בלאט 2 פון 9

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:37 pm
דורך געלעגער
עין טובה האט געשריבן:שאלה ו:
סתם פאר נייגער, מ'רעדט זיך דורך אין אפיס וואס און וויאזוי צו ענטפערן אין דעם אשכול?

שאלה ז:
אויב וויל איך זעהן די תגובות וואס מ'האט מיר געמעקט (צוליב כפלי הלשונות ועוד שאכמ"ל...) איז דא א מעגליכקייט דערין?


אלע אחראים און מנהלים האבן די זעלבע גאנג און מיינונג, יעדע זאך וואס איז תורה'דיג אויסגעהאלטן לאזט מען. ס'איז נישטא וואס זיך דורך צושמועסן

וועגן פארמעקטע תגובות, ווי שוין געשמועסט בעבר. דאפעלטע תגובות ווערט פארמעקט אינגאנצן, אנדערע סארט תגובות ווערן אוועקגעלייגט אין אפיס שיין פארפאקט אין רעפינג פאפיר

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:39 pm
דורך געלעגער
עין טובה האט געשריבן:שאלה ח:
איר האלט נישט אז ס'פעלט אויס נאך איי'ניק'לעך זאלן ווערן אחראים? און אויב יא, וואס איז די פלאן?

כ'מיין אז דערווייל פארט עס פיין. אויב וועט מען דארפן הילף וועלן די מנהלים מחליט זיין וואס און ווער

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:40 pm
דורך געלעגער
מיסטעריעז האט געשריבן:געלעגער זאגט איך זאל נישט מורא האבן, אן אחראי מוז מען פאלגן...

פון דיין אנטווארט האב איך פארשטאנען אז די פשוטע באשלוסן ווי מעקן וכו' קען א אחראי אליינס מחליט זיין, אבער באשלוסן וואס קענען אנרירן די גרעניצן פון די סייט'ס פאליסי'ס מוזן באשטעטיגט ווערן דורך א מנהל (אדער גאר מנהלים).
אין אנדערע ווערטער, די רעכטן וואס א מנהל פארמאגט איז מער ווי פון א אחראי.

מיין פראגע: וויאזוי איז צוגעגאנגען די החלטות ווער עס באקומט וועלכע ראנג?

דאס וועט א מנהל דארפן ענטפערן ווייל דאס גייט צוריק צו נאך פאר מיינע צייטן דא אויפן וועלטל

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:43 pm
דורך עין טובה
שאלה ט:
וועם איז איינגעפאלן צו קאלירן די מנהלים רויט?
איז דאס נישט קיין שרעקעדיג'ע קאליר?
אדער, אפשר איז עס גאר איינגעפאלן פאר די מנהל אין חדר וואס קומט מיט זיין שטעקן?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:47 pm
דורך געלעגער
כ'מיין אז אלע אנליין פארום'ס לויפן די פירערס אויף די רויטע קאליר

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 10:50 pm
דורך עין טובה
ב"ה איך ווייס נישט דערפון...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 11:24 pm
דורך גערעכטער
וואס די פראצעדור פון מכתיר זיין א נייע אחראי?
דהיינו
ווער מאכט אפ ווער ס'זאל ווערן א אחראי?
פארוואס פונקט ער? פערטעקציע??
דארף די נייע אחראי אויפדעקן זיין אינדענטיטעט?
וכו'

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2015 11:41 pm
דורך מאנ-יימער
פונקט ווי מ'נעמט אויף א מענטש אויף סיי וועלכע פאזיציע, די ביז יעצטיגע הנהלה מאכט א מיטונג צווישן זיך (א ווירטואלע מיטונג) וועם מ'זאל אויפנעמען, נאך וואס אלע זענען איינשטימיג אויפן קאנדידאט פרעגט מען אן ביי יענעם צו ער איז מסכים און מ'שרייבט קאנטראקט.

אן אחראי דארף זיך נישט אויפדעקן זיין אידענטיטעט, אין פאקט דאכצעך בינעך נישט געוואויר קיין איין מנהל/אחראי'ס אידענטיטעט זינט איך בין געווארן אחראי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 1:24 am
דורך שוועמל
שאלה יג (בר מצוה בחור): ווען גייט זיין א אינטערוויו אויף קאלמע מיט איינע פון די מנהלים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 1:33 am
דורך יוראפ
שאלה ... [שוועמל האסט מיר אינגאנצן צומישט]: צו די מנהלים און אחראים גלייכן צו עסן קוואקער, אדער ס'איז גאר א חילוק צווישן מנהלים און אחראים

בשאלה הנ"ל: אויב האבן זיי ליב עסן זיי טאקע?

בשאלה...: ביי פרישטיק אדער לאנטש אדער ביידע?

ווייל איך בין נאך קליין פרעג איך נאר דריי... געטס מיר א ניקל און ווארפטס מיר ארויס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 2:39 am
דורך אויסערן מיניסטער
געלעגער האט געשריבן:וועגן מיללער, אייוועלט האט שוין געהאט היבשע אחראים וואס זענען געקומען און געגאנגען, א שטייגער ווי לחיים ולברכה און נאך. אסאך מאל ווערט עס צו שווער אדער זייטיגע מניעות וואס האלטן צוריק פון שפילן אן אקטיווע ראלע אלס אחראי


און וואס איז מיט מאשקע, יאנאש, ועוד.... פארוואס זענען זיי נאך רויט און גרין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 7:54 am
דורך מיסטעריעז
ווייל זיי זענען נאך מנהלים נאר מער נישט אקטיוו, משא"כ מיללער וואס איז אקטיוו אבער נישט ביי די כוחות...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 9:47 am
דורך מאנ-יימער
שוועמל האט געשריבן:שאלה יג (בר מצוה בחור): ווען גייט זיין א אינטערוויו אויף קאלמע מיט איינע פון די מנהלים?

ווען אויף די אפליקעישאנס פון די מוסדות וועט מען דארפן אריינשרייבן דעם פאטער'ס ניק.

יוראפ האט געשריבן:שאלה ... [שוועמל האסט מיר אינגאנצן צומישט]: צו די מנהלים און אחראים גלייכן צו עסן קוואקער, אדער ס'איז גאר א חילוק צווישן מנהלים און אחראים

בשאלה הנ"ל: אויב האבן זיי ליב עסן זיי טאקע?

בשאלה...: ביי פרישטיק אדער לאנטש אדער ביידע?

ווייל איך בין נאך קליין פרעג איך נאר דריי... געטס מיר א ניקל און ווארפטס מיר ארויס

קוקט אויס איר האט זיך איבערגעגעסן מיט קוואקער, פארבינד זיך מיט שוועמל פאר עצות וויאזוי צו דילן מיט די סימפטאמען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 9:47 am
דורך מאנ-יימער
מיסטעריעז האט געשריבן:ווייל זיי זענען נאך מנהלים נאר מער נישט אקטיוו, משא"כ מיללער וואס איז אקטיוו אבער נישט ביי די כוחות...

ריכטיג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 11:00 am
דורך עין טובה
מאנ-יימער האט געשריבן:ווען אויף די אפליקעישאנס פון די מוסדות וועט מען דארפן אריינשרייבן דעם פאטער'ס ניק.

;l;p-
דו מיינסט אז יענע טאג איז אזוי ווייט?
גרייטן מיר זיך אויף די קולמע אינטערוויו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 1:01 pm
דורך סמארט גאי
עין טובה האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:ווען אויף די אפליקעישאנס פון די מוסדות וועט מען דארפן אריינשרייבן דעם פאטער'ס ניק.

;l;p-
דו מיינסט אז יענע טאג איז אזוי ווייט?
גרייטן מיר זיך אויף די קולמע אינטערוויו.

איך האף נאר אז זיי זאלן נאר נישט באקומען צוטריט צו די פארמעקעט סחורה...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 11:25 pm
דורך יוראפ
מאנ-יימער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:שאלה יג (בר מצוה בחור): ווען גייט זיין א אינטערוויו אויף קאלמע מיט איינע פון די מנהלים?

ווען אויף די אפליקעישאנס פון די מוסדות וועט מען דארפן אריינשרייבן דעם פאטער'ס ניק.

יוראפ האט געשריבן:שאלה ... [שוועמל האסט מיר אינגאנצן צומישט]: צו די מנהלים און אחראים גלייכן צו עסן קוואקער, אדער ס'איז גאר א חילוק צווישן מנהלים און אחראים

בשאלה הנ"ל: אויב האבן זיי ליב עסן זיי טאקע?

בשאלה...: ביי פרישטיק אדער לאנטש אדער ביידע?

ווייל איך בין נאך קליין פרעג איך נאר דריי... געטס מיר א ניקל און ווארפטס מיר ארויס

קוקט אויס איר האט זיך איבערגעגעסן מיט קוואקער, פארבינד זיך מיט שוועמל פאר עצות וויאזוי צו דילן מיט די סימפטאמען.

כ'וואלט געענטפערט נאר לפי תקנת האשכול בינעכניש ערלויבט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2015 11:31 pm
דורך לוי יצחק
מיסטעריעז האט געשריבן:ווייל זיי זענען נאך מנהלים נאר מער נישט אקטיוו, משא"כ מיללער וואס איז אקטיוו אבער נישט ביי די כוחות...

אויב זענען זיי נישט אקטיוו, זענען זיי דאך נישט אחראים?

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 12:23 am
דורך לכאורה
לוי יצחק האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ווייל זיי זענען נאך מנהלים נאר מער נישט אקטיוו, משא"כ מיללער וואס איז אקטיוו אבער נישט ביי די כוחות...

אויב זענען זיי נישט אקטיוו, זענען זיי דאך נישט אחראים?

אין הכי נמי, טייל געוועזענע אחראים אדער מנהלים זענען געבליבן גרין אדער רויט אלס צייכן פון עהרע און שעצונג פאר די ארבעט וואס זיי האבן דא אריינגעלייגט אין זייער צייט.

אנדערע וואס האבן אויפגעגעבן דעם פליכט האבן קלאר פארלאנגט צו ווערן צוריק א ציווילער בירגער.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 12:35 am
דורך מיסטעריעז
אזוו ארומלויפנדיג פון איין שטוב צום אנדערן טרעף איך מיר אן אסאך מאל מיט בעטן ווי טייערע ניקס שלאפן ווי בערן, מ'הערט נישט פון זיי.
אבער צומאל טרעפט זיך א בעט וואס די בעט-געוואנט איז אראפגענומען אינגאנצן, די קושן און דאכענע אוועקגענומען. ווי צוזאגן NO TRESPASSING! איר האט נישט קיין דריסת הרגל דא!
אינטערעסאנט איז אבער אז זיינע אלע חפצים האט מען איבערגעלאזט אין נאכט-קעסטל.

וואס איז די היסטאריע פון זיי? וואס האבן זיי זיך פארזינדיגט אז זיי זענען געווארן Anonymous?
(אפשר האבן זיי געפרעגט צופיל קשיות...)

דא צייכנט ער אן א לינק וואס האט נאך בשעתו געארבעט - און ווי למעלה איז עס מגדיר אז יענער איז נאר פארשפארט נישט פארמעקט - אבער היינט איז ער שוין אויך אנאנימיס לכאורה, ווייל די לינק ארבעט שוין נישט.

עפעס זאגט ער דא

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 12:43 am
דורך יוראפ
כ'פאנג שוין אן צו פארשטיין וואס די שמאטע איז אויפן מויל דער הערט נישט אויף צו קריכן

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 12:49 am
דורך מיסטעריעז
יעצט בינעך דעך נישט אין בעיסמענט, נאר אין די שלאף-צימערן...

באמת מיין איך צו לינקען צו קרעמער'ס תגובה, נאר ער האט פארמאכט זיין אישי קען איך נישט ק/פ'טן די לינק צו זיין תגובה

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 12:51 am
דורך יוראפ
נו אויך נישט צו מאכן קיין גערודער...

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 12:52 am
דורך מיסטעריעז
אה, רעכט...

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 16, 2015 9:00 am
דורך צווייפעל
מיין שאלה אויב כמעג פרעגן.

וואס איז די סיבה פארוואס איינער זאל וועלן זיין א מנהל,

א) גוטע געפיל, סמאכט אים פילען העכער פונעם ציווילן בירגער, אזוי ווי א פאליציאנט פילט זיך בגדול'דיג.

ב) מפילט פאר א זכי' (מצוה) אז מהאלט אויף א ריינע פלאץ אויפן געוועב, אנע לשון הרע און שאר מרעין בישין.

ג) נישט דא קיין ברירה, זיי ווילן הנאה האבן פון א געשמאקע פארברענגען פלאץ, זייענדיג חסידישע אידן מוזן דאך עס האבן גדרים, סא איינער מוז דאך עס זיין, טוט ער א טובה און העלפט ארויס, אבער לעולם מיינען זיך, אז זיי זאלן האבן ווי צו פארברענגען.