בלאט 1 פון 9

שאלות פאר די מנהלים און אחראים

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 2:39 pm
דורך עין טובה
אזוי ווי געלעגער האט זיך פארפליכטעט צו ענטפערן שאלות וואס איי'ניק'לעך האבן צו די מנהלים און אחראים, עפן איך די אשכול.

בעט איך אבער אז קיינער זאל נישט פרעגן קיין פערזענליכע שאלות, נאר כלליותדיגע פראגען.

ובזה החלו;
שאלה א: וואס געשעט מיט א תגובה וואס ווערט מדווח צוויי אזייגער ביינאכט? דהיינו, ווען די אחראים שלאפן אבער אויפן וועלטל איז לעבעדיג?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 2:42 pm
דורך צייטליך
אויב מעג איך אויך ענטפערן..

גארנישט ארבייט נישט אויטאמאטיש. דער ערשטער מנהל אדער אחראי וואס זעהט די דווח וועט קעיר נעמען דערפון ווען ער זעהט דאס, אדער אנפרעגן אין אפיס כדת מה לעשות.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 2:44 pm
דורך עין טובה
שאלה ב:
וואס איז די מיינונג פון די הנהלה בנוגע נעמען בילדער און ארטיקלן פון אייוועלט, מיט/אן רשות און צו מ'ברויך געבן אן עפענטליכע דאנק פאר אונזערע שרייבערס

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 2:47 pm
דורך עין טובה
כל הכבוד צייטליך!
די סיבה פארוואס איך האב געשריבן געלעגער איז צוליב דעם וואס ער האט געזאגט אז ער וועט ענטפערן...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 2:49 pm
דורך צייטליך
עין טובה האט געשריבן:שאלה ב:
וואס איז די מיינונג פון די הנהלה בנוגע נעמען בילדער און ארטיקלן פון אייוועלט, מיט/אן רשות און צו מ'ברויך געבן אן עפענטליכע דאנק פאר אונזערע שרייבערס

נעמען ארטיקלן און בילדער פון דא איז נישט קיין פראבלעם, די סייט איז פובליק און מ'קען נישט אפהאלטן קיינעם צו קאפירן זאכן וואס מענטשן לייגן דא. אבער מענטשליכקייט איז אז מ'גיבט קרעדיט פאר דער וואס האט דאס ארגינעל געשריבן אדער געשאפט. אבער דאס קען די הנהלה נישט אינפארסירן אפילו זיי ווילן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 2:53 pm
דורך עין טובה
מיין איך אז;
א פרישע באזוכער זאל זעהן קורץ און שארף אז מ'זאל געבן קרעדיט אויב מ'נעמט ארטיקלן.
און בנוגע בילדער, דארף נישט צו זיין אזוי שווער צו לייגן א וואסער מארק אויף אלע בילדער וואס קומען ארויף אהער

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 2:55 pm
דורך יוראפ
יויש כ'פייגער פאר א ענטפער פון צייטליך, וואס קען איך פרעגן?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 2:59 pm
דורך צייטליך
עין טובה האט געשריבן:מיין איך אז;
א פרישע באזוכער זאל זעהן קורץ און שארף אז מ'זאל געבן קרעדיט אויב מ'נעמט ארטיקלן.
און בנוגע בילדער, דארף נישט צו זיין אזוי שווער צו לייגן א וואסער מארק אויף אלע בילדער וואס קומען ארויף אהער


לגבי די צווייטע זאך איבער די אויטאמאטישע וואסער מארק, איך האב געזעהן פריער האט דאס שוין איינער ערגעץ געשריבן.

ממש יעדע בילד זאל קריגן א וואסער מארק האט נישט קיין פשט. איך האב פריער געשטעלט אין א אנדערע אשכול א בילד וואס איך האב גענומען פון טוויטער, זאל דאס יעדער ניצן און קאפירן, פארוואס זאל דאס האבן א וואסער מארק ווען דאס האט גארנישט מיט מיר, ס"ה האב איך עס נאר דא געשטעלט, אבער ס'באלאנגט נישט פאר אייוועלט. אויב עפעס זאל מען ביים לייגן א בילד האבן א אפציע צו לייגן א וואסער מארק, דארף מען נאר זעהן אויב ארענדער קען דאס מאכן און אויב ס'קען טאקע ארבייטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 3:01 pm
דורך צייטליך
יוראפ האט געשריבן:יויש כ'פייגער פאר א ענטפער פון צייטליך, וואס קען איך פרעגן?

המממ... פרעג אויב די קענסט מיך ארויסנעמען פאר נאכטמאל היינט, אדער אויב די קענסט צאלן מיין באלאנס אין גראסערי. איך ענטפער דערווייל אלע פראגעס..

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 3:02 pm
דורך יוראפ
לאנטש האסטו שוין געהאט?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 3:03 pm
דורך צייטליך
יוראפ האט געשריבן:לאנטש האסטו שוין געהאט?

ניין. גראדע נישט, איך בין אויף א דייעט (נאכנישט אפגעמאכט וועלעכע) און איך עס נישט קיין לאנטש, בלויז אפאר בעקערי פראדוקטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 3:05 pm
דורך מאנ-יימער
שאלה ג'
איז דא נאך אן אופן וויאזוי ארויסצושלעפן צייטליך פון די קעלערן, אדער איז עס נאר דורך פרעגן פראגן?

שאלה ד'
וואס איז דיין דעיט אף בוירט און דיין מאמעס מעידען נעים?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 3:07 pm
דורך יוראפ
צייטליך האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:לאנטש האסטו שוין געהאט?

ניין. גראדע נישט, איך בין אויף א דייעט (נאכנישט אפגעמאכט וועלעכע) און איך עס נישט קיין לאנטש, בלויז אפאר בעקערי פראדוקטן.


א טשיזל ביי ... און ווייס איז גוט?

---

שאלה ה'
מאנעלע וואס איז מיט דיר? נישיין זיך אריינצומישן

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 3:08 pm
דורך מיסטעריעז
שאלה צו מאנ-יימר:
גילוי צווישן מנהלים איז ערלויבט???

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 3:10 pm
דורך צייטליך
מאנ-יימער האט געשריבן:שאלה ג'
איז דא נאך אן אופן וויאזוי ארויסצושלעפן צייטליך פון די קעלערן, אדער איז עס נאר דורך פרעגן פראגן?

שאלה ד'
וואס איז דיין דעיט אף בוירט און דיין מאמעס מעידען נעים?

קרעדיט ארויסצושלעפן פונעם קעלער גייט אינגאנצן פארן ארגענעזאציע "בין איש ובין אחיו".. אבער פרעג ווייטער, אזוי אז איך זאל נישט צוריק אריינפאלן..

מיין דעיט אוו בוירט.. קענסט זיכער יענער קליפ.. "כ'האב נארוואס אויסגעפונען אז מיין בוירטדעי איז די זעלבע טאג ווי ווען איך בין געבוירן געווארן... א משוגענע וועלט היינט.." איך קען די קליפ איבערקוקן אומצאליגע מאל, און יענער מיינט עס אמת'דיג!

מיין מאמע'ס מעידן נאמען וועל איך לאזן פאר א אנדערע מנהל אדער אחראי צו ענטפערן. (איך בין נישט דא געווען א שטיק צייט ממילא ביניך נישט באהאווענט מיט אלעס)

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 3:46 pm
דורך מיסטעריעז
קריכענדיג אין בעיסמענט האב איך מיר אנגעשטויסן אין פארשטויבטע דאקומענטן וואס מיללער ווערט אין זיי דערמאנט אלס איינער מיט מנהלישע כוחות.
איז דאס נאך אקטועל?
איז דאס נאר געווען לפי שעה?
האט ער רעזיגנירט?
ער האט געליטן פון א פוטש?
ס'האט זיך מיר אויסגעפארעמט אזא בילד אז ער איז נאר געווען בכח אויף געוויסע מקומות, איז דאס ריכטיג?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 3:50 pm
דורך מיסטעריעז
צווישן די אדמיניסטראטארן ליסטע ווערט אויך אויסגערעכנט מעסטערמיינד און וויכי, וואס איז זייער אויפגאבע/כוחות?
און פארוואס זענען זיי געבליבן בלוי?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 3:55 pm
דורך בנימין הלוי
מאנ-יימער האט געשריבן:שאלה ג'
איז דא נאך אן אופן וויאזוי ארויסצושלעפן צייטליך פון די קעלערן, אדער איז עס נאר דורך פרעגן פראגן?

שאלה ד'
וואס איז דיין דעיט אף בוירט און דיין מאמעס מעידען נעים?


דו האסט הפנים פארשטאנען אז דא פרעגן מנהלים און אחראים
און ווער זאל ענטפערן?
דארף מען אלערטירן נשמה איבערן קעפל "שאלות פאר די מנהלים און אחראים"

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 6:50 pm
דורך געלעגער
מיסטעריעז האט געשריבן:צווישן די אדמיניסטראטארן ליסטע ווערט אויך אויסגערעכנט מעסטערמיינד און וויכי, וואס איז זייער אויפגאבע/כוחות?
און פארוואס זענען זיי געבליבן בלוי?


מעסטערמיינד איז שוין לאנג אומאקטיוו אבער ער האט געטון וואס וויכי טוט היינט ער העלפט ארויס די סייט אדמין מיט טעכנישע הילף ער גיט זיך נישט אפ מיט מעקן/רוקן/צוזאמשטעלן אשכולות וכו'.

וועגן מיללער, אייוועלט האט שוין געהאט היבשע אחראים וואס זענען געקומען און געגאנגען, א שטייגער ווי לחיים ולברכה און נאך. אסאך מאל ווערט עס צו שווער אדער זייטיגע מניעות וואס האלטן צוריק פון שפילן אן אקטיווע ראלע אלס אחראי

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 9:23 pm
דורך עין טובה
שאלה ו:
סתם פאר נייגער, מ'רעדט זיך דורך אין אפיס וואס און וויאזוי צו ענטפערן אין דעם אשכול?

שאלה ז:
אויב וויל איך זעהן די תגובות וואס מ'האט מיר געמעקט (צוליב כפלי הלשונות ועוד שאכמ"ל...) איז דא א מעגליכקייט דערין?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 9:28 pm
דורך נישט
עין טובה האט געשריבן:שאלה ו:
סתם פאר נייגער, מ'רעדט זיך דורך אין אפיס וואס און וויאזוי צו ענטפערן אין דעם אשכול?


לפי ידיעתי ארבעטן אלע פול טיים, און האבן נישט קיין צייט פאר דעם

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 9:31 pm
דורך עין טובה
לפי"ז, אויב וועט איינער פון די הנהלה קומען און ארויסגעבן סודות פון חדר, און שרייבן עפעס וואס אם אנדערע מנהל וויל נישט אז מיר זאלן זעהן, וועט אויסקומען אז איין מנהל וועט מעקן וואס א אנדערע אחראי האט געשריבן....

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 9:32 pm
דורך עין טובה
שאלה ח:
איר האלט נישט אז ס'פעלט אויס נאך איי'ניק'לעך זאלן ווערן אחראים? און אויב יא, וואס איז די פלאן?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:22 pm
דורך מיסטעריעז
עין, די סייט איז נישט גענוג גוט קעיר גענומען?
גראדע האט מען נישט לאנג פאר דיין אנקום אויפגענומען מאנעלע

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:36 pm
דורך מיסטעריעז
געלעגער זאגט איך זאל נישט מורא האבן, אן אחראי מוז מען פאלגן...

פון דיין אנטווארט האב איך פארשטאנען אז די פשוטע באשלוסן ווי מעקן וכו' קען א אחראי אליינס מחליט זיין, אבער באשלוסן וואס קענען אנרירן די גרעניצן פון די סייט'ס פאליסי'ס מוזן באשטעטיגט ווערן דורך א מנהל (אדער גאר מנהלים).
אין אנדערע ווערטער, די רעכטן וואס א מנהל פארמאגט איז מער ווי פון א אחראי.

מיין פראגע: וויאזוי איז צוגעגאנגען די החלטות ווער עס באקומט וועלכע ראנג?