בלאט 3 פון 9

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 10:06 am
דורך יאנקעלע קליגער
שאלה
איז שוין געווען בעבר אז מהאט חוסם געווען איינעם צוליבן עובר זיין אויף די תקנות?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 10:16 am
דורך מאנ-יימער
מערערע מאל ליידער.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 10:25 am
דורך מיסטעריעז
יענקעלע, וואס דו האסט מיר דא אנגעווירטשאפט...
האב איך דען נישט פארשטאנען אז זיי האבן געטון געפערליכע זינד? איך האב אבער געוואלט הערן א דעטאלירטע באריכט

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 10:33 am
דורך שנאפס
1. איז דא א ישיבה קטנה בחור צווישן די מנהלים?

2. דארף מען דורכגיין א ספעלינג טעסט פארן ווערן אנגענומען?

3. וואס טוט א מנהל/אחראי וואס וויל עפעס אריינפליקן פאר איינעם און קען זיך נישט איינהאלטן? האט מען א עקסטערע ניק יעדער איינער אדער נאר איין ניק פאר אלע אחראים וואס איז געמאכט צו פליקן (יהי' כן..)

4. ביים מעקן א תגובה זענט איר פרייליך אדער צובראכן (אזויווי דער מלמד וואס די פעטש טוען אים מער וויי..)

5. מעג א אחראי לערנען אין א ארטסקרול גמרא? מעג מען עס בכלל האבן אין שאנק?

צום שלוס, ס'איז באמת א שיינע זאך אז מנהלים/אחראים עסן זיך נישט איינער דעם צווייטן...

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 11:16 am
דורך עין טובה
וואס פלאנט די הנהלה פאר די תגובה נומבער 1,000,000?
אדער אפשר דארף מען נישט יעצט פרעגן, נאר מ'דארף ווארטן ביז מ'קומט אן דארט למעשה...

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 11:27 am
דורך מילכיגער
שנאפסי!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 12:08 pm
דורך סמארט גאי
די אחראים זענען שיכור געווארן נאכן טועם זיין אזא גוטן שנאפס,

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 1:16 pm
דורך למעלה משבעים
צווייפעל האט געשריבן:מיין שאלה אויב כמעג פרעגן.

וואס איז די סיבה פארוואס איינער זאל וועלן זיין א מנהל,

א) גוטע געפיל, סמאכט אים פילען העכער פונעם ציווילן בירגער, אזוי ווי א פאליציאנט פילט זיך בגדול'דיג.

ב) מפילט פאר א זכי' (מצוה) אז מהאלט אויף א ריינע פלאץ אויפן געוועב, אנע לשון הרע און שאר מרעין בישין.

ג) נישט דא קיין ברירה, זיי ווילן הנאה האבן פון א געשמאקע פארברענגען פלאץ, זייענדיג חסידישע אידן מוזן דאך עס האבן גדרים, סא איינער מוז דאך עס זיין, טוט ער א טובה און העלפט ארויס, אבער לעולם מיינען זיך, אז זיי זאלן האבן ווי צו פארברענגען.

ב)

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 1:19 pm
דורך למעלה משבעים
שנאפס האט געשריבן:1. איז דא א ישיבה קטנה בחור צווישן די מנהלים?

ניין, אבער צומאל קוקט אויס ווי א ישיבה בחור פראבירט שפילן מנהל...

שנאפס האט געשריבן:2. דארף מען דורכגיין א ספעלינג טעסט פארן ווערן אנגענומען?

איך בין נישט דורך.

שנאפס האט געשריבן:3. וואס טוט א מנהל/אחראי וואס וויל עפעס אריינפליקן פאר איינעם און קען זיך נישט איינהאלטן? האט מען א עקסטערע ניק יעדער איינער אדער נאר איין ניק פאר אלע אחראים וואס איז געמאכט צו פליקן (יהי' כן..)

מען גייט אין אישי...

שנאפס האט געשריבן:4. ביים מעקן א תגובה זענט איר פרייליך אדער צובראכן (אזויווי דער מלמד וואס די פעטש טוען אים מער וויי..)

נישט פרייליך און נישט צובראכן, נאר מען וואונדערט זיך וואס איז געווען אינם מח פונעם שרייבער.

שנאפס האט געשריבן:5. מעג א אחראי לערנען אין א ארטסקרול גמרא? מעג מען עס בכלל האבן אין שאנק?

דאס קען מען נישט ענטפערן ס'איז א שאלה פון גילוי.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 3:00 pm
דורך געלעגער
מיין פאסטן?
איך פלעג אסאך קאמפלעינען און משוגע מאכן אויב איז עפעס געווען נישט גוט אדער ריכטיג, נאך א שטיק צייט האט די הנהלה געבעטן צו אפשר טו איך אליין די ארבעט, איך האב קאטעגאריש אפגעזאגט וויסענדיג אז איך בין פון נאטור אויס איינער וואס דולדט נישט קיין פאטעטא קרעפלעך אבער נאך לאנג בעטן האב איך עס גענומען בלית ברירה.

אין קורצן איז די תירוץ ערגעץ צווישן 2 און 3. דאס מיינט, אוודאי וויל איך האבן א געשמאקע פלאץ צו פארברענגען און דאס צו האבן מוז איינער וואשן די פלארס, אבער פון די צויייטע זייט איז עס א גאר גוטע געפיל ווען איך בין א פאזיציע ווי איך קען ארויסהעלפן אידן כמעט יעדן טאג

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2015 8:06 pm
דורך כרם
שאלה:
איך האב נאך א ניק אריין געסיינט מיט א אנדערע אימעיל אדרעסס אבער מיט די זעלבע פעססוארד קען א מנהל/אחראי זעין וועלכע 2 ניקס ניצן די זעלבע פעססוארד?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2015 8:12 pm
דורך למעלה משבעים
ניין, מיר קענען נישט זען קיין פעסווארד'ס.

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2015 8:24 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
למעלה משבעים האט געשריבן:ניין, מיר קענען נישט זען קיין פעסווארד'ס.

איי פי עדרעסס?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 17, 2015 9:26 pm
דורך לוי יצחק
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ניין, מיר קענען נישט זען קיין פעסווארד'ס.

איי פי עדרעסס?

יא!
די מנהל האט מיר שוין אמאל צאמגעשטעלט מיט מיין אנדערע ניק בלויז דורך די איי.פי. אדרעס.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 12:37 am
דורך מי חכם
דער מענעזשער (ארענדאר?) קען מסתמא יא זעהן פעסווארדס.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 12:41 am
דורך מיסטעריעז
זייער נישט מסתבר, איך מיין אז קיינער קען נישט וויסן דיין פעססווארד אויף קיין שום סייט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 12:45 am
דורך נישט
מי חכם האט געשריבן:דער מענעזשער (ארענדאר?) קען מסתמא יא זעהן פעסווארדס.


אויך נישט

אלע פעסווארד'ס ווער דיקריפטעד פאר'ן סעיווען

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 12:49 am
דורך green
איינער וואס האט עקסעס צום דעיטעבעיס קען לכאורה זעהן אלעס

---
נישט, מיינסט אוודאי צו זאגן אינקריפטן

אבער די סייט אדמין, דער וואס קען די סיסטעם גוט קען מסתם זעהן אלעס

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 12:52 am
דורך נישט
green האט געשריבן:איינער וואס האט עקסעס צום דעיטעבעיס קען לכאורה זעהן אלעס

---
נישט, מיינסט אוודאי צו זאגן אינקריפטן

אבער די סייט אדמין, דער וואס קען די סיסטעם גוט קען מסתם זעהן אלעס

גערעכט געמיינט צוזאגן אינקריפטן

--
די געווענליכע סדר איז, אז די פעסווארט אינקריפדעט נאך פאר'ן סעיווען אין די דאטאבעיס,

מען דארף א ספעיציעלע העקינג פראגראם צו דיקריפטען א פעסווארד

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 1:02 am
דורך גערעכטער
כמעט קיין איין סייט סעיווד נישט קיין פעסווארד, נאר זיי 'העש'ן די פעסווארד דהיינו זיי טוישן די פעסווארד צו א קאוד, וואס ווערט געסעיווד אינעם דעטאבעיס, און ווען מ' שרייבט זיך איין און מ'לייגט אריין די פעסווארד קוקט די סיסטעם אויב די 'העש' שטימט, אבער 'קיינער' קען נישט זעהן די עקשעל פעסווארד ווייל עס עקזעסטירט נישט..

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 1:03 am
דורך green
דער וואס מאכט די אינקקריפט מאכט אויך דדי דדיקריפט

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 1:04 am
דורך נישט
גערעכטער האט געשריבן:כמעט קיין איין סייט סעיווד נישט קיין פעסווארד, נאר זיי 'העש'ן די פעסווארד דהיינו זיי טוישן די פעסווארד צו א קאוד, וואס ווערט געסעיווד אינעם דעטאבעיס, און ווען מ' שרייבט זיך איין און מ'לייגט אריין די פעסווארד קוקט די סיסטעם אויב די 'העש' שטימט, אבער 'קיינער' קען נישט זעהן די עקשעל פעסווארד ווייל עס עקזעסטירט נישט..


זייער גוט ארויסגעברענגט

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 8:41 am
דורך גערעכטער
שאלה: וואס איז פשט אז יעדע פארום האט אנדערע אחראים? הייסטעס אז דארט ווי למשל געלעגער איז נישט אחראי אין ידיו שולטת בו?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 8:52 am
דורך מיסטעריעז
גערעכטער האט געשריבן:דארט ווי למשל געלעגער איז נישט אחראי אין ידיו שולטת בו?

ניין
מ'‎זעהט‎ בּפועל‎ אז‎ יא

למשל מאנ-יימר‎ אי‎ז‎ אויף‎ קיין‎ איין‎ פארום,‎ און‎ דאך‎ אי‎ז‎ ער‎ א‎ בעל‎ כּח

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2015 10:37 am
דורך געלעגער
גערעכטער האט געשריבן:שאלה: וואס איז פשט אז יעדע פארום האט אנדערע אחראים? הייסטעס אז דארט ווי למשל געלעגער איז נישט אחראי אין ידיו שולטת בו?

אמאל האט מען געהאט געמאכט אז אחראים זאלן זיין באזירט נאר אויף זייער פארום, למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז פארום'ס זענען צומאל געבליבן אינטערשטעליג מיט ארבעט און א צווייטע אחראי האט געמוזט בעטן א מנהל קעיר צו נעמען, האט מען געטוישט אז יעדער קען איבעראל