בלאט 1 פון 1

א נקמה אקציע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 5:34 pm
דורך סאכדעס
יא אזוי ווי איר האט אקאורשט געליינט דאס קעפל..

פרעגעסט נישט קיין קשיות, סיז אפילו נישט דא......

וואס איז געשעהן? פרעגן אלע מיט אויפגעהויבענען אויגן-ברעמען, אמער? סאכדעס מיט נקמה? וואסערע שייכות האבן די צוויי מושגים, (כ'רעדט נישט פונ'ם זייגער-מושג, כ'רעדט איידער פונ'ם קוצר המשיג ועומק המושג, פאר ווער ס'ווייסט) סאכדעס מיט נקמה??? אזאנס???

יא יא און ווידעראמאל יא, עס איז שוין איינמאל פארהאן, געט א קוק נאכאמאל אויפ'ן קעפל, (נישט אין קיין שפיגל, נאר דא אויפ'ן סקרין) און קוקט ווער דער מחבר (אפפססס.. שוין ווייטער, נישט ר' יוסף קארו) פונ'ם אשכול איז, וועט זיכייך אריינשפאלטן אין קאפ: יאפס סיז דא אזא מושג (כנ"ל) ווי 'סאכדעס מיט נקמה'.

שרעקט אייך נישט כאזיך נישט משדך געווען מיט גרויזאמער'ן, נאו, דערווייל זיכער נישט, אפילו מיט זיין באלעבוס, האבעך אויך גאנץ קנאפ שייכות, איז אלזא, האט עס זאגאר נישט צוטוהן מיט די פייטינג עריע הכ"מ. נו, נאר וואדען גייט דא פאר.???

העליכייך ערציילן אבער איר מוזט זיך אנגארטלן מיט געדולד, (מאשקע האסט געוואוסט אז געדולד איז א גארטל? ווייל איך נישט) און שטייטליך אויסהערן ס'גאנצע מאנסע, און דערויף זעהן ווער ס'האט רעכט.. כ'מיין עקטשולי האט עס גארנישט צוטוהן מיט ווער עס האט רעכט, כ'מיין נאר צו זאגן, זאלט איר אליינס זעהן און קוקען צו סאכדעס האט מיט נקמה איינגעלייגט, אדער גאר איז עס צוויי באזונדערט ערד-טיילן.

כ'שווער נישט קיין נקמה, מחמת צוויי סיבות, ערשטענס, דער אלטער דאיען האט מיך געלערנט, קענסט אלץ צוזאגן, אבער קיינמאל זאלסטו נישט שווערן, אויף מיין קלאץ קשיא פארוואס? האט ער מיר געזאגט, אויב עס וועט מיר אויסקומען דורכצושווערצן א גרעניץ מיט א פאלשן פאס, און מ'וועט מיך הייסן שווערן אז איך בין עס, העליך קענען זאגן: איך שווער קיינמאל נישט.... אזוי, האט מיך דער דאיען געלערנט, (כ'מיין צוזאגן ערעב זארעכ פארווער ס'ווייסניש) און צווייטנס, ווייל אין פאקט אריין, אין מציאות, שווער איך נישט קיין נקמה.... כ'מיין זאליך לעבן אין דמיון אז יא? צו וואס עפעס???

אלזא, כ'שווער נישט קיין נקמה ווי אויבנדערמאנט/שריבן, און אזוי אויך האבעך נישט אין וועמען זיך נוקם צו זיין, אבער פארט א נקמה אקציע איז נישט אויסגעשלאסן, ס'טייטש? אן אקציע האמיר אלעמאל געוואוסט אז ס'איז אין איינקלאנג מיט די שטאטוטן, אמער מ'שטיינס געזאגט, אנע אקציעס זעמיר אויס קאפעליטש קראכערס, און די קרעטשמע וואלט שוין לאנג געוועזען הינטער פארדזשאווערטע שלאס און ריגל, און קדיש וואלט מען שוין געזאגט נאכ'ן יתום, אלזא איז אקצעפטירבאר יעדעס סארט אקציע, עז לאנג סיז אויסגעהאלטן לויט די שטאטוטן, (ווער עס כאפט די סתירה זאל עס צו קיינעם נישט ווארפן ווייטער, זאלעס יעדער אליינ'ס כאפן). איז ווילט איר אוודאי וויסן וואס פאר א אקציע ווירבלט זיך אין מוח'ל פון סאכדעס'ל???? הא??

כעלייך פארציילן דעם אמת, חיים ברוך למשל ווייסט דערפון, ער האט מיטגעהאלטן ווען ס'האט פאסירט, ער איז נישט געווען נעבן מיר, בבעסער געזאגט קיינער איניש דא געוועזן. נו, לאמיר זעהן צו איר וועט אליינס כאפן? וויאזוי קען זיין אז ער האט מיטגעהאלטן??? ער איז נישט מער און נישט ווייניקער (ווייניגער אפשר יא) געווען ביי זיך אין אפיס, און געהאלטן א טרייבל, אדער איז געוועזן אויף זיין אויער אזא סארט הער-מאשינדל (ס'האט קיין שייכות ניט מיט יאכער) און אויך דא האבעך געהאט קאפ-סעט, {פארווער ס'ווייסט נישט רופט מען דאס אין לשון הקודש: הע"ד-סע"ט} און אזוי זעמיר געווען אנגעהאנגן (וואס? וועמען? מ'העגט שוין ווידער? זינט מ'האט סאדאמ'ן געהאנגן האט מען נאך קיינעם נישט געהאנגן) אויף איין ליניע, (רבותי, כ'קען נישט נאך יעדעס ווארט מסביר זיין, כ'ווייס אז כ'רעדט דא נישט צום דבר, נישט דא קיין הענגן, נישט דא קיין ליניע'ס, אקיצער סיז אלץ איין באלאוני) און ער האט געהאט די זכי' צו הערן די קוויטש יוצא מפי סאכדעס, ווען ער האט בטעות געהאט א מיאוסע דורכפאל. גראדע איז עס נישט געווען אזוי מיאוס, ווי עס איז געווען הארצ-ווייטאגליך ווייל למעשה איז קיין עקל נישט געווען אריינגעמישט אין די גאנצע מאנסע, אבער א דורכפאל איעס געווען אזאנס און אזעכעס (קרעדיט: אבי).

ווילט איר אבאדעי וויסן וואס איז געווען דער דורפאל? הא? נישט די לעפל כאשוין געשריבן בפירוש אז: חכמת נשים בנתה .... (קרעמער ענדיג צו) נו איז קיין לעפל פראבלעם נישט געווען, נו וואס קען זיין? כ'קלער שוין אז דער אוילעם זאל פרעגן חיים ברוך'ן, כ'קלער אז פון איהם וועט מען שנעלער געוואויר ווערן.

אוקיי ס'ווערט שוין שפעט... די מאנסע איז אז היינט איז ראש חודש, דער דרייסיגסטער טאג אין אב, און די ערשטע טאג פון ראש חודש אלול, און אזוי ווי יעדער ווייסט בלאזט מען היינט נאך נישט קיין שופר... קומט סאכדעס אריין אין קרעטשמע, קיין סאך ארבעט האט ער נישט געהאט, אמער, דערוילעם איז ביי סידעס ראוישכוידעש, נו וואס קעמען טוהן, סאכדעס טראכט נישט קיין פיר, ער זעצט זיך צו צום בענקל, און ער קליקט אויף 'פרסם נושא חדש' און מ'קלערט וואס קעמען מהנה זיין דעם ציבור??? ווייגעוואלד? זאלעך איצט עפענען מיין אפיס? נע קומט נישט און באטראכט, כ'מיין ס'עפעס פונקט היינט? קעניש זיין מארגן אדער נעכטן? פונקט היינט בויען ס'אפיס'ל? נע, וואס? זארעכ??? כערנישט, אהה יום ג' שנכפל בו כי לעולם חסדו.??? אבער נישט גענוג אן אנטווארט צו עפענען היינט דעם אפיס, מ'קען דאך ווארטן אפאר טאג, כ'מיין יגר'ל זאגט אז מ'זאל נישט לייגן צופיל ארטיקלעך אויפיינמאל, דער עולם יאגט (קעמיר עמיציר זיך יאווען און זאגן ווער יאגט וועמען?) סייויי נישט אן צו ליינען אזויפיל, מיילע קעמען דאך עפענען ס'אפיס אנאנדער געלעגנהייט, ווען אלע רבנים וועלן זיין דאהי צו קלאפן די מזוזות, אויך ק'וועליע זאל זיין דא מיט די קעמרע, (אזוי ווי ביי די בר מצוה) סאו ס'גייט נישט אזוי כאפלאפ, מ'דארף געהעריג מודיע זיין פאר'ן אוילעם ווען ס'וועט פארקומען, ווי קלענער דער אולעם אלץ גרעסעער די שמחה האמיר א כלל. אלזא קעמען נישט עפענען ס'אפיס היינט....

איז וואס, יא, סיז דאך דא בעסער'ס וואס צו טוהן, עפענען א 'ראש חודש אשכול', און אזוי ווי ס'איז געווען דארט באריכות באשריבן די באדייט פונ'ם קעפל, און געבליבן איז אז ס'וואלט געדארפט הייסן: 'מיין ראש חודש אשכול', און אזוי שמירנישדירניש, האט מען אנגעהויבן אראפצשטעלן/זעצן/געבן דעם געהויבענעם טאג מיט אלע פארביגע קלאירן, אבער אלעס איז געקומען צו א סטאפ... בעסער געשריבן, א שארט'ס סטאפ, א_ווי מ'זיצטט ביין רעדל, און די פאפירן פון בעקסיט קומען אן צו די ווינדשילד, אזא סארט סטאפ...

כ'ווייס איר ווילט וויסן וויאזוי און פארוואס דאס האט פאסירט, נעמעסן אריין ווילעך נישט זאגן, ווייל כ'ווייס דערוילעם וועט האבן טענות און מענות, היתכן, מ'האט שוין אזויפיל מאל גערעדט, שרייבט נאר אין וווארד, און דאכצאך אז דער דאיען האט שוין דאס אויפגעמערקט אין איינע פון זיינע תגובות, (כאבעס פונקט היינט געמערקט, ביין קוקן די כל הודעות למשתמש) אויך יאנאש האט מיר פריער געשריגן אין טלעפון, סאכדעס סאכדעס, שרייב אין ווארד.. זיינע קולות זענען געפאלן אויף זיין טויבען סעלפאון (וועא"מ) און אזוי ווי די ארטיקל איצט שרייב איך אויך נישט אין ווארד, ווילעך עכט נישט פארציילן וואס האט פאסירט. אבער אז כאבייך שוין יא אויפגעהאלטן אזוי לאנג, איז נישט מער ווי מענטשליכקייט אייך צו זאגן.

איז אזוי רעד איך מיט חיים ברוך'ן אויפן פאון, און מ'האמיר געהאט א געפעכט אויף א געוויסע ווארט צו סיז דא אזא ניק צו ניש, ער טענה'ט אז נישט, און איך אז יא. טראכט נישט קיין צוויי, יעדער זאל ארויפקוקען, יעדער קוקט??? יא העכער מיין תגובה, איז אין א סדר אויסגעשטעלט 7 סעלעקציעס צו סעלעקטן, פיר העכער דריי, יעדער זעהט? די דריטע פון רעכטס וואסיז? הא? שנעל יעדער זאל זאגן אינאיינעם, 'רשימת חבירים', יא איר אלע זענט דארט אויסגערעכנט מיט א מוסטעהאפטיגע סדר, קליקנדיג דעם קנעפל דארט, באותו רגע, האט חיים ברוך געהערט די קוויטש, אויף זיין פראגע וואסי..???? אייוויי א גאנצע ארטיקל איגעגאנען שלאפן,,,, כ'מאך בעקפעידזש, כ'מאך קאטרל אלע רוחות, גארנישט, גארנישט האט נישט געהאלפן..

איז אויף דעם האבעך באשלאסן צו נעמן א נקמה אקציע, ווייל ס'האט זיך פארמעקט זאל דער אוילעם נישט האבן וואס צו ליינען??? נאו וועי, דא האט איר.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 5:39 pm
דורך לחיים ולברכה
שטעל דיך פאר............. ווען נישט דעם אויסמעקן זיך...... וויזוי וואלט צושטאנד געקומען אזא נקמה אקציע..... הא? כ'מיין אזא אשכול פליט נישט ארויס פונעם בארד פונעם קיה און אויך נישט פון וויידל פונעם מייזל......

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 6:10 pm
דורך זארעכפעפער
אקעי, גוט, כ'פארשטיי אז סאכדעס מיט נקמה'ן זענען ווי געטונקענע צימרינג-בייגלעך אין שארפע חריף... כ'מיין וואס א צוזאמען קלעפ זענען די צוויי בעגריפן? אבער ווייגעוואלד (קרעדיט: מחבר (נישט קארו... קרעדיט: נו, ווער) דנן), (אךך... וואס רינגל איך דא זויפיל... באלד העט נאך קרעמער זאגן אז מ'מאכט נישט א רינגל בתוך רינגל...).

אקעי, צוריק צום תגובה: איז דאך אבער א וויי-געשריי-געוואלד, וואס האסטו געטון מיט דיין שווער זאל לעבן? כ'מיין, וואס פאר א גוט יאר, אויף אלע יודן געווינטשן, האט דיין שווער מיט נקמה'ן איינגעשטויסן אז כאדער געברויכט זוי שטרענגסליך אנזאגן אז זאלסט קיינמאל נישט שווערן מיט נקמה'ן אינאיינעם?

איז אזוי, לולי - ווען נישט, איך טייפ געווען היצטערט מיין תגובה אטא דא אין דער קרעטשמע בכבודי בעצמי ובאצבעותי, העט איך דער געווען אפגעטייפט אזאנס און אזעלעכיגס, אבל – אבער, היות כ'אב מורא פאר נקמה'לען... עלעך עס מוזן לאזן אויפן מארגן בשעת כ'על מעך טרעפן מיט ווארד'ן אויף א אוידיענץ...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 7:05 pm
דורך יאנאש
סאכדעס יוי ראק יו מעד מיי דעי, אר לייק סאומוואן סעד טודעי אין מיי שול 'יו מעד מיי מאנט'.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 7:16 pm
דורך איך_הער
סאכדעס טייערע, שרייב אפ ווארד, פאלג וואס מ'הייסטער.

איך קען אבער נאך אלץ נישט פארשטיין, פארוואס דער עולם דערלערנט זיך נישט, מ'שרייבט נאר ארטיקלען, נאך דעם וואס מ'האט עפעס א דוירכפאל, אדער א פראבלעם, שרייבטס פון פראנאויס, און מיט דעם וועט איר זיכער אפקומען.

אבער שטילערהייט, וועלכע ארטיקל איז אויסגעקומען שענער, די וואס איז פארמעקט געווארן, אדער די וואס איז געשריבן געווארן אין נקמה אטמאספער?

עמו אנכי בצ.. איך האב עס שוין איינמאל געפילט, און זייט דעמאלטץ, שרייב איך נאר אויף ווארד, נאו עקסאפשאנס.

אבער, ס'איז געוואלדיג, הערליך, ביוריפעל. שכוח.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 8:46 pm
דורך abimlaibt
סאכדעס איך מעג דיר פרעגען א גראבע קשיא?
ווייל האסט נישטגעהאט א שפעציעלע נושא פאר אן ארטיקעל מאכסטע אן א שטינק?
איך מיין וואסידאס דא? איך פרעג נישט קיין קשיות עס איז מיר בלויז אינטערסאנט,
יעדער ווייסט דאך די מאמאר הכחם "הרוצה לירחיק ישקר עדיתו"
מיינסט טאקע אז דער עולם גלייבט האסט גערעדט מיט חיים ברוך'ן? פונקט מיט איינעם וואס קיינער קעניש. האסטו יעמאלט פארברענגט?
איך מיין אז פשוט די נושא פונעם פארגעשריבענעם ארטיקעל האט זיך נישט אויסגעארבעט, ממילא נעמסטו נקמה אין דעם אז דו גייסט עני וועי שרייבען א גוטס עס זאל זיין אזאנס און אזעכעס (קרעדיט?)
און וואס עט זיין עט זיין, און אזוי איז טאקען געוועזען, האסטט ארויס געריקט א נקמה אקציע אזש עס פארגייט אים די אפיטיט זיך נאכאמאל אנהייבען מיט דיר,
אבער פון יעדע מעשה דארף מען ארויסנעמען א מוסר השכל, ווצב"ש פון די מעשה דארף מען ארויס נעמען די מעשה זעלבסט אמער עס האט קיינמאל נישט פאסירט...
והבא ראיה, אז יעדען טאג רינט אזוי ארויז פון סאכדעסן אזא געספייסטע ארטיקעל און דאס ווערט עפעס נישט פארלוירן, פונקט היינט ווען ער האט נישט געהאט וואס צו שרייבען האט זיך עס אויסגעמעקט, קענעס דען זיין? נעה, זיכער אז נישט,
צום שלוס: סאכדעס אפילו די גאנצע אויפגעבאבעלטע מעשה איז אמת, הער שוין צו צו דיר אליין און ווי אויך וואס אנדערע האבן דיר שוין געזאגט מערערע מאל (כמה פעמים) ווען דו שרייבסט עפעסטער פאר'ן קרעטשמע, שרייב עס אין ווארד (מייקראסאפט ווארד) ניין נישט אין ווינדאוס, ווען דו ביסט פארטיג, דאן מאך א שנייד און פוץ, און פון דארט פארט שוין די באן אליין ווען די פאסזאשירען שאקלען זיך פון די זייט,

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 15, 2007 10:23 am
דורך צייטליך
סאכדעס, העסט מיר מוזן זיין אזוי גוט און מוחל זיין, דאסמאל מילא, אבער נישט יעדן טאג, מיינסט אז כ'קען יעדן טאג שרייבן פאר דיר גאנצע מגילות, כ'מיין, כ'בין פארט נישט זארעכ, סתם א שכויעך האט דאך נישט קיין פשט, ברויכסט פארשטיין, איינער שרייבט א-לאנגס-און-א-גוט'ס און איך וועל פשוט און פראסט ענטפערן מיט א שכויעך א ווארט וואס האט אין זיך 6 קערעקטערס ? נא, ס'נישט אויסגעהאלטן, נישט הלכה'דיג, נישט מענשטליך, נישט תורה'דיג, הן ע"פ חוקי התורה און הן להבדיל אלף אלפי אלפים וריבי רבבות ע"פ חוקי המדינה, מילא איינמאל א וואך האביך נאך געקענט, אבער נישט צוויי מאל א טאג,

און זאלן נישט מיינע ווערטער ווערן שלעכט אויסגעטיישט, נישט אז כ'האב פאר איין מינוט געטראכט אדער געזאגט אז די זאלסט אויפהערן צו שרייבן, נא, חלילה וחס, רחמנה לשיזבן, אויב האסטו אזוי געקלערט, ווארף דיך עס ארויס פון קאפ, ארויס! נו, ארויס פון דאנעט!, אזוי, אזאנס זאל ביי דיר נישט קומען אין באטראכט, געמיינט האביך צו זאגן אז נישט יעדע'ס מאל ווען די שרייבסט אן ארטיקל וועליך קענען געהעריג ענטפערן, אלזא, ערווארט נישט פון מיר, יעדעס מאל א געהעריגן לאנגן שכויעך (כאילו ביז היינט האביך,..שוין, כ'דארף נישט אייביג רעדן איבעריג..)

און לעצם הבנין האלט איך גראדע אקוראט ווי אבי'ן, זאגסט דאך אליין אז די האסט נישט געהאט וואס צו שרייבן, אלזא, וואספארא ארטיקל האט זיך דארט פארמעקט?, הא? כ'הערניש, וואס ?

אבער גראדע יעצט, נאכדעם וואס איך הער האט שוין אויך געשריבן אזא לאנגן ארטיקל נאכדעם וואס ער האט נישט געהאט וואס צושרייבן קען מען עס שוין מער גלייבן,

אהה, פאר איך פארגעס,

סאכדעס, דיין ארטיקל איז הערליך, "שכויעך"..

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 15, 2007 11:39 am
דורך יענטאאש
אהההההההההה...... פיינעלי דערלעבט 'א זיסע נקמה'!!!.....

מען קען זאגן:

נקום לעינינו - מיר קענען ליינען די 'נקמה'.
נקמת דם - אזא נקמה אז די בלוט קומט אונז ארויף אין קאפ פון לאכן.
עבדיך - פון 'סאכדעס' וואס איז דער אונטער-עבד פאר 'התאחדות'.
השפוך - וואס עס גיסט זיך פון זיין פענע האניג.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 15, 2007 1:48 pm
דורך קרעמער
אוי סאכדעס סאכדעס;

ביי אונז אין חדר פלעגט מען זינגן "נקמה, נשמה", קען אפשר זיין, מיט די הקדמה פון יענטאאש'ן... אז ווען דו נעמסט נקמה, ליגט דערין א געוואלדיגע מאס נשמה, אזש דו פארכאפסט אונז דעם נשימה.
---
ס'בעסטע ס'ימער געפאלן וואס אבי-מ'לעבט האט געשריבן:
אבער פון יעדע מעשה דארף מען ארויסנעמען א מוסר השכל, ווצב"ש פון די מעשה דארף מען ארויס נעמען די מעשה זעלבסט אמער עס האט קיינמאל נישט פאסירט... (אויך די לעצטע שורה זיינע איבער שנייד און פוץ מיט די וואקלענדע פאסאזשירן איז אויך נישט אוועקצומאכן).