בלאט 1 פון 1

כ'רוף א מיטונג אלע קרעטשמערס # 2

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 3:41 pm
דורך סאכדעס
אבי: הא? וואס? סאכדעס פארופט שוין ווידער א מיטונג? ער האט שוין ווידער נישט וואס צו מאכן/טוהן???

9/11/01: ס'פעס? ווען סאכדעס רופט א מיטונג איז עס גאר גאר וויכטיג.. איי אמער? נעכטן האט ער מיך גוט אויסגעפראקט, באט ס'האט זיך געלוינט... כאזעך גענומען אין די פוס אריין, און כאגעשטעלט ווייטער בילדער קילי לוי האויו אזוי ווי גארנישט וואלט פאסירט... נו, זענעדאך זיינע מיטונג (שיער געשריבן מוטינגען...) יא וויכטיג און אקטועל...

דרך: יא צומאל צומאל איז ער גוט דער סאכדעס, כ'מיין צוזאגן כמעט אייביג, יעדע כלל האטעך א חוץ...

צייטליך: אז סאכדעס רופט גייט מען, העטעס נישט זיין טערסאנט, העט מען ארויסגיין א_ווי מ'איז אריינגעקומען...

יאכער: ער מיינט ער וועט אונז יעדן טאג קענען מעשיגע מאכן?!

חיים ברוך: נע, כאנישט קיין צייט, ער וועט מיר מוזן מוחל זיין דער סאכדעס. א דזשוק איזעם אריין, מוזיך ליידן???

גרויזאמער: ווער? דער סאכדעס? אהה נאו, אריין אין פייטינג עריע....

בעל הבית: אמין כיצפע דער סאכדעס, דא בינעך באלעבוס... ניטאמאל האט ער מיך געפרעגט..


שששששששששששש..........
זאל זיין שטיל דא.

א פרייד אייך נאכאמאל צו געפינען דא ביינעזאם, איינער נעבן דעם צווייטן אזוי שיין אויסגעשורה'ט, פוי פוי פוי , כ'מיין נישט קיין פוי כאס ועשלאעם, כ'מיין נאר דאס וואס מ'זאגט אז עס זאל נישט שאדן קיין עין לך תכרע, זאגט מען אזוי פוי פוי פוי... אזוי פלעגט די באבע זאל זיך מיען און לעבן געזונטערהייט זאגן אילע מאל וואס ס'קליינער אייניקל איז געקומען אויף א קורצע אדער לענגערע באזוך, סיהאט ממש אויסגעזעהן אז דער קליינער איז זיסער פון זיס... אהה וואס, אבי געפויפעט, אבער דא, דא אידאך אנאנדער מאנסע, אלע, אבער ממש כ'וואונדער מיך וויאזוי אלע שטייען/זיצן/גייען אזוי מיט א מוסטערהאפטיגע סדר,

- נעבעך, זיי מיינען אז היינט אידא נייעס, וועס ווער ווען... זיי מיינען נעבעך אז דער סאכדעס איז דער איינציגסטער שרייבער וואס מאכט לאכן, חחחחחחחחחחחח יוי לאך איך. אוקיי דאס זאג איך נישט דאס טראכט איך נאר....-

יא ווי האלט איך נאר?? איז אזוי דער אוילעם שטייט דא אזוי שיין קיינעס סכך... אפפסס... כ'מיין קייניינע הארע אזוי ערענסט, איר ווילט עבאדעי וויסן צו וואס כאפארופן ס'מיטונג, ס'נעמעסען אריין, האבעך קיינעם נישט גערופן, קיינער מוז נישט דא זיין, כ'מיין דא אידאך מיין אפיס, יעדער קען ארויסגיין, וועמען סיז נישט טערסאנט, כאשר בא כן הלך, כ'מיין ילך... מ'מוז נישט דא שטיין ווי די הין אויף די אייער, און ווי דער משגיח אין די פעקטארי.
- וואס? פארוואס שרייעסטו דארט??? רעדט שטילער, הא? אהה דו פרעגסט צו דער משגיח שטייט טאקען אין פעקטארי? אממממ.... כ'מיין אזוי.... ער דארף דארט צו שטיין... א_נישט סטומע איזער פארנומען.. כ'מיין א משגיח אידאך נאר א מענטש... -
איז אזוי, קיינער מוז נישט דא זיין.. סיז נישט קיין לוי', און נישט קיין ברית, סיז נישט קיין קאווע אווענט און נישט קיין קאמפיוטער לעטוס, כ'מיין לעסענס, (נישט זיך טועה זיין מיט לענסעס ח"ו) נישט קיין דאקטארס אפיס, און נישט קיין לויערס קאנפרענס רום, סיז מיין אפיס'ל דא, כ'פארוף אלע קרעטשמערס... אוי כ'מיין נישט אלע, קען דען יעדער זיין דא? כ'מיין וואו? כ'קוק זיך ארום כ'זעה דא קיינעם נישט... איי וויי איז מיר..

אוקיי, לאמיר אייך נישט אויפהאלט דא, היינט וועליך נישט בדרך אגב רעדן פון 'דרך אגב' הידוע לשמ...חה בקמיהם, כ'מיין כ'אדאך נישט געוואלט שרייבן עפעס אנדערש, וואסי די מאנסע מיט דעם דרך אגב? ווייסט עמיציר??? מסתמא נישט,
- חיים ברוך, חחחחחחחחחחחחחח דו מיינסט כ'גיי פארציילן זיין אידענטעטי??? חחחחחחחחחחחחחחחח נע נישט איך.. -
איז אזוי לאמיר געבן א קוק אהין און א זעה אהער, דער דרך אגב איז כשמו כן הוא, ס'הייסט? ס'קאלט?? (כ'מיין נאר פון הייס מעג מען רעדן?) ער רוקט זיך אן איבעראל אזוי דערעכאגאוויג, ס'הייסט אזוי צו זאגן: ער זאגט נישט געהעריג, ער רעדט נאר פון הינטערוויילעכץ, לאמיר איהם כאפן אין איין ווינקל..
דא למשל, זאגט ער אזוי שטילערהייט בדרך אגב, פאר דיזער אז ער גלייכט זיינע ארטיקלן.. איי דאס וואלטעך געווען א מעכטיגע ווארט, נאר היות ער זאגט עס אזוי שטיל, צווישן עטליכע הויכע שרייערס, מערקט מען איהם נישט..... לאמיר נעמן נאך עטליכע דוגמאות: ביי די לעפל מאנסע ביי די נעכטיגע מיטונג כהנה כהנה רבות, כ'רעדט שוין נישט אז די לעצטע וואס כאגעברענגט אידאך איינס א גוטס, וואס ווען נישט כ'זאל ווען זעהן אז ער אידער שרייבער העטעך עס אנגעהאנגן באילנא רברבא.

אלזא וואס כ'וויל אייך זאגן איז איין זאך: די מיטונג ציהט זיך שוין אפאר שעה, אמער, כאנגעהויבן צווייע צייט, און ביז איצט בינעך נישט אנגעקומען צו עס פאוסטן, כסדר האבעך געדארפט זיין פארנומען דא מיט די ארבייט, דער באלעבוס לאזט דאך נישט..

פארוואס זאגעכעסייך? איר זאלט וויסן אז כ'בין נישט אזוי באקאנט אין די קרעטשמע, די לעצטע פאר שעה, קען זיין דרך אגב איז לאוד געווארן, כאף נאר אז ער אינישט הייזעריג.

נאך א רעזעלושען ווילעך אייך זאגן דא, קיינער זאל נישט זאגן אז ער האט נישט געהערט: איז אזוי, כ'גיי מיר עפענען אן אשכול, ס'הייסט א פאסט באקס פון מיין אפיס, דארט וועט יעדער מיר קענען שיקן פאסט וואס מעג זיין אין פבוליק רעקארדס, און אזוי אויך וועליך צוריקשיקן דורך דארט, אזוי וועליך נישט דארפן כסדר עפענען אשכולות איבער מיטונגען, כעל שיקן דעם אוילעם אלעס דורך די פאסט..

נאכעזאך ווילעך דא מודיע זיין, - אז דער אוילעם איז סייויי דא לאמיך טוהן וואס כ'וויל (דעס טראכט איך) - אז אפילו מיין שרייבן איז נישט אזוי אינטערסאנט, גייטמעך נישט אן... זאל יעדער זאגן אז סיגוט געווען און שוין..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 3:59 pm
דורך 9/11/01
סאכדעס פארפאלן דער עולם געט דיך.................

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 4:01 pm
דורך 9/11/01
כאב אליינס נישט געכאפט אז איך(מיין בילד) געעט אויכעט די הענט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 5:37 pm
דורך איך_הער
סאכדעס, אז דיינע מיטונגען וועלן אלץ אהער שטעלן דאס וואס דו האסט אהער געשטעלט ביז יעצט, בין איך רעדי אלץ אויף א רוף, רעד דיך נישט אפ, דו רוף און איך קום, דו שרייב און איך ליין, דו ארבעט און איך זאל מאכן געלט, (דו אויך.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 7:47 pm
דורך מאשקע
עמיצער האט געמאכט אפאר לעכער אינעם האניג האלטער...ער האט געמיינט אז ער טוט איינעם אפ...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 10, 2007 12:09 am
דורך קרעמער
סאכדעס?

סאכדעס?

עניבאדי האום?

דער האט זיך לעצטנס אריינגעטאן אינעם פעדער, אז ווען איך וויל רעדן צונעם מוז איך אויפדרייען דעם דעקל און אריינקוקן טיף אינעווייניג, דארט ביי די האניג טינט (קרעדיט: זארעך פערפל)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 8:32 pm
דורך abimlaibt
סאכדעס איך זעה איך בין שוין ממש פון ס'לעצטע צו פארלאזען דעם קאנפרענץ צימער, איז עפעס רעוועלוציעס אזוי ווי ביי כמעט יעדע פובליק מיטונג?
איך וואונדער זיך צו מיר אליין, וואס עפעס דארף אויף יעדע ענין זיין רייבערייען? קעניש זיין איין מיטונג יעדער זאל האלטען די זעלבע?