שאלות פאר די מנהלים און אחראים

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
עין טובה
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:50 pm

זעה דא

אין קורצן, ס'דארף זיין גענוג אשכולות וואס מ'זאל תיכף קענען אריינלייגן אהין.

אגב, וואסערע פארום ווילסטו זעהן דא?
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט
תשח"ח פאר קיקיון פארן צושטעלן דעם חתימה.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג פאברואר 17, 2015 7:17 pm

יא, בעטן! אזוי איז די פאעזיע פארום אפירגעקומען

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג פאברואר 17, 2015 8:01 pm

געלעגער האט געשריבן:יא, בעטן! אזוי איז די פאעזיע פארום אפירגעקומען

מעג מען בעטען אז מ'זאל עס שוין ביטע צוריק לייגען כקדם, היות קיינער טרעט נישט אריין אהין, והאמת אגיד כ'האב געהאט אפאר רעיונות פאר גראמטיקלעך, אבער איך וויל עס נישט לייגען אין א פלאץ ווי מ'קוקט נישט דערויף.
#נישט קיין טענה חלילה,נאר א בקשה.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג פאברואר 17, 2015 8:26 pm

מ'האט שוין גערעדט דערפון אפאר מאל. דאס צו מ'טרעט יא אדער נישט אריין קענסטו נאר פראווען אויב דו ווייסט פון וואו דער עולם קומט אריין צו אייוועלט אויב קומט מען דורך די הויפט פארום'ס בלאט דאן קען זיין ביסט גערעכט און דו דארפסט עס נאך אויפווייזן. אויב קומט מען אריין דורך אקטיווע אשכולות לינק דאן זעט מען נישט קיין חילוק און ס'האט נישט מיט דעם.

וואס קען אויפדערווייל טון איז, לאזן א פאעזיע ארטיקל אין 'היימישע קרעטשמע' און נאך א וואך עס דארט אריינשטעלן

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5553
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג פאברואר 17, 2015 8:44 pm

מיין פערזענליכע מיינונג (ניין! קיינער האט מיר נישט געפרעגט!).

הוצאת ספרים איז א הערליכע זאך און איך האב שטארק אינטערעסע דערין, עס איז טאקע א מערכה ספרותית אבער נישט יעדע אפדעיט וואס עס גייט דורך דארף רויט מאכן על פליטת בית סופריהם.

פאעזיע פארמעסט איז געווען א הערליכע זאך און איך האב געהאט אביסל אינטערעסע דערין, אבער נישט יעדע אפדעיט וואס עס גייט דורך דארף רויט מאכן היימישע קרעטשמע.
א פאעזיע קומט טאקע אין היימישע קרעטשמע, אבער ווען עס איז געמאכט פאר די פארמעסט, נישט.

דערפאר שלאג איך פאר אז מ'זאל מאכן א עקסטערע פארום "איי-וועלט פראיעקטן" וואס דאס זאל כולל זיין אין זיך אלע פראיעקטן וואס איי-וועלט מאכט.
וה' הטוב יכפר...
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
עין טובה
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג פאברואר 17, 2015 8:51 pm

געוואלדיגע רעיון!
אבער פאעזיע איז נישט קיין 'פראיעקט', לדעתי. אפשר קען מען טאקע מאכן אן עקסטערע פארום פאר פראיעקטן, אבער פאעזיע איז נישט קיין חלק פון דעם!

נב קיינער האט מיר נישט געפרעגט, איך זאג נאר מיין מיינונג...
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט
תשח"ח פאר קיקיון פארן צושטעלן דעם חתימה.

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דינסטאג פאברואר 17, 2015 9:23 pm

גוט צו וויסן אז אייוועלט איז אריבער אפאר תקופות.
פאר א יאר צוריק האבעך מיך אנגעשטויסן אין א תגובה, וואס זאל איך ענק זאגן, ס'געווען "לויטער" דור המבול. (פארשטייט זיך היינט איז עס שוין נישט דא).
אבער איך מיין אז בלא"ה איז דא צו טרעפן דא אלטע תגובות (אומגעמעקט) וואס וואלטן היינטיגע צייטן ארויסגעשטויסן געווארן בשן ועין.

מנהלים! חזקו ואמצו!

בד"וו איך וואלט שטארק געוואלט ליינען אן אונטערוויו מיט למעלה משבעים, קען איינער דאס אפשר אנהייבן?
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג פאברואר 17, 2015 9:27 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:מיין פערזענליכע מיינונג (ניין! קיינער האט מיר נישט געפרעגט!).

הוצאת ספרים איז א הערליכע זאך און איך האב שטארק אינטערעסע דערין, עס איז טאקע א מערכה ספרותית אבער נישט יעדע אפדעיט וואס עס גייט דורך דארף רויט מאכן על פליטת בית סופריהם.

פאעזיע פארמעסט איז געווען א הערליכע זאך און איך האב געהאט אביסל אינטערעסע דערין, אבער נישט יעדע אפדעיט וואס עס גייט דורך דארף רויט מאכן היימישע קרעטשמע.
א פאעזיע קומט טאקע אין היימישע קרעטשמע, אבער ווען עס איז געמאכט פאר די פארמעסט, נישט.

דערפאר שלאג איך פאר אז מ'זאל מאכן א עקסטערע פארום "איי-וועלט פראיעקטן" וואס דאס זאל כולל זיין אין זיך אלע פראיעקטן וואס איי-וועלט מאכט.
וה' הטוב יכפר...

טאקע א גוטע פלאן.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » דינסטאג פאברואר 17, 2015 9:29 pm

איז קרעמער (געווען) די סאמע גרעסטע בעה"ב דא?
זענען קרעטשמער און ארענדער די זעלבע מענטש?
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7000
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג פאברואר 17, 2015 9:37 pm

חסידישער יוד האט געשריבן:איז קרעמער (געווען) די סאמע גרעסטע בעה"ב דא?
זענען קרעטשמער און ארענדער די זעלבע מענטש?

ארענדער איז דער סאמע בעל הבית, אין אלט-שטאט [היימישע קרעטשמע אויף היידפארק] איז קרעמער געווען דער בעה"ב.
ארענדער איז איין מענטש און ער איז דער סייט אונער.
קרעטשמער איז א ניק וואס ווערט גענוצט דורך עטליכע מנהלים.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מיטוואך פאברואר 18, 2015 4:02 pm

גיימיר רעדן שטיל, ווייל איך וויל נישט שרייען
פארוואס לעבן נאך די צוויי אשכולות? איז דעס געמאכט צי האלטען ביזי די מנהלים / וואלאנטירן ?


נושא: פראקטישע עצה קעגן אומגעוואונטשענע טעלעפאן קאלס

נושא: אפענע שטאטישע אינפארמאציע

אוועטאר
עין טובה
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מיטוואך פאברואר 18, 2015 4:20 pm

מיר וואונדערט אויף אן אנדערע אשכול פארוואס מ'האלט דארט אין איין מעקן און צוריק ברענגן
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט
תשח"ח פאר קיקיון פארן צושטעלן דעם חתימה.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מיטוואך פאברואר 18, 2015 4:23 pm

מנהלים אחראים, שמעקט אייך ווען א נישט מנהל אחראי ענטפערט?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך פאברואר 18, 2015 5:37 pm

חלילה. ענטפער אבער וואס מ'דארף.... לול

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך פאברואר 18, 2015 6:25 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:מיין פערזענליכע מיינונג (ניין! קיינער האט מיר נישט געפרעגט!).

הוצאת ספרים איז א הערליכע זאך און איך האב שטארק אינטערעסע דערין, עס איז טאקע א מערכה ספרותית אבער נישט יעדע אפדעיט וואס עס גייט דורך דארף רויט מאכן על פליטת בית סופריהם.

פאעזיע פארמעסט איז געווען א הערליכע זאך און איך האב געהאט אביסל אינטערעסע דערין, אבער נישט יעדע אפדעיט וואס עס גייט דורך דארף רויט מאכן היימישע קרעטשמע.
א פאעזיע קומט טאקע אין היימישע קרעטשמע, אבער ווען עס איז געמאכט פאר די פארמעסט, נישט.

דערפאר שלאג איך פאר אז מ'זאל מאכן א עקסטערע פארום "איי-וועלט פראיעקטן" וואס דאס זאל כולל זיין אין זיך אלע פראיעקטן וואס איי-וועלט מאכט.
וה' הטוב יכפר...

ריכטיגע דיבורים!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מיטוואך פאברואר 18, 2015 6:55 pm

געלעגער האט געשריבן:חלילה. ענטפער אבער וואס מ'דארף.... לול

ממש דאס געוואלט שרייבן...
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » פרייטאג פאברואר 20, 2015 10:53 am

שאלה נומבער איינס (אין אימפארטענסי): צו וואלט נישט געווען פאסיג צו עפענען א ׳ק.נ.א פאליטישע קאך לעפל׳ אשכול? איר זעהט, די ערשטע תגובה אינעם ׳וואשינגטאן אשכול׳ איז איבער א פאקטישע פאסירונג ביים ווייסן הויז, נישט וואשינגטאן פארטייאישע/פאליטישע געפעכטן. פון די אנדערע זייט, זעה דא ווי ׳מצב׳ האט אריינגעשטעלט א פאליטישע נייעס אין די רעגולער טעגליכע נייעס אשכול, אבער ווען ער האט אריינגעשטעלט אן ענליכע נייעס אינעם וואשינגטאן אשכול האט זיך געמאכט א טענה׳ריי איבער ווי עס באלאנגט ענדערש. וואלט ווען געווען אזא כלליות׳דיגער קאך לעפל וואלט קיינער נישט געהאט קיין ספיקות. למשל יעצט טוט זיך איבער א סטעיטמענט וואס דזשוליאני האט געמאכט איבער פרעזידענט אבאמא׳ס פאטריאטישקייט פארן לאנד; אין ׳וואשינגטאן נייעס׳ קומט עס נישט - וואס האט דזשוליאני מיט וואשינגטאן - ווידער עס אריינלייגן אין ׳טעגליכע נייעס׳ נעמט אוועק די פאליטישע אספעקט וואס די נייעס טראגט מיט זיך. אלזא איז די פראגע...אה..כאבעס שוין געשריבן גראד אנהייב. סאו, עטץ האלטס איך האב א שפיץ?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5553
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג פאברואר 20, 2015 11:17 am

דאכט זיך אז א אשכול האט יעדער די מעגליכקייט צו עפענען
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » פרייטאג פאברואר 20, 2015 11:32 am

אמת, אבער איך פארשטאנען אז אזוי ווי די עלטערע דא האבן שוין געהאט דעם פראבלעם און נישט פראבירט אליין מסתם ליגט עפעס טיפיר אין דעם.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג פאברואר 20, 2015 12:53 pm

נו, דערפאר דארף מען דא האבן נישט נאר די עלטערע, די נייע קענען צומאל אויפקומען מיט פרישע און בעסערע געדאנקען און רעיונות...

טראכט נישט
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2015 10:44 am

תגובהדורך טראכט נישט » פרייטאג פאברואר 20, 2015 1:54 pm

מען וואלט ווען געמעגט מאכן פארקערט אז ווען מען זוכט עפעס זאל עס זיין פין אויבן אראפ אנשטאט פין אינטן ארויף דאס מיינט די פרישע נייעס זאל מען זען קוידעם אין נאכדעם די אלטע עס גייט אויף די נערוון איעדע מאל מען וויל זען נייעס דארף מען אראפ גיין ביז אינטן צי זיכן די פרישע נייעס

אוועטאר
עין טובה
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג פאברואר 20, 2015 2:03 pm

די שאלה איז וויאזוי דו קומסט אן צו פרישע נייעס.

נוץ דעם לינק;
search.php?search_id=newposts
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט
תשח"ח פאר קיקיון פארן צושטעלן דעם חתימה.

טראכט נישט
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2015 10:44 am

תגובהדורך טראכט נישט » פרייטאג פאברואר 20, 2015 2:25 pm

למשל ווען איינער מאכט א שמחה זאל מען קענען זען די לעטע שמחה קודם פאר די אלטע

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג פאברואר 20, 2015 2:39 pm

גייט אהער דא ucp.php?i=prefs&mode=view און שטעלט עס אויס לויט אייער באקוועמליכקייט.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג פאברואר 22, 2015 3:55 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:שאלה נומבער איינס (אין אימפארטענסי): צו וואלט נישט געווען פאסיג צו עפענען א ׳ק.נ.א פאליטישע קאך לעפל׳ אשכול? איר זעהט, די ערשטע תגובה אינעם ׳וואשינגטאן אשכול׳ איז איבער א פאקטישע פאסירונג ביים ווייסן הויז, נישט וואשינגטאן פארטייאישע/פאליטישע געפעכטן. פון די אנדערע זייט, זעה דא ווי ׳מצב׳ האט אריינגעשטעלט א פאליטישע נייעס אין די רעגולער טעגליכע נייעס אשכול, אבער ווען ער האט אריינגעשטעלט אן ענליכע נייעס אינעם וואשינגטאן אשכול האט זיך געמאכט א טענה׳ריי איבער ווי עס באלאנגט ענדערש. וואלט ווען געווען אזא כלליות׳דיגער קאך לעפל וואלט קיינער נישט געהאט קיין ספיקות. למשל יעצט טוט זיך איבער א סטעיטמענט וואס דזשוליאני האט געמאכט איבער פרעזידענט אבאמא׳ס פאטריאטישקייט פארן לאנד; אין ׳וואשינגטאן נייעס׳ קומט עס נישט - וואס האט דזשוליאני מיט וואשינגטאן - ווידער עס אריינלייגן אין ׳טעגליכע נייעס׳ נעמט אוועק די פאליטישע אספעקט וואס די נייעס טראגט מיט זיך. אלזא איז די פראגע...אה..כאבעס שוין געשריבן גראד אנהייב. סאו, עטץ האלטס איך האב א שפיץ?


יואב מיין פריינט, עס איז נישט געווען אזוי ווי די מיינסט

איך האב באמת געפענט אן עקסטערע אשכול "פאליטישע נייעס און נאטיצן" טאקע פאר אזאלעכע פאליטישע נייעס וואס עס קומט נישט אין טעגליכע נייעס אבער אויך נישט אין וואשינגטאן נייעס,

למעשה האט עס איינער פון די מנהלים צאמגעשמאלצן מיט די טענה אז עס איז בעסער וואס ווייניגער כלליות'דיגע אשכולות

אבער איך בין ביי די מיינונג אז עס דארף יא זיין אזא אשכול.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google Adsense [Bot], שאן הענרי און 7 געסט