איי לכו נרננה....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 3:59 pm
נו? שוין געלייגט די בלעך??? הערט זיך ארויס א בת קול פון די בעדרומ'ס, אנשטאט ענפערן געט מען א רוק אראָן ס'טשולנט מיט די זופ פונ'ם גאַז, און מרוקט אַרויף ס'בלעך.. און אט אט איז שוין ס'צווייטע פייף...
מוישי ממווייששי וואסי מיט די לעקטער'ס? פרעגט זיך שוין ארויסקומענדיג פארסאפעט, פארעכטענדיג ס'שירצל וואס מ'האט נאך געקראגן שבת שבע ברכות... אבער יעמאלט איז נישט געגאנען קיין קולות.
אָהה וואסי מיט די לעקטער'ס פרעגסטו??!!!, כ'מיין אז אלעס איז גוט.. נאָו, ענפערט זי קריק, די לעקטער אין קלאזעט איז פארלאשן, וויזוי וועליך ליינען פרייטאטג צונאכט'ס?, הא? נו ביסטעך איצט דארט געווען??!!! אבערבעסער בינעך שטיל. פאלגזאם גייעך אנצינען פארלעשן אלעס וואס מ'ברויך..
טאטי, טאטי... הערט זיך קולות.. יא וואסי??? די מעטשעס האבעך נישט דא.. כ'מיין יענקי דרייעט זיך דערמיט.. ניר'לעדיגט דאס אויך. שוין באררעכעשעם די שקיעה האט ענדליך ערשיינט צו מיין גוט מאזעל. א_נישט וואלטעך אין שוהל נישט געקענט גיין.
שלעפט זיך דער אידעלע אריין אין שוהל פרייטאג פארנאכט, ווען ארום איהם קומען עטליכע בנים שהגיעו לחינוך, אמער מ'בריינגט זיי אין שוהל, און נישט צום בעביסיטער, אידאך זיכער אז זיי זענען הגיעו לחינוך...... איי פארוואס דרייען זיי זיך און קערן איבער ס'שוהל??? אמממ......
ווען ער קומט שוין אין ס'מעדרעש, צו זיין מאזעל איז נישט דא קיין שבע ברכות די וואך, סאו זיין פלאץ איז געהעריג פריי, נישט דא קיין געסט וואס פרעגן מיטן פולן תמימות: דא קעמען זיצן? און אז ער וויל ענפערן זיצט שוין יענער מיט זיינע פיר שוואגערס ארום, און ויסע ויט ויבוא וילך,, די זיץ איז א פארגאנגענהייט... אבער דאנקן גאט די וואך. מיט שווערע טריט דערשלעפט ער זיך צו זיין פלאץ. און ער פאלט אנידער ווי ער וואלט אקאורשט געקומען א וועג פון א האלבע שעה אדער מער. זיינע אויגן נאך פאר עס האט געזעהן דעם ישקני מיטן הודו, פרובירן זיי שוין צוזמענצוקלעבן די צוויי אויגן לעפלעך, (נישט פארמישן מיט: א מעשה מיט א לעפל) און נאך פאר ווער וואס ווען יא ניין נישט שווארץ ווייס, שוועבט שוין אונזער ר' משה אין אנאנדער פלאנעט... ער חלומ'ט זיך ווי דער באנק מענעדזשער רופט אריין אין אפיס, און זוכט דוקא רעב מאשען, ווייל ער איז דער סיינער אוו דע אקאונט, ער זאגט איהם קלארע דיבורים: דיין אווערדרעפט דארף קומען צו אן ענד עס איז שוין באלד 15 טאג אווער, און כ'מיין מ'קען נישט אזוי... ר' מוישע פארט אריבער צו זיינע אינגערע יארן, ווען זיין משגיח האטט איהם געזאגט בערך ס'זעלבע ווערטער: מוישע, כ'מיין מ'קען נישט אזוי. און פון דארט כאפט ער גלייך אריבער די באן צו זיין אינגל'ס מלמד, וואס האט איהם געבעטן אז ער זאל לערנען און פארהערן דעם קליינעם יענקל'ען, וויאזוי דער מלמד רופט איהם בלשון חיבה. ער זאגט קלאר אז ער איז פאטענציעל א גרויסער תלמיד חכם, אבער מ'מוז אריינלייגן אז עס זאל וואקסן...
ברוך אתה האשעם, הערט ער דעם בעל תפלה אויסרופן, ניטאמאל האט ער געמערקט אז דער שאמעס האט איהם געפרעגט צו ער האט שוין געדאוונט, און ער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ אויף יא, ווען דער שאמעס זאל וויסן אז ער האט יעמאלט גערעדט מיט יענקל'עס מלמד, וואלט ער איהם נישט גערעכנט פאר תשעה עונים... אהה אוקיי, יענקעלע קוקט אויפן טאטן, וואס זאלעך טוהן דא??? קלאצן א_ווי טאטי??? כ'מיין פארוואס קומעך אין שוהל???
אהה דארט פונדערווייטנס מערקט ער שוין אן זיין חבר שלוימעלע, וואס לערנט אין זעלבן חיידר א_ווי ער, שלוימעלע'ס טאטע אבער איז אנאנדער מאנסע. שלוימעלע'ס טאטע איז שטענדיג פארנומען: אויב די קינדער האבן נישט קיין סעמפל, צו וואס זאלן זיי זיך מוטשען??? לאמיר איהם אנרופן ר' חיים, ר' חיים ארבעט ערב שבת נאר ביז חצות, א מינוט נאך חצות, זאגט ער פאר זיין ארבעטס-געבער, הערט אויס: א גוט שבת, אז איר ווילט קענט איר מיר באצאלן, ער קומט אן אהיים, ער גרייט באלד די ליכט, און פון דארט ביז כאפן א נעפ איז פאלג מיר א גאנג, ס'גאנצע הויזגעזינד ווערט אין געציילטע מינוטן פארזינקען אין א טיפען שלאף... ווען מ'ערוועקט זיך גייט מען אין די מקוה, און מ'האט נאך ברייט צייט צו א גרויסן טועמיה. און דערויף קומט מען אין שוהל אריין, פול מיט חיות, פול מיט לעבהאפט. מ'זעצט זיך אנידער מיט א ברען און מ'זאגט דעם שיר השירים מיט א מתיקות... אזש עס גייט אריין אין די ביינער פון די קינדער, קינדערלעך מיהאמיר א גוטן טאטן אין הימל וואס האט אונז געגעבן א זיסן לעכטיגן טאג, און אונז געהייסן נישט ארבעטן, נאר זיצן און פארברענגן מיט איהם אליינ'ס, להתענג על ה'...
איי לכו נרננה להאשעם מיט גאנצן חיות, מיט'ן גאנצן פייערל, הויבט אן ר' חיים קבלת שבת, און אזוי מיטן גאנצן ברען פאטשט ער ביי לכה דודי, עס פארגלוסט זיך פשוט נישט פאר זיין קליינעם שלוימעלע אוועקצוגיין פארברענגן צייט, אהה מעכייע קענעך זיצן דא נעבן טאטן און שעפן חיות און קדושה אנע ברעג.... ער מערקט זאגאר נישט אין יענקעלעס וועזנהייט, און זיכער נישט אין זיינע ווינקען מיט די הענט און מיט די קאפ...
אבער יאנקעלע איז זיך נישט מייאש, ער מוז דאך עפעס טוהן דאט אין שוהל, ער אידאך פאר עפעס געקומען. זיין פאטער ווען ער האט זיך שוין ענדליך ערוועקט פונ'ם קול פונ'ם בעל תפלה וואס זאגט פול מיט ענטוזיאזם ימין ושמאל תפרוצו, און דער גאנצער עולם שטעלט זיך אוועק א_ווי סאלדאטן אין מלחמה... און מ'פאטשט, א שטייגער ווי ר' חיים. שטייט אזוי ר' מוישע און קוקט אן דעם גאנצן ציבור מיט אזאנע הינערישע אויגן, און יענקעלע כמעט וואס ער וויינט, ס'ווילט זיך איהם זאגן: טאטי, זיי אזוי ווי די אנדערע טאטעס, אבער יענקעלע אידאך אניידעלע נשמה, ער פארשטייט אז ער איז א אינגל, און א אינגל פרעגט נישט אזעכע פראגעס א טאטען.
אבער נישט לאנג האט עס געדויערט, יאנקעלע מערקט דארט דעם אנדערן, ני וויהיייסט ער נאר, ער לערנט טאקען נישט אין זיין חיידר, אפילו נישט זיין כתה, אבער עפעס מערקט ער דארט אז יענעם'ס טאטע... אהה יא דער אינגל הייסט בערעלע שלייקעמאכער, זיין טאטע איז פון די בעסערע מענטשן, יאנקעלע ווייסט נישט זיין נאמען, אבער יאך וועלייך פארציילן, ער הייסט ר' משולם שלייקעמאכער. (כ'מיין אז זיין זוהן הייסט אזוי אויפן לעצטן נאמען, אידאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל נישט הייסן אנדערש) ר' משולם איז פון די וואס קומען אן נאך מנחה, און כאפן אזוי שנעל-שטיל א שמוינעסרע, און דערנאך זעצט מען זיך צום פאליש טישל, און דארט פארגייט א שמועס על דא ועל הא, אינדערמיט שרייעט ער (אויך שטילערהייט, עס זאל נישט זיין קיין בזיונות): בערעלע, דאוון א ווארט, דו ביסט שוין א כתה ה' אינגל, דו פארשעמסט מיך געהעריג, און זעלבן ריטעם דרייעט ער אויס זיין קארפן קאפ צו זיין שכן ר' דוד גימפל, און ער זאגט איהם: יא זעכער כ'מיין אז גרונם איז ארויס פון ביזנעס, כ'געהערט זיין ארבעטער רעדט זיך אפ לעצטענס אז סיז געפערליך סלאו, פון די זייט פרעגט ר' שמואל דארט: משולם, זאג נאר, ווען פארסטו וואקעשען??? הא?
בערעלע, כ'ווארן דיך, קום אהער, חחחחחחחחחח בערעלע לאכט אין די פויסטן, ער אישוין לאנג ביין באלעמער דארט מיט יאנקעלען, און לאכן הויעך וויזוי ר' חיים שאקלט זיך אזוי געשמאק.... און אזוי זוכן זיי פון דא ביז דארט וואס מ'קען אלץ אויסשיסן אין א געלעכטער.
אבער ר' משולם שמועסט און שרייעט, און ר' משה כראפעצט....
אוקיי, כ'בין פיניש, ווער עס וויל קען צולייגן פעפער און זאלץ...