אייוועלט ארכיוון
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 29, 2014 11:47 am
אפטמאל זוכנדיג אן אשכול ווי מ'באהנדלט א געוויסע טעמע גייט מען ארום קלעטערן אין די ארכיוון פון אייוועלט מיט אירע קרוב צו מיליאן תגובות. נישט געפינענדיג די אשכול וואס מ'זוכט פרעגט מען אין די איך זוך די אשכול פון... אשכול ווי איינער פון אונזערע חשוב'ע ניקס וועלן געווענליך ציווייזן ווי די אשכול געפינט זיך.
אבער, בשעת'ן קלעטערן אין די ארכיוון שטויסט מען זיך אפטמאל אן אין געוויסע נושאים וואס איז שוין לאנג מער נישט אקטיוו, אדער צוליב דעם וואס די נושא איז א פארגאנגענהייט אדער צוליב דעם וואס מ'האט פשוט אויפגעהערט צו שמועסן דארט, אמאל צוליב א בעפארשטייענדע יו"ט, אמאל צוליב א ברעיקינג ניוז וואס האט עס איבערגעהאקט ועוד וכו' וגו'.
הכלל, אפטמאל שפיר איך ווי ס'קען זיין אינטערעסאנט זיך צוריק צו קערן און ליינען איינע פון די אלטע נושאים, אבער קיין תגובה איז נישט ווערט צו לייגן דארט, ווייל ס'איז נישט שייך. ממילא אויף דעם האב איך געפענט דעם אשכול, מ'זאל האבן ווי צו קוקן אויב וויל מען זעהן עפעס אן אלטע אשכול וואס קען מעגליך זיין אינטערעסאנט.
יעצט א ווארט צו די חשובע ניק וואס וועט טרעפן די אשכול פארשטויבטערהייט ערגעץ וואו אין אפאר יאר ארום:
קענסט צוריק מחזק זיין דעם אשכול, איך גלייב אז די עולם וועט הנאה האבן.