בלאט 8 פון 9
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 4:45 pm
דורך שנאפס
נייעס אין וואשינגטאן מיינט נישט דוקא אין וואשינגטאן, אזוי ווי נייעס פון וואל סטריט מיינט נישט דוקא וואל סטריט און קען מיינען ליע עוועניו אויך. ודו"ק
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 8:11 pm
דורך שמאטע
שנאפס האט געשריבן:נייעס אין וואשינגטאן מיינט נישט דוקא אין וואשינגטאן, אזוי ווי נייעס פון וואל סטריט מיינט נישט דוקא וואל סטריט און קען מיינען ליע עוועניו אויך. ודו"ק
און מקוה נייעס קען מיינען ק/פ פון וואצעפ (אדער אייוועלט...)

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 19, 2015 4:58 pm
דורך מיסטעריעז
מיט א אומשולדיגן תגובה - ענטהאלטנדיג בלויז א לינק - האט אונזער חשוב'ער מנהל הרב למעלה משבעים שליט"א געמאלדן די עפענונג פונעם נייעם נארוואס צוגעבויעטן פליגל צום בנין האדיר והמפואר שע"י בית מדרשינו הגדול והמהולל, וואס וועט שטיין צום באנוץ פון די הערליכע "מפעל להוצאת ספרים".
כאפענדיג א בליק אינעם נייעם פליגל זעה איך אז מען האט אריינגעפירט דארט 19 אשכולות (עס איז דא נאך וואס באלאנגען דארט), אבער איך האב באמערקט א אינטערעסאנטע זאך (בעצם שוין באמערקט פון לאנג, נאר היצט איז עס מער "אבוויעס").
ס'רוב פון די אשכולות האב איך דאך שוין דורכגעליינט אינגאנצן, איינמאל צו מערערע מאל, אבער דאך זעה איך אז טייל דערפון זענען געווארן ווי קיינמאל געליינט, נישט אלע, נאר א טייל אשכולות.
אין אנדערע ווערטער, ווען מען טראנספערירט א אשכול פון איין פארום צו א אנדערע ווערט עס צומאל אומגעליינט.
ווען געשעהט דאס יא, און ווען נישט?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:06 pm
דורך שנאפס
ווען א תגובה ווערט געטרענספערט צו א נייע אשכול ווערט עס אויך אומגעליינט, אפילו אינעם זעלבן פארום
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 4:42 pm
דורך מיסטעריעז
אויך נישט אלעמאל.
פריער עס געהאט
דא.
לכתחילה האט נעכטן געעפנט יענע אשכול מיט א טוץ לינקס צו תגובות וואס זאלן ווערן אהין אריינגעפירט, היינט איז דארט געווען א פרישע תגובה (שוין פארמעקט) אבער ווען איך האב געקליקט צו זעהן די נייע הודעות בין איך אנגעקומען צום נייע תגובה נישט צו די אריבערגעפירטע.
א מנהל האט מיר געענטפערט אין אישי אז ער ווייסט אויך נישט ווען יא און ווען נישט, און אז ער ווייסט נישט צו מען קען דאס וויסן (איך גלייב אז יא).
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 5:36 pm
דורך שנאפס
אינטערעסאנט
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 7:58 pm
דורך נשמה
ווען איינער ווערט נפטר ווערן אשכול'ס פארמאכט. מכה אשר לא כתובה בתורה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2015 10:11 pm
דורך לוי יצחק
נשמה האט געשריבן:ווען איינער ווערט נפטר ווערן אשכול'ס פארמאכט. מכה אשר לא כתובה בתורה.
דאס איז די תשובה פון די מנהלים און אחראים..
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 12:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
מיסטעריעז האט געשריבן:אויך נישט אלעמאל.
פריער עס געהאט
דא.
לכתחילה האט נעכטן געעפנט יענע אשכול מיט א טוץ לינקס צו תגובות וואס זאלן ווערן אהין אריינגעפירט, היינט איז דארט געווען א פרישע תגובה (שוין פארמעקט) אבער ווען איך האב געקליקט צו זעהן די נייע הודעות בין איך אנגעקומען צום נייע תגובה נישט צו די אריבערגעפירטע.
א מנהל האט מיר געענטפערט אין אישי אז ער ווייסט אויך נישט ווען יא און ווען נישט, און אז ער ווייסט נישט צו מען קען דאס וויסן (איך גלייב אז יא).
כ'ווייס נישט וואס די ענטפער איז אין אלגעמיין, אבער פון די אשכול וואס ודו האסט צוגעצייכענט ברענג נישט קיין ראיה, ווייל דארט איז עפעס פארדרייט אין די קישקעס, און מען ווייסט נאך נישט וואס.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 12:52 pm
דורך מאנ-יימער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:אויך נישט אלעמאל.
פריער עס געהאט
דא.
לכתחילה האט נעכטן געעפנט יענע אשכול מיט א טוץ לינקס צו תגובות וואס זאלן ווערן אהין אריינגעפירט, היינט איז דארט געווען א פרישע תגובה (שוין פארמעקט) אבער ווען איך האב געקליקט צו זעהן די נייע הודעות בין איך אנגעקומען צום נייע תגובה נישט צו די אריבערגעפירטע.
א מנהל האט מיר געענטפערט אין אישי אז ער ווייסט אויך נישט ווען יא און ווען נישט, און אז ער ווייסט נישט צו מען קען דאס וויסן (איך גלייב אז יא).
כ'ווייס נישט וואס די ענטפער איז אין אלגעמיין, אבער פון די אשכול וואס ודו האסט צוגעצייכענט ברענג נישט קיין ראיה, ווייל דארט איז עפעס פארדרייט אין די קישקעס, און מען ווייסט נאך נישט וואס.
דער דאקטאר ווייסט אויך נישט פשט פון די פארדרייטע קישקעס.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 1:01 pm
דורך שנאפס
ביי וועלכע דאקטאר איז דער אחראי געווען?
שאלה צי די מנהלים און אחראים
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 1:47 pm
דורך שמאטע
איז מעגליך מיר צו שיקן אין אימעיל (אדער אישי...) די אינהאלט פון א אשכול איידער ס'ווערט פארמעקט?
למצוה גדולה יחשב...
ועזבאה"ח יום ד' לסדר ואם לא תשיג ידה די say.
שמאטע בלאמו"ר וואטעווער
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 2:09 pm
דורך נשמה
שמאטע האט געשריבן:איז מעגליך מיר צו שיקן אין אימעיל (אדער אישי...) די אינהאלט פון א אשכול איידער ס'ווערט פארמעקט?
למצוה גדולה יחשב...
ועזבאה"ח יום ד' לסדר ואם לא תשיג ידה די say.
שמאטע בלאמו"ר וואטעווער
וואטעווער
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2015 3:25 pm
דורך זאכליך
ווען די באקומסט עס פארווערד עס צו מיר...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 7:27 pm
דורך לייב ירק
איך מיין אז עס צייט צוריק צי עפענען די אשכול פון מנשה רייזמאן די heat איז דורך פארוואס איז ער פארשפארט צו וועם דארף מען רעדן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:00 pm
דורך שנאפס
דאכט זיך אז אויף אייוועלט האט מען קיינמאל נישט געלאזט רעדן פון לעבעדיגע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:07 pm
דורך שמאטע
לייג א שלאס אויף רוב אשכולות אין היכל הנגינה...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 3:33 pm
דורך סמארט גאי
א גוטן,
איך האב לעצטענס געעפענט א אשכול וואס איז פארשניטען געווארן אין גאר יונגן עלטער,
איך וואלט אפרישיעטעד א הסבר,
און איך וואלט מציע געווען צו עפענען א באזונדערן אשכול ווי די אחראים זאלן שרייבן א הסבר יעדע מאל מ'טוט אזאנס,
בתודה למפרע,
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2015 3:43 pm
דורך למעלה משבעים
זע סעיף ג' אין תקנות המקום.
גראדע שוין דא אזא אשכול [הגם איינער וואס ליינט תקנות המקום פארשטייט אליין די סיבה].
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:40 pm
דורך שלך לחמך
ווען מאכט מען אפ יא צי מעקען און ווען נישט?
למשל פארוואס האט מען געלאזט
די אשכול?
און אויף
די אשכול האב איך אן אינטערסאנטע פראגע,
מוחה זיין איז אסור לפי תקנת המקום, לדעתי פאסט נישט די מודעה און איי וועלט, אבער איך פארשטיי פארוואס מען מעקט עס נישט, אבער וואס איז פשט פון לאזן די מוחאה? ממה נפשך איז עס א פראבלעם פארוויש די גאנצע מעשה איז עס נישט פארוויש די מוחאה.
מיין קשיא איז נאר, ווייל איך גלייך אייוועלט און איך וויל נישט עס זאל אינטערגיין
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 4:09 pm
דורך מיסטעריעז
איז דא ערגעץ אין די שטאטוטען א חילוק פון דיזע אשכול
viewtopic.php?f=21&t=26783 (און נאך אין פארברענגען) מיט אמאליגע פארברענגען אשכולות, אדער איינער פון די מנהלים איז נאך מיד פון תיקון ליל שבועות?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 5:08 pm
דורך מאנ-יימער
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 5:32 pm
דורך שמאטע
כ'בין מיט יימר אויף איין מיינונג.
(אקעי יימר, קענסט שוין אראפגיין פון די מיינונג... ס'ווערט שוין צע-פושט...)
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 5:33 pm
דורך צייטליך
שמאטע האט געשריבן:כ'בין מיט יימר אויף איין מיינונג.
(אקעי יימר, קענסט שוין אראפגיין פון די מיינונג... ס'ווערט שוין צע-פושט...)
גאנץ א קנאפער פראבלעם פאר יימר'ן, נאכדעם וואס מ'האמיר זיך די לעצטע 2-3 טאג אינאיינעם אסאך ערגער געפושט..
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 5:37 pm
דורך מיסטעריעז
א דאנק פאר די הנהלה פארן העכערן די ניווא פונעם קרעטשמע...