אין שטילער פאליש....שששש.....
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:57 am
עס איז דא 2 מיני מענטשן ווען עס קומט צום אויפשטיין.
עס איז דא דער וואס ער ברויך נישט קיין וועקער זייגער, ער שטייט אלץ אויף אין צייט
נו אויב שוין יא א וועקער זייגער ער פרובירט נישטאמאל צו כאפן דעם "סנוּז באָטטאָן"
ער קומט ארויס פון בעט מיט א פעסטקייט - כאי' די וועלט באלאנגט פאר עם
אבער אין אמת'ן באלאנגט עס נישט פאר עם וכת דיליה (ווייל אזוי אי-עס)
משא"כ דער צווייטער - קומט גאר נישט אזוי שנעל ארויס פון בעט
ער איז נאך מיד, פאר פינף מאל סנוּז איז נישט דא צו וועם צו רעדן
מע דרייט זיך נאך איינמאל איבערן קושן, ארויף מיטן דאכענע
נאכדעם ווען די זייגער האט שוין געפיפן צוזאמען מיט'ן יונגל'ס באס, קען מען שוין ארויסקריכן פון בעט.
נו זאג דו ווער OWN'ט די וועלט?
אין יעדע שול איז דא אזא שטיבל געמאכט פאר די וועלעכע ברענגן מיט די מאטראץ אין שול
אמאל הייסט עס ווייבער שול, אמאל איז עס איין שטיבל פון אלע שטיבלעך, יעדע שול האט זיך זיין מקום
ספעציעל געווידמעט לטובת דעי מענטשן וואס געניצן נאך אינמיטן קרישמע.
דארט ראללן זיך אריין אלע חברה וואס שלאפן נאך - אדער וואס זענען קוים קוים אויפגעשטאנען
אלעס איז שא, ער קומט אריין זאגט שטיל לשם יחוד אויפן טלית
חלילה נישט אויפוועקן קיינעם פון די אנווענדע שלאפערס
איינער האלט ביי: ווהההאאאררררעעעעעעעעעעעעעעהההההבבבבב (אזוי האט ער היינט געזאגט - והערב - מיט א ריזיגע געניץ)
ער האט נישט געפוצט די ציין - כא'געזען
דער צווייטער דרייט אן די תפילין און די זעלבע צייט געט ער אכטונג נישט אראפ צו ווארפן זיין דאכענע וואס איז נאך האלב אויף עם
אזוי ווי מען כאפט אן די טלית מיט איין הענט עס זאל נישט זיך נישט אראפ גליטשן פון אקסעל בשעת'ן לייגן של יד
די וואס האבן א מלכות דאכענע גליטשט זיך עס נישט אראפ, אזוי שטייט בפירוש.
איינער שטייט אין די זייט מורמעלט שטילערהייט קרישמע די מאטראץ ליגט עם נאך אויפ'ן פנים
איך זעה ער האט אפי' מיטגעברענגט זיין טאכטערל'ס 'טעדי בער' וואס זי האט מיטגעברענגט אין טאטיס בעט
ווען זי האט געהאט א שלעכטן חלום אינמיטן די נאכט.
גריסן מיט די מויל איז נישט פארהאנען.
אויב איינער וואס איז שוין יא אויפגעשטאנען געהעריג שפאצירט דורך דעם שטיבל
ער זעהט דורך דעם שפאלט פונעם טיר זיין חבר יענקל שלאפט זיך אזוי רוהיג
די מערסטע וואס קען זיך טרעפן איז א שאקל מיטן קאפ אדער הענט אזא שנעלע WAVE
אבער שטעל דיך נישט אפ - וואק דורך שאקל די קאפ און לויף......
אפי' די געלט גייערס וואס זאמלען געלט גייען ארום שטיל
מען זאגט נישט קיין צוועק, סע שטיל קיינער וויל נישט זיין די שלעכטע פליג
וואס קומט דרייען א קאפ 3 אזייגער אינמיטן די נאכט בזזזזז בזזזזז
מען פרובירט עס אוועק צו טרייבן מיט'ן שלאף קאפל...........
אפי' א מוכר ספרים, מעות קדימה, אלעס אלעס גייט דארט צו מיט א שטילקייט
די פאות דרייט מען דארט שטיל, איינער זאגט תהילים דארט
מען הערט ממש ווי ער מישט די בלעטער
א גרעסערע עולם הערט זיך א גרעסערע שנאכערצעריי
מען הערט שוין אביסעלע מורמלען, א ברכות דא א לעולם יהא אדם דארט
אבער אלעס אויף א שטילן אופן.
איינער וואס וויל זיך מיטכאפן מיט א צווייטע מנין קומט אריין צו אונז אין שטיבל
לייגט שטילערהייט טלית און תפילין און שפאצירט ארויס מיט אזא פאכמאנישקייט
קיינער ווערט נישט געשטערט ממש א נחת.
קיינמאל מאכט זיך נישט א סעלפאון זאל קלינגען
סע נאך אויסגעלאשן פון די קלעפ ביים האקן סנוּז
אזא מין רוהיגקייט.
מען קען זעהן ביים זיך וואשן די הענט איינער לייגט א פיצי הייס וואסער אין זיין טעפל ס'אל נישט זיין אזוי קאלט
ווייסט מען ער באלאנגט אין שלאפן שטיבל.
אין פלווווצלונג.......
איינער האט זיך אריינגעריקט, א רעגולער שטיבל מענטש איז אריין אין די שלאפן שטיבל
אוי וויי....
סע קוקט אויס ווי אין בור - אפאר יודעלעך ווייקן זיך געמיטלעך
איינער קומט אריין הייבט אן פלאטשקענען....
מיר האבן עם שיעור נישט ארויסגעווארפן
מיר זענען נאר אזוי מיד עס צו טון אנשטאט ווארפט מען עם אזוינע בליקן
אבער ער כאפט נישט - ער הייבט אן געהעריג שטייט הויעך אין קלאר די ווערטער
לשם.. יחוד... קודשא..... בריך.... הוא.... וכו'
ביי די ווערטער יצר הרע - רעגט ער זיך אזוי
איך האב גארנישט געוואוסט אויפן יצר ברויך מען זיך רעגן... וואס איך ווער נישט געוואור היינט.