גזירות הגיוס און איר ארום
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 29, 2015 6:44 pm
לעצטנס איז אין די נייעס אפטיילונג פארגעקומען א ברייטע שמועס וועלכע האט בארירט אסאך אספעקטן פון די צוגאנג צו די באקאנטע גזירת הגיוס וואס די מדנ״י אינסטאנצן ווילן איינפירן. אזוי ווי דער שמועס איז אבער נישט געווען אין פלאץ האבן עס די מנהלים אוועקגעפירט, אבער מיר האט דער שמועס אויפגעוויזן אז איך ווייס גארנישט, ממש גארנישט, איבער די פולע היסטאריע און מציאות פון גיוס אונטער די ממשלת זדון.
וויל איך אלזא בעטן פון מיינע חשובע קאלעגע אייוועלטערס וועלכע קענען דעם נושא גוט מיט אלע אירע מפרשים מיך אינפארמירן מיט די אלף בית פון די היסטאריע און השתלשלות הדברים ביז די מציאות היינט.
א ביישפיל פון ידיעות וואס איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן זענען ווי פאלגאנד:
1) וואס איז געווען די סטאטוס בנוגע גיוס בחורים ביזן חוק טל?
2) וואס איז געווען די חוק טל?
3) וואס איז דאס די נחל חרדי, ווער האט דאס געעפנט און פארוואס?
4) אחוץ די מתנחלים, איז דא א חרדישע געמיינדע וואס לאזט אירע בני קהלה דינען אין מיליטער?
5) וואס איז ר׳ שמואל אויערבאך׳ס שיטה אין דעם ענין? מיט וואס איז ער אנדערש ווי הגראי״ל? מיט וואס, אויב בכלל, דינגט ער זיך מיט די עדה?
לאזט אייך הערן, און איך בין זיכער אז נישט נאר איך וועל הנאה האבן. בתודה מראש.