בלאט 1 פון 1

׳צוריקרופן׳ דעבלאזיאו!

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 20, 2014 10:46 pm
דורך יואב בן צרויה
דער עולם איז מסתם באקאנט מיט די ענגלישע ווארט ׳ריקאל׳ זינט די ליבעראלן ביי אונז אין לאנד (וועלכע טראגן אויסשליסלעך די בלוט פון די צוויי אומשולדיגע פאליציאנטן וועלכע זענען היינט קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארען אויף זייערע הענט) האבן עטליכע מאל פראבירט דאס אויסצופירן אויף דעם רעפובליקאנער גאווערנאר פון וויסקאנסין סקאט וואלקער, אבער פאר ס׳ווייסט נישט: א ריקאל - צוריקרוף - איז א וואל פארמעסט וואס ווערט אפגעהאלטן אין א קאדענץ פון סיי וועלכע ערוועלטע פאליטישאן (דאכט זיך נישט סענאטארן און אויך נישט דעם פרעזידענט) און וועלכע דער אמטירנדיר פאליטישאן פרובירט צו ווערן צוריקגערופן דורך א גרופע וויילער וועלכע זענען אומצופרידן פון זיין ארבעט אויפן פאסטן. כדי צו ערמעגליכען אזא פארמעסט דארף מען צוזאמקראצן א באדייטענדע צאל אונטערשריפטן, די צאל געוואנדען ווי א פלאץ.

אונזער מעיאר דעבלאזיאו האט זינט זיין אריינקום דא ביי אונז זיך גענומען פאר א פליכט צו פארוואנדלען די שוין לינקע סיטי אויף א ארכי לינקע מוניציפאליטעט. גראד האט ער מבטל געווען סטאפ און פריסק, געהעכערט/פארגרינגערט פאר ארבעטער צו באקומען ׳סיק פעי׳, געשטיפט פרי קעי מיט העכערן שטייערן, פארשפרעכט פאר נאט גוד ריזאן צו מבטל זיין די באשיידען זיסע מאנהעטענע פאוני ריידס; הקיצור, א לינקע אידאלאג.
ביי די יעצטיגע עריק גארדנער - מייק בראון פראטעסטן האט דער מעיאר אומפארשעמטערהייט אנגענומען די זייט פון די פראטעסטירער און זיך שאנדפול, פאר אן ערוועלטע שטאטישע פירער, אויסגעדרוקט קעגן די פאליציי. אנטשטאט צוימען די ציושעטע מאסן האט ער גאר אונטערגעציפטערהייט באגאסן די פלאמען מיט בענזין. ויצא מה שיצא: צוויי דעמארדעטע פאליציאנטן, און טאקע ביי אונז אין ווילימסבורגע בעקיארד.

מיין איך אז ס׳צייט מ׳זאל מיר דעם מעיאר ריקאלן! לאמיר פיטערן די לינקע זייער זאפט: זיי האבן פראבירט צו ריקאלן סקאט וואלקער עטליכע מאל אויף שטותים און לאקשן, לאמיר דאסמאל ארויספירן דעם לינקן אידיאלאגישע מעיאר פון אפיס איידער די שאדענס ווערן גאר ערגער.
איינער איז מיט מיר?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 12:42 am
דורך AHA
אויב וואלט איך געוואוינט אין וויסקאנסין מיט אזא פאריקטע מעיאר וואלט איך געוועהן מיט דיר, אבער עז לאונג עז איי ליוו אין ניו יארק אין דער דאבעל-לייז איז אונזער מעיאר. איך מיין אז סיז א פאסיגע שידוך פאר אונזער אלטרע ליבעראלע ניו יארק.

דאס קען אפשר אייך אביסל בארואיגן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 4:18 am
דורך טעגלאש

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2014 8:40 am
דורך פליגל
חברה; הערטס איין, בעסער נישט אנהויבן מיט א קאמפיין וואס האט אויסזיכטען צוריק ציפאטשען צום געדענקען... דאס קענאך באפעסטיגען זיין בענקל און דאס'ז נישט עפעס וואס מ'גיימיר דערפאר.

ענדערש דאס ארויפברענגען מיטן פולען אייפער אין 2.5 יאר ארום ביים לויפן פאר ווידערוויילונג און דאן האט'ס גרעסערע שאנסען.

#ניו יארק סיטי איז (נישט) משוגע.