בלאט 1 פון 1
כ"א כסליו ביי די קינדער אין חדר
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 1:17 am
דורך צו געזונט
העמיר עס אראפלייגן גאר אין קורצן
די רבי איז געווען אין סאטמאר און מען האט אים נישט געזעהן אין הויף, געווען אויף ר' יוסל'ס פלייצע אין קלויזענבורג. די באן איז געגאנגען קיין בערגען בעלזען אנשטאט די שוויץ און אום כ"א כסליו איז מען נאך שווערע מיטמאכענישן אנגעקומען צו די שווייץ און דער רבי האציך אונטערגעזונגען בך בטחו און אויפגעשטעלט ריזן מוסדות הקודש וואו מען פערטיילט טענדזשערינען און ניסלעך לכבוד המאורע
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 1:46 am
דורך מיסטעריעז
האפטשו! צום געזונט
טענדזשערינען מיט ניסלעך
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 2:11 am
דורך טרעוולער
איך מיין אז דאס איז טאקע די איינציגע זאך אין סאטמאר ויוצ"ח וואס קיינער איז נישט משנה.
ס'גייט שוין אן איבער פופציג יאר מיט די זעלבע מאכלים. wow.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 9:17 am
דורך AHA
דאס יאר איז אין די קרוינהייטס ארמארי נישט געוועהן צו באקומען קיין טענזש ערעינען.
ליידער ליידער....... מען פאהלט מען פאהלט..
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 1:32 pm
דורך לכאורה
מיין אינגל רופט מיך אן היסטעריש אז איך מוז אים ברענגן א ווייסע העמד... ער איז דער איינציגסטער אין חדר אנגעקומען מיט א קאלירפול העמד
דאס מיינט "מוסיפין מחול על הקודש", גיין מיט א ווייסע העמד כ"ב כסליו ווייל כ"א איז געפאלן אום שבת.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 2:29 pm
דורך פליגל
און אז דער רבי איז געווען דער ערשטער איד אין אמעריקע. (ווארשיינליך געדאווענט מיט א מנין גוים יענע ערשטע יום כיפור אין סטאלין'ע ביהמ"ד).
אה, ס'יא געווען אידן, נאר קיינער האט נישט געהיטען שבת, ווייל מ'אט געמוזט ארבייטן שב"ק, אבער ווען דער רבי איז געקומען האציך אלעס געטוישט (וויזוי?) און זייט דעמאנס...
_____
צו געזונט; די טוירקי ראול סענוויטשעס איבער האלב רויע ראולס וואס מ'טיילט אין די תפיסות פאר סנעק דענקסטו אויך וואס מ'אט געטיילט פאר די קינדער אין די ארמארי?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 6:04 pm
דורך מאנ-יימער
און ר' אברהם ישעי' פלעגט אריינזאגן נעמען אין זיין טעיפ ריקארדער... זכרונות...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 6:10 pm
דורך פליגל
#נאו-טוי***