בלאט 1 פון 1

איך האב נישט וואס צו טוען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 2:17 pm
דורך דרך אגב
יא אזוי ווי איר הערט... גארנישט קיין רמזים גימטריואות אדער עפעס באהאלטן אינטער דעם.

צופרי בין איך שוין אויפגעשטאנען שפעט.

געפעניעט און מקוה...

געשמועסט מיט די קאווע.......און די האנט (נישט היינט, איין מינוט יא היינט, וואטעווער.)

געדאווענט מיט די שטאטסטע בעל תפילה און טאון...

געזאגט תהילים נאכן דאווענען.....

געלערנט חק....

געגאנגען און רעסטעראנט עסן פרישטאג..... יעקב אלי' שטעלט נישט צו לעצטענס...ער ..איז משוגע...........ביזי

שוין געווען און אפיס...........איין מינוט, איך בין נאך אלץ. אקעי, געווען בין איך אבער אויך.

שוין געזעהן פונקליך.....נישט ממש, בערך, ווען קרעמער האט זיך געלייגט די נאכט....און אונאיינוועגס אויסגעפונען ווען ער האט דאס געטאן מוצ"ש..

שוין געהערט ר' שלמה'לע....א דאנק סאכדעס.....

שוין געהערט אנדערע א דאנק אנדערע..........

שוין גערייכערט.........

שוין געטרייעט א יעדן משוגע צו מאכן אויף גוגל טאלק...........

שוין......שוין................שוין..............

און יעצט שרייב איך דעס בלא בלא בלא איך האב שוין צו דעם אויך נישט קיין געדולד............

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 2:57 pm
דורך צייטליך
האללא, דרך'ל, זיי נישט אזוי צובראכן, עמו אנכי בצרה, כ'האב גראדע יא וואס צוטוען, אבער נישט וואס צושרייבן,

טו א קוק, דיין גאנצע פראבלעם אידאך אז די האסט נישט וואס צו שרייבן, האסטו ווען, וואלסטו דאך געהאט וואס צוטוען, איא? והא ראי' גיב א קוק אויף סאכדעס, ער האט שוין די לעצטע פאר טעג וואס צוטוען, און אז די גלייבסט מיך נישט קענסטו אים פרעגן, (כ'האף אז ער וועט דיר ענטפערן ווי איך וויל,)

איז אזוי, דו און איך, איך און דו, און אינז פיר צוזאמען, מיר האבן דאך אלע נישט וואס צושרייבן, זעהסט דאך, איז פארוואס מאכן א ברייטל דערפון? איך ברענג עס פשוט ארויס ווייל צרות רבים חצי נחמה, נישט אזוי ?

כ'האב פאר דיר אנייצע וואס צוטוען, מאך א סקר, ווייסט וואס דאס איז? קוק, ס'איז בערך אזוי ווי "וואלן", זאג האסט שוין אמאל גע'וואוט? ניין, אה ביסט נאך צו יונג.. אקעי, נישט קיין פראבלעם, דא ביינוז ברויך מען נאר זיין 13 יאר צו קענען אפגעבן די שטימע ביי א געוונליכע וואל פארמעסט, כ'רעד נישט פון די צענטראלע ראשעקאלישע וואלן, נאאא, דארט איז שוין דא שטאטוטן, מיט סעיפים, און אינטער סעיפים מיט נאך צענדליגע קליינע הערות און קיינער געווינט נישט צום סוף, בקיצור, דארט איז אנאדער מעשה, כרעדט פון א.. וואס נאר ? יא, כ'דערמאן זעך, כ'רעדט פון פשוט'ע וואלן, כגון, צו די האלטס מיט די ספארט'ס, אדער צו מ'זאל מאכן אן עקסטערען שטיבל ווי מיללער זאל זיצן איבערען טאג, געדענקסט די אלע זאכן?, יא, שוין, איז גוט, דאס איז א סקר, יעצט שטעל ארויף א סקר אויפן קרעטשמע, מיז נישט זיין דיקא אויפן קרעטשמע, ס'איז געניג סתם אונעם קרעטשמע, און פרעג דארט דעם עולם וואס צו שרייבן.

וואזשנע פייבאל!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 3:11 pm
דורך אלץ-ווייסער
צייט איז זייער א שווערע זאך צו שטיפן.
דערפאר איז א גוטע עצה, אז מ'נעמט זיך צונויף עטליכע חברה אינאיינעם, אזוי שטופט זיך עס גרינגער...
מיר זענען גרייט דיר צו העלפן שטופן. געדענק: עזוב תעזוב עמו, שטייט. די פוץ נישט אפ. דו מיזט אויך צולייגן א פלייצע (פעדער בלע"ז) צו די שווערע משא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 3:35 pm
דורך צייטליך
אקעי, א גוטע נייצע,

נו געגאנגען באנאזאם! היידא!

שטטטטטטטטטטטטיפ...........!

אךךךך.. ס'איז זייער שווער, איך בלייב אנע כח,

אלץ ווייסער, אדער דרך'ל, גייט רופן אנדערע חברים אויך, מ'קען נישט אליין, ס'איז ממש נישט מעגליך...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 3:43 pm
דורך סאכדעס
צייטליך, לאמיר דיר העלפן, קוידען האבעך געשריבן אבאנטש שטותים היינט, גיי לייען. און דערויף לאמיר דיך געבן א שטופ, אפשר וועט די צייט פליען פון צייטליך..
צייט צייטליך גזירה שוה..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 3:43 pm
דורך לאקשען ברעט
דרך'ל טייערער
נעם ארויס א גמרא אין געגאנגען
לשון פינען אור החיים דעם וואך
"כי השמיעה בתורה הוא תענוג מופלא ומחי-ה הנפש"
ווייטער שטייט "לפי שהשומע דברי אלקים חיים , התורה מטיבה נפשו ומישרתו כי יש בה סם חיים"