בלאט 1 פון 1
הארצרייסענדע וויי געשריי
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 12:24 pm
דורך farshlufen
הערטס מיך אויס ביטע
חברים טייערע חשוב'ע און גוטע
איידער איר ברענגט דא אריין
סיי וואס עס זאל נאר זיין
א פאסירונג צו א שמועס
א ווייטאג אדער א פארדרוס
זייט אזוי גוט און פיין
און פוצט עס אפ ציכטיג און ריין
טוט אונז נישט באדאסן
מיט צואת חמור ואתון
חלילה אונז פארשאטן
מיט ווינדלען פון צואת קטן
נעמט ביטע שעהן אין אכט
פארוואס דאס פלאץ איז געמאכט
לאזט דאס שטיבל זויבער ווי פריער
פארגעסט נישט צו פארמאכן שיין די טיר.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 12:27 pm
דורך קרעפטיג
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 12:56 pm
דורך מילכיגער
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 12:58 pm
דורך למעלה משבעים
א דאנק א שיינע
פאר דיינע ווערטער פיינע
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 1:15 pm
דורך קיקיון
איך בין מציע אז יעדער וואס פילט מיט ידידינו FARSHLUFEN צער
זאל בוקמארקען זיינע שורות און דאס שיקען פאר די וואס ברענגען אומגעווינשענע באגאזש
אפשר אז זיי וועלען באקומען אן אוואלאנש פון אזעלכע מעסידזעס
וועלען זיי פארשטיין אז דאס איז נישט וואס דער עולם וויל
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 1:33 pm
דורך לכתחילה אריבער
זאגסטו זייער גוט מר פארשלאפן.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 1:37 pm
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:מי שאכל שום14 אוגוסט 2014 09:19
אהובים וידידים יקרים מפנינים כל אחד בשמו הטוב יהולל ויבורך, הערטס א בקשה פון א צובראכן אידל המצפה לישועת ה', והנה, אויב האט איר ערגעצוואו בשוגג אדער במזיד פארזוכט, טועם געוועזן אדער זיך אנגעגעסן מיט קנאבל, תוכו אכל וקליפתו זרק, זייט וויסן אז דער ריח פיהלט זיך ווייט ווייט, שארף און שטארק, אלזא ווען איר קומט ביינונז און שולכנעדל איבערהויפט ווען איר עפנט דאס מיילעכל צו רעדן מיט א זאפט, שטערט דאס פאר רובא דאינשי עד דכדוכה של נפש.
ולהוי ידוע, אז ע"פ רוב שפירט אפילו נישט דער יעניגער אז ריחו נודף ממנו למרחוק אבער אנדערע מערקן עס פיל שנעלער ווי גערוכטן.
א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.
בשם הנאנחים והנאניקים.
הק' פישל.
קיקיון האט געשריבן:ביי איינעם וואס ווייסט אז אכל שום און האט א שטיקעל השגה אז עס איז דא זאכען וואס מען
דארף קולף זיין קען מען זיך אפשר בעטין
אבער וואס טוסט די מיט איינעם וואס מיינט אז ער האט א מאראנץ
און ער צימאלט עס און צישמירט עס אונטער דיין נאז
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 2:07 pm
דורך א גראם מיט טעם
farshulefen,
קענסט דאך יא !!
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 3:28 pm
דורך נישט
א גראם מיט טעם האט געשריבן:farshulefen,
קענסט דאך יא !!
פארשלאפן, מיר ווארטן אויף נאך
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:24 pm
דורך farshlufen
ישר כחכם אייך אלע
משאלותיכם ה' ימלא.
---
לענינינו
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2014 3:43 pm
דורך בוידעם
כבוד ידידינו הרב פארשלאפן
האט מאיר געווען דעם אור הצפון
א חומה ארומצונעמן ערי המוקפין
אנטקעגען אלע איבלען די בעסטע וואפן
נהניתי מאוד וברכתי עליו בורא פרי הגפן
וועסטו דאך אודאי פרעגן די ברכה ווי קומט עס אהער
דער תירוץ איז פשוט אז דו קענסט יא פארוואס לאסטו זיך נישט הערן מער
ס'איז צו "ווייניג" פארשטייסט וואס איך מיין
מיר דארפן נאך, שיכורת ולא מיין.
אקעי, וואס רעד איך אזויפיל שטותים אויפאיינמאל??