בלאט 6 פון 9

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 1:54 pm
דורך farshlufen
שכל, וואו זענט איר ווען מ'ברויך אייך?

----

איר דענקט אז ביי נומער איינס האט מען נישט געמעקט?

אויף נומער צוויי ביטע וואו? זייט אזוי גוט און דווח'ט עס אסא"פף די הנהלה וועט אייך מכיר טובה זיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 1:58 pm
דורך שכל הישר
ווערט געברענגט בשם צדיקים אז א זאך (עבירה) וואס ווערט געטוהן ברבים מעג ווערן אויסגעשמועסט ברבים

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 2:01 pm
דורך עין טובה
מיין ענטפער וואס איך האב דיר געשיקט אין אישי מיין איך אז ס'ברענגט גענוג גוט ארויס די נושא.
ליין עס דורך, און נאכדעם קום צוריק דא.

אגב, איך האב פארגעסן אפאר נקודות, אויב דו וועסט נאך האבן טענות נאכדעם וועל איך דיר עס מסביר זיין.
זיי געזונט שכל.
מאת ידידך, עין.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 2:06 pm
דורך שכל הישר
גערעכטער האט געשריבן:שכל, ביטע שרייב דיינע 'טיפזיניגע' טענות און אישי, ס'מאכט די לופט סתם אנגעצויגן.. וד''ל
ועוד, על פי תקנת המקום טאר מען נישט אטאקירן די מנהלים ברבים..
ישר כח.


די אשכול איז א פריוואטע אשכול און איז געמאכט נאר פאר די מנהלים מיט ניקים וואס האבן הערות און קאמעטארן
סתם ניקים ווערן געבעטן ניט אריינצוקומען דא
--
טיך ווייס אויך אז מדארף האבן הכרת הטוב פאר די חשובע איבערגעגעבענע מנהלים וואס געבן זיך אפ יומם ולילה שלא ע"מ לקבל פרס בעולם הזה
אבער.. עס העט באלד אויסקוקען וואו די קעכער וואס איז געגאנגען באנקראט נאכדעם וואס יעדער האט אים שטענדיג געזאגט וואו גוט זיין נישט גיטע עסן איז געווען
לענינינו, איך האב שווער געארבעט אויף יענע ארטיקעל און די מנהלים האבן געקענט ווען פארשפארן אויף צייטווייליג יענער אשכול און מיר אויפמערקזאם מאכן וואו א נארמאלע מענטש וואס איך זאל שניידן אויב לעניות דתם דארף מען שניידן.
סתם באגראבן יענעמס הארעוואניע איז אום יושר און איך פיל אז מ'האט מיך פערזענליך בעוולט.
-
פאר די וואס פרעגן פארוואס איך שרייב נישט אין אישי- די תירוץ איז אז כהאב פרובירט ואין קול ואין עונה

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 2:10 pm
דורך למעלה משבעים
שכל הישר האט געשריבן:סליחה אבער איך האלט אז כהאב באמת גארנישט שלעכט געשריבען און סאיז נישט ערגער וואו רוב אשכולות דא אינעם וועלטעל
עס ווייסט נאכאמאל ארויס אז ווען עס קומט צו געוויסע נושאים פאלט אוועק אלע תקנות המקום
1.
נעמט לדוגמה די וואלן פארמעסט צווישן הייקינד און קאלער וואס האט זיך געצויגן אויף א שמיציגע מהלך און איז ברייט באריכטעט געווארן דא אינעם וועלטעל. איצט טראכט א מינוט צו ווען אין מונרו וואלט געווען אזא פארמעסט מיט 2 חסידישע אינגעלייט וואלטן ענק אזוינס צוגעלאזט?!

2. אין א"י איז די זעלבע וואו מ'דעקט אפעציעל די ליטווישע מחלוקת אן קיין אפשטעל משא"כ היגע פאליטיק איז אסור.

ביי אינזער פאל מיט קול מבשר זענט עטס געגאנגען מיטן קאפ אין וואנט און געמעקט "פארגארנישט".
בעסער געזאגט ענק האבן געמעקט ווייל ענק האלטן פונקט וואו קול מבשר.
און דעריבער בין איך ברוגז. פארוואס פארשטייט עטס נישט אז עס מעג זיין 2 צדדים אין א דעבאטע אויף א געוויסע נושא??
כהאב עס געשריבען געניג איידעל און באופן מכובד, ס"ה איז דא 2 צדדים אויף יענער נושא, וממיילא??

א חידוש פון א מעשה, ווייזט נאכאמאל ארויס? כ'פראביר צו טראכטן צו דאס איז א פרישע ניק פון פארגאנגענעם יולי, צו גאר עפעס אנדערש...

איך זע נישט דא קיין פרישע טענות, איר האט סך הכל פראבירט ברענגן פרישע משלים ווי עס איז נאכאלץ גילטיג די אויבנדערמאנטע ווערטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 2:11 pm
דורך למעלה משבעים
שכל הישר האט געשריבן:פאר די וואס פרעגן פארוואס איך שרייב נישט אין אישי- די תירוץ איז אז כהאב פרובירט ואין קול ואין עונה

איר ערווארט א סעקונדע נאכן דריקן שיק עס זאלט איר באקומען א ענטפער?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 2:13 pm
דורך שלום אויש
שכל איך קום פון ווי די קימסט, וועלקאם טו אייוועלט, איך מיין אז די עצה וועט זיין צו אנהויבן מיט א הסכמה פראגראם אז יעדער ארטיקל וועט אויטאמאטיש דורכפארן א מנהל וואס וועט עס באשטעטיגן און וועט באקומען א הכשר...
פארלוירן דעם ארטיקל האסטו נישט, ברוך השם מען האנדלט נישט פון קיין גנבים, מען רעדט פון געטרייע מענטשן וואס טוען דעם ארבעט מיט איבערגעגעבנקייט און וועסט צוריקבאקימען דיין ארטיקל אין אישי.
ביזט גערעכט מיט אלע פוינט'ס ביזדערווייל, איך פארשטיי נישט אויב איז דאס א אשכול צו פרעגן מנהלים און אחראים וואס באדייט דאס אז ער זאל נישט מעגן ווייטאגן ווען עפעס שטערט אים?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 2:18 pm
דורך למעלה משבעים
ביטע זיך נישט קריגן, אז איר פילט איר דארפט איינעם מעורר זיין ביטע זייט מעורר אויף אן איידעלן וועג אין אישי.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 2:24 pm
דורך לכאורה
שכל הישר האט געשריבן:לענינינו, איך האב שווער געארבעט אויף יענע ארטיקעל און די מנהלים האבן געקענט ווען פארשפארן אויף צייטווייליג יענער אשכול און מיר אויפמערקזאם מאכן וואו א נארמאלע מענטש וואס איך זאל שניידן אויב לעניות דתם דארף מען שניידן.
סתם באגראבן יענעמס הארעוואניע איז אום יושר און איך פיל אז מ'האט מיך פערזענליך בעוולט.

א. אויב איר האט שווער געארבעט אויפן ארטיקל און איר ווילט א קאפי דערפון, וועלן דאס די מנהלים סיי ווען ארויסגעבן, איך ווייס פון אסאך פעלער וואס מען האט אריינגעשיקט אין אישי דעם גאנצן טעקסט, כדי מען זאל זיך נישט האבן געפלאגט אומזינסט.
ב. איך בין זייער היימיש מיטן בעל הבית פון קול מבשר, און איך ווייס פאר א פאקט אז ער האט אפגעליינט אייער תגובה און וועט פרובירן מאכן שינויים לויט אייערע פראגעס.

אלזא, איר האט אייך נישט געפלאגט אומזינסט!

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 2:36 pm
דורך שמעק_טאביק
איך האב היינט געשריבן א קורצע פשוט'ע שאלה אן קיין חשש מחלוקת אדער קאנטרעווארסיע אין מוהרא"ש אשכול און עס איז געווארן פארמעקט ולא נודע כי באה אל קרבינה.
עני הסבר?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 2:41 pm
דורך שכל הישר
לכאורה האט געשריבן:
שכל הישר האט געשריבן:לענינינו, איך האב שווער געארבעט אויף יענע ארטיקעל און די מנהלים האבן געקענט ווען פארשפארן אויף צייטווייליג יענער אשכול און מיר אויפמערקזאם מאכן וואו א נארמאלע מענטש וואס איך זאל שניידן אויב לעניות דתם דארף מען שניידן.
סתם באגראבן יענעמס הארעוואניע איז אום יושר און איך פיל אז מ'האט מיך פערזענליך בעוולט.

א. אויב איר האט שווער געארבעט אויפן ארטיקל און איר ווילט א קאפי דערפון, וועלן דאס די מנהלים סיי ווען ארויסגעבן, איך ווייס פון אסאך פעלער וואס מען האט אריינגעשיקט אין אישי דעם גאנצן טעקסט, כדי מען זאל זיך נישט האבן געפלאגט אומזינסט.
ב. איך בין זייער היימיש מיטן בעל הבית פון קול מבשר, און איך ווייס פאר א פאקט אז ער האט אפגעליינט אייער תגובה און וועט פרובירן מאכן שינויים לויט אייערע פראגעס.

אלזא, איר האט אייך נישט געפלאגט אומזינסט!


פארשטיי איך שוין.
קול מבשר האט עס געליינט און האט באלד געדריקט די "באריכט" קנעפל...
שוין איצט העט די "בלאט" און "מאמענט" באריכטען זייערע אשכולןת און אזוי וועט מען פארמעכן יעדעמס מויל. בעסער געזאגט צונעמען יעדעמס פעדער..

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 2:50 pm
דורך לכאורה
קול מבשר האט עס נישט באריכטעט, זינט ער איז נישט איינגעשריבן דאהי.

די אנדערע שורה האב איך נישט פארשטאנען.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 3:10 pm
דורך געלעגער
שכל הישר האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:שכל, ביטע שרייב דיינע 'טיפזיניגע' טענות און אישי, ס'מאכט די לופט סתם אנגעצויגן.. וד''ל
ועוד, על פי תקנת המקום טאר מען נישט אטאקירן די מנהלים ברבים..
ישר כח.

-
פאר די וואס פרעגן פארוואס איך שרייב נישט אין אישי- די תירוץ איז אז כהאב פרובירט ואין קול ואין עונה


זאל איך ארויפלייגן די טיימליין פון דיינע אישית? פון וועם מאכסטו חוזק דא?
איך האב דיר געשריבן א ריזענעבל סיבה פארן מעקן אז דו דיסעגריעסט קענסטו ריפלייען צו יענע אישי.

און צו די אנדערע ניקים, מיר דארפן א-דערווייל נישט קיין הילף. ביטע נישט אטאקירן פערזענליך

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 3:12 pm
דורך להודיע
צווייפעל האט געשריבן:שמאטע, נאך איין חילוק האסטו פארגעסן פון אמאל איי וועלט ביז היינט.

ווען איי וועלט האט זיך געעפנט, איז אינטערנעט נאך געווען אזאך וואס די רבנים האבן נישט געוויסט וואס דאס איז, ווער סהאט געוואלט, האט געהאט JNET, און ווער נישט... סא דער עולם האט עמטליך אלעס מיטגעהאלטן אין די מידיא... דער אלגעמיינער אינטערנעט ציבור איז געפאלן אינעם תהום פון הייד פארק און אפענע אינטערנעט... סא דא זענען געווען בלויז אפאר פריילאכע אידן... נעבעכס...

ווי אויך איז די עיקר אידישע טעמע געווען די מחלוקה אין סאטמאר, הופססססססס בשכמל"ו... טעגלאש... די געפילן זענען געווען אנגעצויגן, סא מהאט נישט געקענט פארברענגען אינאיינעם נאר דורכן זיך נאריש מאכן... יעדע טעמע כמעט האט אהין געפירט...

היינט צוטאגס, איז אינטערנעט א אפיציעלע חלק פונעם היימישן עולם, אפענע אינטערנעט ווערט באקעפמט מיטן בייזטן, איי וועלט איז געווארן די אפיציעלע סייט וואס אלע פילטערס לאזן אריבער, כמיין... מקען נישט האבן די איינציגע כשר'ע סייט סזאל זיין ווי די אמאליגע איי וועלט...

מקען זען, פיל מאל פראבירן נייע ניקס נאכצושרייבן די אלטע איי וועלט, סהאט יענע פנים...

נאך א פוינט, די אלטע איי וועלט שפראך איז נאר לאכעדיג ווען סאיז אמאל אמאל, אויב ווערט דאס די סטאנדארט, ווערט דאס אויס פאני, סווערט בלויז עפעס א נארמאלע פארדרייטע וועג פון שרייבן.

זעסט דאך אז כמעט רוב אלטע ניקס האבן אויפגעהערט צו שרייבן אזוי בקביעות, חוץ אמאל אמאל.


ריכטיגע אמת'ע דיבורים וואס סאיז גוט צו געדענקן ווען די אלטע חברה וועקן זיך אויף מיט בייזע געשרייען.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 09, 2015 3:15 pm
דורך געלעגער
שמעק_טאביק האט געשריבן:איך האב היינט געשריבן א קורצע פשוט'ע שאלה אן קיין חשש מחלוקת אדער קאנטרעווארסיע אין מוהרא"ש אשכול און עס איז געווארן פארמעקט ולא נודע כי באה אל קרבינה.
עני הסבר?

טאקע נישט שלעכט געווען נאר פשוט מיטגעפלויגן מיט א טוץ אנדערע תגובות.. אבער די ענטפער אויף די פראגע וואלט געקענט פארן ווייט..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 9:31 am
דורך שמאטע

להודיע האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:שמאטע, נאך איין חילוק האסטו פארגעסן פון אמאל איי וועלט ביז היינט.

ווען איי וועלט האט זיך געעפנט, איז אינטערנעט נאך געווען אזאך וואס די רבנים האבן נישט געוויסט וואס דאס איז, ווער סהאט געוואלט, האט געהאט JNET, און ווער נישט... סא דער עולם האט עמטליך אלעס מיטגעהאלטן אין די מידיא... דער אלגעמיינער אינטערנעט ציבור איז געפאלן אינעם תהום פון הייד פארק און אפענע אינטערנעט... סא דא זענען געווען בלויז אפאר פריילאכע אידן... נעבעכס...

ווי אויך איז די עיקר אידישע טעמע געווען די מחלוקה אין סאטמאר, הופססססססס בשכמל"ו... טעגלאש... די געפילן זענען געווען אנגעצויגן, סא מהאט נישט געקענט פארברענגען אינאיינעם נאר דורכן זיך נאריש מאכן... יעדע טעמע כמעט האט אהין געפירט...

היינט צוטאגס, איז אינטערנעט א אפיציעלע חלק פונעם היימישן עולם, אפענע אינטערנעט ווערט באקעפמט מיטן בייזטן, איי וועלט איז געווארן די אפיציעלע סייט וואס אלע פילטערס לאזן אריבער, כמיין... מקען נישט האבן די איינציגע כשר'ע סייט סזאל זיין ווי די אמאליגע איי וועלט... 

 מקען זען, פיל מאל פראבירן נייע ניקס נאכצושרייבן די אלטע איי וועלט, סהאט יענע פנים...

נאך א פוינט, די אלטע איי וועלט שפראך איז נאר לאכעדיג ווען סאיז אמאל אמאל, אויב ווערט דאס די סטאנדארט, ווערט דאס אויס פאני, סווערט בלויז עפעס א נארמאלע פארדרייטע וועג פון שרייבן.

זעסט דאך אז כמעט רוב אלטע ניקס האבן אויפגעהערט צו שרייבן אזוי בקביעות, חוץ אמאל אמאל.


ריכטיגע אמת'ע דיבורים וואס סאיז גוט צו געדענקן ווען די אלטע חברה וועקן זיך אויף מיט בייזע געשרייען.


א גוטן ליבע פריינט. 

ווי עס שיינט מיר האט מען בטעות אויסגעטייטשט מיינע ווערטער אז די 'סגנון הלשון' פון די אלטע שרייבער איז אויף וואס איך באציה מיך. 

איך וויל אבער קלארשטעלן אז דאס איז בכלל נישט געווען מיין נקודה. 
ס'דאכט זיך מיר ווי מען האט בטעות פארזעהן מיין נקודה (מעגליך אז איך האב עס נישט גענוג ארויסגעברענגט צי וואס).  אלענספאל, מיין עיקר נקודה איז, אז אמאל (על פי רוב! כאפ מיך נישט אויפ'ן ווארט (: ) ווען א שרייבער האט זיך אריינגעסיינט צי שרייבען א תגובה אויף אייוועלט, אדער עפענען א אשכול, איז עס געווען מיט די סוב קאנטשעס מטרה צי הנאה האבן פון זיך (דורך זיך אויסגעבען ווי ס'דארף צי זיין! זיך אויסבלאזן פון די אנגעצויגנקייט), און געבען הנאה פאר אנדערע דורכ'ן משמח זיין אנדערע. ‏

אודאי איז געווען ערענסטע נושאים וואס מ'האט אדורכגעטוען בטוב טעם ודעת. און אודאי איז דארט אויך געווען אפאר היץ קעפ וואס מ'האט געברויכט מעקן...  אבער די גענעראלע לופט אויף אייוועלט איז געווען "ברידערליך", "פריינטליך", "ציגעלאזן". 

צייטן האבן זיך געביטען. אייוועלט איז געוואקסען ווי אויף הייווען (נמביגד"פ) ב"ה פארדעם!  

מיט די ציגעקומענע מעמבערס איז אויך מיטגעקומען א פארלאנג צי ארויסבויען די קאך פונעם קרעטשמע... וכמאמר החכם "אז איר קענט נישט פארנעמען די גרוך,‏ לייגט אריין א וואטע אין די נאז!". עניוועי, ס'פארשטייט יעדער אז די 'נושאים' האבן זיך געביטען פון די נושאים פון 5 יאר צוריק. ס'איז היינט דא אנדערע טעמעס וואס פאראינטערסירן די פאראינטערסירטע. 
אזוי אויך איז דא מער "לייוו סטאק" וואס האבן א מיינונג אין יעדע נושא.
ס'איז דא מער מיילער וואס קייען איבער א נושא.
ס'איז דא מער קיבארדס וואס קיבארדען (#קאפירייט) א נושא.

אבער, ווי לויטעט די משנה אין אבות: "מרבה נכסים מרבה דאגה"... (נאר א ווערטעל, פארשטייצעך (פאר ווער ס'פארשטייט)). ‏

הכלל, קיינער פארלאנגט נישט אז מ'זאל היינט שרייבען מיט די זעלבע "לשון" ווי אמאל. 

די גאנצע זאך איז נאר אז מ'זאל צוריקברענגען די "ברידערליכע אטמאספער" אין אונזער וועלט!

לאמיר אויסרופן הויעך:
#"מי לאייוועלט ‏ I LIE" !!!!

לאמיר אנהייבען רעספעקטירען יענעם. סיי זיין עצם מהות, און סיי זיין געשריבענע מהות!  אז יענער שרייבט אנדערש ווי איר האט געמיינט -ביז היינט - אז א 'נארמאלע מענטש' קען שרייבען, זאלט איר אדער ווארטן ביז איינער שרייבט יא צו די זאך און ווייטער שמועסן מיט יענעם, אדער קענט איר פשוט איגנארירען דעם וועם איר האלט אז ס'איז נישט אויף אייער לעוועל.
דאס ציקלעבען שפעט נעמען, און אנרופען חברים מיט שמות בזוי איז איינע פון די הויפט פאקטארן צום "דערווייטערונגס געפיל" וואס ס'קען ווערן פארשפרייט אויף אייוועלט. 

ביטע טראכטען פאר איר שרייבט א תגובה "צי גיי איך איינעם וויי טוהן מיט מיין תגובה?", אויב איז דא א צד אז 'יא' דאן ביטע! ביטע! ניצט די #כח המעצר, האלט אייך איין פון ענטפערן! (עלי ועל צוארי אז קיינער גייט אייך נישט אראפבייסען די נאז און עס פארטוישען מיט א קארטאפל!!).

אויב האלט איר אז איינער האט אייך דירעקט בא'עול'ט, דאן קענט איר אים שיקן א 'אישי' און אויסקלארן די צעמישעניש. 
אבער ביטע שיין "נישט ברבים"!
ס'האט קיינער הנאה פון א ברבים'דיגע ווערטער שטעכעריי!! קיינער קיינער! ס'ברענגט נישט קיין כבוד און ניצען פאר קיינע פון די שטעכערישע צדדים, נישט בזה און נישט בבא. 


טענקס טייערע חברים פארן מיך לאזן אויסדריקען דאס וואס דריקט מיר. איר זענט אלע העפליך געלאדענט צי נעמען אנטייל ביים קעניג אחאשוויירויש ‏ אין פאלאץ לויט די פערדישע סטייל. 
ביטע ברענגט מיט אייערע קאלאטשען. 

‏געדענקט, היזהרו בכבוד חברים.

הצלחה רבה, מאכצא לעבן, מיט אבאנטש געלט.

_____________‏
החותם בשתי שערות וDEMO עיני. ליבי ליבי על חחחחחליהם. My eye, my eye על חחחחליהם!

האצמער און זייטסמיר ליבע חברים כל אחד בשמו ובניקו יבורך.‏

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:21 am
דורך לכאורה
איך ווייס נישט פארוואס - עכט יא אבער וועם גייט עס אן - אבער דער שמאטע דערמאנט מיך כסדר פון "אלטע בחור'ל"

#ווי נעמט מען די שפראך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 10:22 am
דורך מי חכם
סתם נייגעריג פארוואס מען האט געמעקט א תגובה מיינע (א קליינטשיגע; איך באוויין נישט די ארבעט וואס כ'האב אריינגעלייגט) וואס דער בעש"ט האט געזאגט אויף בתי מדרשים פון מתנגדים.

איך קען הערן די הנהלה זאל זאגן אז די מחלוקה פון חסידים / מתנגדים איז פאליטיק, און עס שטרענגט אן די לופט, איך בין נאר נייגעריג צי דאס איז טאקע די פאליסי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 7:47 pm
דורך געלעגער
פרעגסט באמת? נע..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 7:53 pm
דורך בוידעם
שמע-טע בני מיסr אvך!
אזא שיינע מוסר פארציע פון שמאטע.

נ.ב. נישט פארגעסן צו לייגן לעיבל'ס אויף די קאלאשן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 12, 2015 9:12 pm
דורך חיים צבי
האסטעך דערמאנט? ביינונז ליגט שוין די קאלאשן אין בוידעם

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 12:44 pm
דורך יאנקעלע קליגער
וויאזוי ווערט עטס נישט נמאס פון אזויפיל פלאנדזשען די טוילעטס און אויפווישען די אנגעבראכענע פלארס?
און טייל מאל נאך באקומען א פסק פונעם יעניגען? ס'האט דאך א שיעור וויפיל א בשר ודם קען ארבעטען ע"מ לקבל פראסק?!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 1:12 pm
דורך סמארט גאי
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:וויאזוי ווערט עטס נישט נמאס פון אזויפיל פלאנדזשען די טוילעטס און אויפווישען די אנגעבראכענע פלארס?
און טייל מאל נאך באקומען א פסק פונעם יעניגען? ס'האט דאך א שיעור וויפיל א בשר ודם קען ארבעטען ע"מ לקבל פראסק?!

וואס פאר איינעם איז אויפשטאפן א טוילעט איז פארן צווייטן צונעמען א סטעיק ווען ער האט קוים אריינגעכאפט איין ביס,

אפילו איך בין נישט הונדערט פראצענט מסכים מיט די פראטאקאל וואס די מעקערס נוצן צו באשלוסען איזה תגובה יחיה ואיזה ימות, בינעך זיי נאכאלץ מכיר טובה פארן האלטן די זאך מער ווייניגער אין דער ארדענונג,

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 9:42 pm
דורך מי חכם
געלעגער האט געשריבן:פרעגסט באמת? נע..


יא

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 3:22 pm
דורך זאכליך
שאלה כב (איך ווייס שוין נישט ווי מ'האלט)...

וואס איז די criteria וואס די מנהלים ניצן צו באשליסן אויב מ'זאל מאכן א נייע סוב פארום? איז דא עפעס וואס אונז קליינע שרייבער קענען טוהן צו מכריע זיין?