בלאט 1 פון 1
מאכלים פון אמאל, וויפיל איך געדענק
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 8:42 pm
דורך צו געזונט
אלס א גרויסער אנהענגער פון ארגינאלע עסנווארג, אנע צווישנשייד אין ראסע און חסידות, ווילאנג די בעטרעפענדע האבען עס פרעזערווירט אונעם ריכטיגן פארמאט. צב"ש ספרדים מיט סתם געבאקענע ספייסי פיש. נישט מיט פאפריקע און זאוס. חסידים מיט הינער פלייש געקאכט אין די יאהך ביי די שבת סעודה, נישט עפעס געבאקען אין אויווען, אד"ג.
מיר האבען זיך דערמאנט, און קאן זיין אז ביי עטליכע איז עס נאך געהעריג אין די מעניא. צב"ש טאמעיטא זופ, אפשר נאך מיט נאקערלאך דערינען.
אן אונטערגעשלאגענע מילכיגן זופ, צו מיט בונדלעך, אדער אנדערע גרינצייג צו סיי וואס.
לאקשען מיט נוס און צוקער.
דער גאנצער הינדל ביי די פענסטער פון סיי וועלכע יאטקע, זיך ארום דרייענדיג אויפן בראטער.
לאמיר נישט רעדן פון די ארגינאלע שאלעשידעס בילקעלעך. רונדעכיג, טרוקן.
הערינג מיט אלע טעמים. א פרישער דערהער. נועם גארמעי גלאזערנע פלעשער, און אזוי מיט די פינגער ארויסגעשפלעפט און צוריסן און צוריקגעלייגט די איבעריגע מיט די ביינער.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 8:47 pm
דורך א נייע מעשה
חחחחחח, וואט אן איידיע אף א אשכול
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 9:51 pm
דורך לכאורה
גאר א געשמאקע אשכול, אריין אין זכור ימות עולם!...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 10:02 pm
דורך צו געזונט
איין זאך וואס עס קומט זיך זיכער קרעדיט פאר אונזערע עלטערן און אוהר עלטערן. אז די מערהייט פון גאר בעטעמטע מאכלים זיינען גאר געווען איבערבלייבעניש פון אנדערע מאכלים וואו צום ביישפיל ברעזל. אדער גאר איבערבלייבעניש פון א גענוצטע חלה צו מאכען א געפילט העלזל אדער אנפילן א הינדל אונטער די הויט. מען האט נישט געקוקט אין קוקבוק וואס צו קאכען, נאר גאר גענומען וואס אין שטוב און עס פארשריבען אין א קוקבוק פאר יענעם צו וויסען וואספארא אוצרות ליגען אט אט אין מיסט קאסטן.
הלואי ווען היינט זאל מען פערשטיין די ווערד פון יעדעס שטיקל עסן.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 10:31 pm
דורך פליגל
מיין מאמע זאגט וויפיל מאל זי האט פרובירט צי נעמען פון מיין באבע (איר שוויגער) רעצעפטען איז'ס געווען מער ווייניגער "בערך אזויפיל ציקער און אביצקעלע זאלץ"...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 10:39 pm
דורך צו געזונט
א רעכטע שוויגער. נישט פערגינען די שנור זאל איר מאן א גוט מאכל אנרעכטן...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 31, 2014 10:41 pm
דורך פליגל
טשולדיגס מ'אמיר זיך געטראפן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2015 1:26 pm
דורך maybeeynot
מעגסט נעמען א וויץ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2015 6:04 pm
דורך סביב העולם
דאס איז נאר פון אינדערהיים אדער נאשעריי און חדר עסנווארג מעג מען אויך דערמאנען דא?
צום ביישפיל: קוקו ברויט (קרעדיט: ר' הערש רובינשטיין ע"ה חדר ויואל משה)
טשוטשו'ס פאר א קוואדער
JJ דרינקס וכדומה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2015 6:24 pm
דורך ציקוועטשטער
סביב העולם האט געשריבן:דאס איז נאר פון אינדערהיים אדער נאשעריי און חדר עסנווארג מעג מען אויך דערמאנען דא?
צום ביישפיל: קוקו ברויט (קרעדיט: ר' הערש רובינשטיין ע"ה חדר ויואל משה)
טשוטשו'ס פאר א קוואדער
JJ דרינקס וכדומה
דו מיינסט "צוקער ברויט, צוקער ברויט"...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2015 8:01 pm
דורך סביב העולם
ציקוועטשטער האט געשריבן:סביב העולם האט געשריבן:דאס איז נאר פון אינדערהיים אדער נאשעריי און חדר עסנווארג מעג מען אויך דערמאנען דא?
צום ביישפיל: קוקו ברויט (קרעדיט: ר' הערש רובינשטיין ע"ה חדר ויואל משה)
טשוטשו'ס פאר א קוואדער
JJ דרינקס וכדומה
דו מיינסט "צוקער ברויט, צוקער ברויט"...
כ'מיין ס'איז געווען א אפשען פון ביידע
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 09, 2015 9:02 am
דורך farshlufen
וואס מאכט א מאכל אמאליג? דאס אז די אידענע קען נישט די רעסעפי?