בלאט 1 פון 2
חבירים אראנדזשירט זוך אקציע.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 11:57 am
דורך צייטליך
די וויאויל באקאנטע "חבירים" ארגענעזאציע וואס איז אייביג גרייט צו העלפן אידן על כל צרה שלא תבוא, (עיין מיללער'ס פלאכע רעדל, שם תמצה נחת) האט אינטער גענימען א גאר ריזעקאלישער און שווערער אינטערנעמונג, נאך שעות פון א געמיינזאמע באראטונג און מיטונגען באנאזאם מיט אלע שטאט באערדע, אריינגערעכנט די לאקאלע פאליציי, די סטעיט פאליציי, די סאשעל סעקיורעטי אדזשענסי, די סענאטעשן דיפארטמענט, די עף. די. ען. וויי., און די נעשאנעל סעקיערעטי, האט דער חבירים ווארטזאגער געמאלדן אז די "סוירטש" הויבט זיך היינט אן!
די מעשה גייט צירוק עטליכע וואכן ווען דער ניק "נאטורליך" איז פארשווינדן געווארן ווי אין וואסער אריין, אן איבערלאזן נאך זיך עפעס באווייזן, כאשט אפילו מינדערוויכטיגע, גארנישט, די עסקנים זענען געווען שטארק באזארגט, אבער ביי יעדעם האט עס אויסגעקוקט ווי א פשוטער קאנעקשאן פראבלעם, אנדערע האבן גאר געזאגט אז ער איז ווארשיינלעך ערגעץ אויף אפרו, הצד השווה שבהם, קיין גרויס געוויכט איז נישט געלייגט געווארן, און קיין גרויס זארג האט עס נישט ארויסגעברענגט,
וואכן זענען דורך געגאנגען, און א שיין פון האפענונג איז ארויפגעקימען אויפן האריזאנט, געווען איז עס זונטאג פרשת כי תצא, נאטורליך האט זיך באוויזן, אבער צו אונזער גרויס ווייטאג, נאר פאר עטליכע מינוטן, צוויי-דריי ווערטער געלאזט פאלן, און גלייך מיסטריעיז פארשווינדען געווארן צוריק, דאס האט שוין ארויסגערענגט די עסקנים פון די כלים (דישעס), אויב איז ער יא קענאקטירט צו אינזער וועלטעל, א_ווי איז ער ? וואס באווייזט ער נישט זיין פנים ?
דאס האט געברענגט דערצו אז מ'זאל זיך ווענדען צו די חבירים ארגענאזציע, און גלייך אנפאגען מיט א זוך אקציע,
מ'בעט אלע עסקנים וואס זענען וויליג ארויסצוהעלפן מיטן "סוירטש" זאלן זיך מעלדן צום חבירים הויפקווארטיר, אויף זייער טעלעפאון נומער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 12:05 pm
דורך מאשקע
יוי האסטו מיך דערשראקן... כ'האב שוין געמיינט אז מ'זוכט 'מיך'...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 12:11 pm
דורך איזאק
גוט צייטליך.
חחח מאשקע
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 12:34 pm
דורך יאנאש
איז דא ערגעץ א טיפ-ליין ארינצוקאלן?
די מאנסע איז אז איך האב א שטיקל ליעד, ביי מיר אויפן מאשינקעלע האט זיך דער סוספעקט באוויזן עטליכע מאל אינדערמיט.
וואו קען מען אריינשיקן די טיפ?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 3:00 pm
דורך קרעזי
צייטליך, סט'אייזן!!!
האבן די פאליציי שוין ארויסגעגעבן א שטיקל סקעטש פון דעם געזוכטן? מיט וועלכע קאליר פאני גייט ער?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 5:06 pm
דורך דרך אגב
א סקרעטש פון אים ביטע.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 5:51 pm
דורך קרעמער
עס איז דערווייל נישטא קיין סקעטש, נאר א בילד וויאזוי ער האט אויסגעזען אלס קינד (זעהט עס ביי זיין פראפייל)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 8:11 pm
דורך נאטורליך
לויט ווי עס זעהט זיך אויס האב איך ליידער אנגעווערטשאפט שלאפלאזע נעכט פאר איינעם צייטליך, וועל איך זיך מגלה זיין טפח און אנזאגען די בשורה אז הנני, איך בין ב"ה קאי וקיים עמו"ש
יעצט וועלען מיר ביידע קענען צוריק גיין שלאפען.
און אז עך בין שוין דא, כאב געזעהן אין א אנדער וועבזייטעל א גלייכווערטעל
געווען אמאל א אלטער אלמן וואס האט געטראפען זיין שכנטע אויך אן אלמנה, נעמט ער זיך די דרייסטקייט און פרעגט איר:
הערען זי, וואלטען זי אפשר געוואלט אויסהערען א שידוך צווישען איר און מיר?
יא!
זייער גיט מיסיס! איך גיי זעך לייגען מערצעשעם מארגען וועלען מיר רעדען פרטים.
ער שטייט אויף צופרי און געדענקט נעבעך נישט וואס זי האט אים גענטפערט, יא צו ניין?
נו וואס טוט מען, בלית ברירה רופט ער אן צו איר אין שטוב,
האלוי, יא דאס בין איך, איך שעם זיך צו זאגען אבער כאב פארגעסען, וואס איז געווען די ענטפער נעכטען, יא אדער ניין?
אהההה מיסטער אלמוני כאב אזוי הנאה איר האט גערופען, כאב געדענקט כאב איינעם געזאגט יא! נעכטען און כאזעך נישט געקענט דערמאנען פארוועמען
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 8:16 pm
דורך מאשקע
אה, דער בחור איז דא....
חחחחחחח פאר'ן גוט ווארט....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 9:27 pm
דורך קרעמער
חחחח, זיס, מיטן טעם זקנים.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 9:46 pm
דורך יענטאאש
למעשה נאטורליך, קען זיין מיין זכרון ארבעט אויך נישט, אבער עפעס געדענק איך האסטו געזאגט פאריגע מאל מ'האמיר געהערט פון דיר אז דו וועסט בקרוב ווייטער ממשיך זיין, נו, וואס איז געווארן? איך מיין נישט צו לייגן קיין דרוק, איך פרעשור דיך נאר אביסל...
אה ניייייייייין, כ'האב נישט געזאגט אז דו דארפסט זיך יאגן אויף קומענדע וואך שוין, ס'קען זיין נאך פאר די וואך אויכעט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2007 4:34 pm
דורך צייטליך
כ'האב פארגעסן צו זאגן..
רבותי, די סוירטש איז אפגערופן !!, מ'האט אים געפונען פריש און געזונט ב"ה,
חא האסדיי האשעם כי לא תאמני, כי הי לא כאלי ראחאמאוו, חא האסדיי האשעם כי לא תאמני, כי הי לא כאלי ראחמאא האוו, אוי חא האסדיי...
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2007 1:01 pm
דורך פאטאקי08
ער איז ווידער פארשוואונדען געווארען אוי וויי
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 8:43 am
דורך גרויזאמער
פונעם קרעזי נייעס אגענטוער האב איך יעצט ארויסדערווישט דעם צעטל וואס חברים גייט היינט אויסטיילן פאר אלע אידן פונעם דארף, אונטער די געהיימע מיסיע מיטן קאוד נאמען "נאטורליכע" אפעראציע.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:24 am
דורך סאכדעס
און כאלי'ן פארלאזט איר אזוי אין די זייט?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 10:29 am
דורך פאטאקי08
גרויזאמער ביסט געוואלדיג!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 11:08 am
דורך צייטליך
סאכדעס, אז די ווילסט, קענסט מאכן אן עקסטערען אשכול פאר כאלי'ס זוך אקציע, דא זוכט מען נארטוליך,
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 11:36 am
דורך סאכדעס
וועמען זוכט מען דא? ווער איז דאס נארטורליך?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 12:17 pm
דורך צייטליך
סאכדעס, דארפסט נישט אזוי מדייק זיין אין יעדעס ווארט וואס איך זאג, ווי פלעגט מיין רבי זאגן, מדייק זיין זאלסטו ביים לערנען, נישט ביים שמועסן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 12:31 pm
דורך סאכדעס
כאפעך שוין ווידער נישט, וואס פלעגט דיין רבי זאגן? און וואס זאגט ער היינט?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 1:04 pm
דורך צייטליך
ס'איז בעסער אז די פרעגסט נישט, אבער אז די פרעגסט שוין וועליך דיר זאגן,
די האלסט טאקע אז די מלמדים זאגן נאך היינט די אלע גוט-ווערטלעך פון אמאל? די מיינסט טאקע אז היינט דארף מען נאך שטיין דא, ממש דא, אויפן ווייסן טייל, און כאפן א פראסק אין פרצוף אז די וואנט כאפט די צווייטע? די מיינסט אז די היינטיגע מלמדים האבן נאך אן עקסטערע 'קאנטשיק' (שר"י) פאר די טעג וואס מ'חזרט צווייטע חבירים? האלסטע טאקע אז מיין אינגעל'ס כיתה ג' מלמד וועט אים נאך סטראשען אז אויב ער וועט נישט וויסן ווי צו טייטלען וועט מען אום אריינלייגן אין א מילך באטל, און אויב ער האט נאך אלץ נישט מורא, ער גלייבט נישט, טוט מען אום אויס די שיך, און אט אט גייט מען אום אריינלייגן, און נאר נאכן שרייען און וויינען אז מ'זאל דאס אים נישט טוען טוט מען אום צוריק אן די שיך, אבער די מילך באטעל בלייבט ווייטער אויפן טיש ווי צו זאגן, קינדער, הערסט אויס, ווייל אז נישט גייט א צווייטער דארט אריין, אהיים קימענדיגע פון אזא טאג אין חדר האט מען ג'דארפט באקימען עקסטערע פסיכיאטערישע הילף,
די אלע זאכן זענען אמאל געווען, מיין רבי פלעגט זאגן, היינט ? היינט לערנט ער פלייסיג א גאנצן טאג, אבער שוין נישט אויף די קינדער'ס נערווען, און נישט אויף די ישיבה'ס פעיראל.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 1:35 pm
דורך זארעכפעפער
שוין, זאלן די זוך אקציעס אפגעשטעלט ווערן! אבער שוין! איך וויל נישט מער הערן דערפון!!!
וואס א מין גערעדעכץ איז דאס?! וואס א מין אקציע איז דאס?!
"היימישע קרעטשמע" איז א פלאץ ווי איטליכער מעמבער שפאנט פרייוויליג אריין, אן א פרעשער און מיט א פרייע בחירה!!!
וויל ער, ליינט ער; וויל ער, שרייבט ער; וויל ער, איז ער מגיב; וויל ער נישט, איז נישט!
וואס א מין טערארעזאציע איז דאס?! באצאלט אים דען איינער דערפאר? ווער זאגט ער האט איבעריג צייט?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 1:49 pm
דורך נאטורליך
זארעכפעפער, ישר כח שדיברת. מעומק לבבי.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 2:40 pm
דורך איך_הער
זארעכ, נעם עס נישט אן ווי א געצוואונגעכטץ, נאר ווי פון בענקשאפט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 2:52 pm
דורך סאכדעס
געוואלד געוואלד, עריז דא...............