק.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 6:28 am
דורך אנפין נהירין
פארגעסן מיין באזוך?
לכאורה האט געשריבן:אמן!
ברם יזכרו לטובה די חשוב'ע ניקס וואס האבן זיך גענומען די מיה אפצושטאטן א באזוך, אנגעהויבן פון וויכטיג מאכער און מאן יימער (נאך די ערשטע נאכט אין שפיטאל), בן הרחמן, הערליך, מילין יקירין, יאנקל פאדראטשיק, פארשלאפן, אויפריכטיג, זייער נייגעריג, ים רויבער, שנאפס, אויסערן מיניסטער, און שלום אויש, און נאך אנדערע וואס איך געדענק נישט אויפן מאמענט אדער איך ווייס נישט זייער ניק...
אויך די ניקס וואס האבן גערופן טעלעפאניש, אריינגערעכנט סאכדעס, איך הער, פענסטער, לוי יצחק, אנעים זמירות, מילכיגער, שטארק זיך, זאלץ וואסער, און נאך.
אויך די ניקס וואס האבן געוואונטשן אין אישי אדער אין אימעיל, אריינגערעכנט ידידינו עוז ר' מנחם שלום שליט"א, ר' קיקיון, און נאך.
איר זאלט קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 7:28 am
דורך לכאורה
ליידער האב איך פארגעסן צו דערמאנען עטליכע חשוב'ע ניקס וואס זענען ארויפגעקומען צו מיר אויף א ביקור חולים באזוך, אריינגערעכנט "אנפין נהירין" און "ידיד".
קיינע גילויים זענען דערווייל נישט פארגעקומען, ווייל איך האב אלעמען געקענט פון בעפאר.
איך וויל צולייגן נאך עטליכע אידן וואס האבן גענומען די מיה צו שרייבן צו מיר אן אימעיל אדער פריוואטע הודעה, דאס איז "ליינער", "לכתחילה אריבער", "בערטשע בעל עגלה" און נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מאמענט.
אויך הרב "ביקסאד" האט גערופן טעלעפאניש.
האט מיר אלע א גוטן טאג, זייט מצליח, און האט מיר אינזין.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 7:33 am
דורך לכאורה
מיסטעריעז האט געשריבן:wow wow "גילויים נוראים" פארגעקומען ביי אייך אין שטוב... זאל דער רבש"ע העלפן נאר אויף שמחות.
ר' מנחם שלום טאנצט נאך אריין דא הייסטעס, פארוואס לאזט ער זיך נישט הערן?
נחזור לענינינו, א רפואה שלימה בקרוב אויף אלע רמ"ח ושס"ה, און ביז די 120 זאלט איר זיין געזונט און שטארק.
ר' מנחם שלום שרייבט מיר כמעט טעגליך אין אימעיל, עס קוקט נישט אויס ווי ער דרייט זיך דאהי, איך האף אויך ער זאל צוריקקומען.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2015 9:38 am
דורך טייבעלע
דער בוית"ש זאל דיר שיקן א רפואה שלמה, און אז עס שוין נמשך א רפואה כאפט זיך מיט אנדערע ישועות וואס מען ברויך, ואני אפתח לכם וכו', י'שלח ד'ברו ו'ירפאם, ודרשו פתח את ידיך א"ת ידיך אלא יודיך, צוויי יודין, דאס איז א גאנצער המתקה כמבואר, און דער בוית"ש איז ממשיך מיט פילע הענט ישועות רפואה ופרנסה ברווח ובהרחוה גדולה, און כל השפעות טובות קומן שוין מיט בבחי' מי הוא שראה את אלו יוצאין ולא יצא.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2015 9:52 pm
דורך שמאטע
א רפואה שלימה לכאורה. זאלסט בקרוב קענען גיין אויף די אייגענע פוס (און נישט דארפן טרעטען אויף יענעמס...). והסיר ה' ממך כל חולי וכל מדוה מצרים לא ישים בך.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2015 11:10 pm
דורך לכאורה
אמן!
יישר כח פאר אלע ניקס וואס נעמען זיך די מיה צו וואונטשן רפואה שלימה, סיי ברבים, סיי אין פריוואטע הודעות, סיי פערזענליך. זאלט איר קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2015 11:11 pm
דורך מיסטעריעז
ווי לאנג דארפט איר (לויטן פלאן) זיין כלוא בבית?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2015 11:14 pm
דורך לכאורה
איך ווייס נישט. מארגן גייט מען אי"ה צום דאקטער, האפט מען קלוגער צו ווערן.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2015 11:15 pm
דורך מיסטעריעז
זאלט איר זיך טרעפן מיטן מלאך רפאל אליינס דארט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 12:39 pm
דורך כרם
לכאורה האט געשריבן:איך ווייס נישט. מארגן גייט מען אי"ה צום דאקטער, האפט מען קלוגער צו ווערן.
נא!? וואס זאגט די דאקטער? קען מען ארויף קומען כאפן א רקידה'לע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 12:54 pm
דורך לכאורה
מ'גייט הערשט יעצט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 1:51 pm
דורך בנימין הלוי
א רפואה שלימה @לכאורה זאלסט קענען טאנצן און שפרינגן און אויך גיין נארמאל בקרוב
השי"ת זאל דיר געבן א סאאך געלט און ס'וועט זיין ממונו של אדם מעמידו על רגליו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 6:35 pm
דורך שמאטע
כרם האט געשריבן:נא!? וואס זאגט די דאקטער? קען מען ארויף קומען כאפן א רקידה'לע?
א קרידה'לע קענט איר כאפן דא, מיט די "דענס אין די קרעטשמע" סערוויס.
viewtopic.php?f=3&t=2807
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 7:37 pm
דורך לכאורה
בנימין הלוי האט געשריבן:א רפואה שלימה @לכאורה זאלסט קענען טאנצן און שפרינגן און אויך גיין נארמאל בקרוב
השי"ת זאל דיר געבן א סאאך געלט און ס'וועט זיין ממונו של אדם מעמידו על רגליו
אמן!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 7:55 pm
דורך יצחק דע באנקיר
לכאורה האט געשריבן:מ'גייט הערשט יעצט
נו ? וואס זאגט דער דאקטאר ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 8:01 pm
דורך יצחק דע באנקיר
לכאורה די קענסט אזויפיל פערזאנען פון אייוועלט? אדער עס איז עטליכע מענטשן וואס יעדער האט עטליכע ניקס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 8:21 pm
דורך מיסטעריעז
יצחק, וועלכע פון די ניקס וואס ער רעכנט אויס שטימען צו באלאנגען פאר איין מענטש?...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 9:09 pm
דורך לכאורה
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:מ'גייט הערשט יעצט
נו ? וואס זאגט דער דאקטאר ?
ער זעהט אויס צופרידן ב"ה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 9:12 pm
דורך לכאורה
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:לכאורה די קענסט אזויפיל פערזאנען פון אייוועלט? אדער עס איז עטליכע מענטשן וואס יעדער האט עטליכע ניקס
נישט יעדער ליידט אויף די מחלה פון האבן אסאך ניקס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 05, 2015 9:22 pm
דורך מטעמים
רפואה שלימה לכאורה,
מ'קען כאטש סוען?