בלאט 1 פון 1

כ'רוף א מיטונג אלע קרעטשמערס

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 2:12 pm
דורך סאכדעס
העלף מיר נישט, כ'קען אליינס בויען ס'אפיסל, נו גיי מוחל עוונות, כ'דארף נישט קיין העלפ, כ'קען מיר אליינס האלטן ס'האמער...

וואס???????? כהער נישט??? א דרילער?? כ'קען דאס אויך, פעלט נישט אויס, ס'האמער'ל איז פונקט גענוג..

אוקיי כ'דארף נאך קויפן א באטל זאלב, אפסס ניין כ'מיין א באטל פעינט, פעינטן די פיר ווענט... און היידא א פריוואטע אפיס מלגאו פון די היימישע קרעטשמע, מלבר אידאך נישט אינטערסאנט......

ס'געפעלט דיר נישט די קאליר??? כאדאך דארט וואו דו האסט מיך......

וואס איז שוועמלע??? די וואנט איז אביסל שיעף??? הא??? אזוי ווילעך עס זאל זיין, גייטעך אן???? וואס פייניגסטו, כ'זאג אייך אלע, דאס איז מיין אפיס....

יא כ'ווייס אז כאגערופן א מיטונג, אבער הערט אויס וואס כ'וויל זאגן, און טיילט מיר נישט וואס כאבעך צו טוהן...

צייטליך פון דיר פאסט נישט די פראגע, אבער אז דו פרעגסט יא, העליך דיר ענפערן אין פרצוף אריין, דארט ביין די מנהלים אין אפיס, איז אלעס סיקרעט'ס, דא וועליך רופן מיטונגען נישט פאר סיקרעטס, נאר זאכן וואס מעגן גערעדט ווערן אין פובליק, כ'ווייס די מנהלים אלע אויפאמאל וועלן פלאצן, אז זינט יגר'ל האט אראפגענומען דעם פלץ יפלוצון פון זיין חתימה, האט זיך נאך אזא געפלאצעץ נישט געפלאצט... אבער סיז זייער פאולד, זיי העטן ווען געברויכט בויען אזא גרויסן שטיבל דא אין קרעטשמע אליינ'ס..... וואו אלע קרעטשמערס בזמני האסיפה זאלן זיי האבן א בענקל וואו צו זיצן מיט אנגסט און שפאנונג און וועלן צוהערן צו די ערענסטער רייד וואס הערט זיך ריטמעריש פונ'ם אזוי באגאאבטן רעדנער. אבער איצט איז שוין דערנאך, אדער דערפאר....

אוקיי, די מיטונג איז איבער דעם 9/11/01 יא אזוי ווי איר הערט, כ'על דא איהם אויספראקן אזוי אז ער זאל וויסן פון היינט אויף אייביג אז.... וכל העם ישמעון ויראון ולא יזידון עוד..

איז אזוי, כ'רעדט שוין נישט פונ'ם עבר זיינעם, כ'מיין יעדער ווייסט וואס איז פארגעקומען אין דעם ביטערן טאג, כ"ג אלול, איי כ'דענק עס אויף מיינע הויט, נישט אז מיינע הויט האבן געברענט, נאר כ'בין געווען ערשיטערט א לאנגע צייט דערפון.... איז אזוי קומט ער אזוי דא אריין ביינונז אין די קרעטשמע, מיילע עריז דא. זאלער זיין, שטערט מיך דען אז נאך איינער לייענט מיינע בויך קוועטשענישן?? ניין, ס'ארט מיר כלל נישט... נאר וואס ווילעך דא, וועליך אייך זאגן... כ'מוז דערגיין ווער האט דעם פארזאן געלערנט לייגן בילדער דא???? הא.??? דער שולדיקער זאל זיך שוין מוחה זיין... דער אידאך געפערליך, כ'מיין כ'קען דאך נישט זיך ווארפן ביי יעדן בילד עקסטער...

אידאך אזוי ווילט איר דאך אלע וויסן, על מה יצא העז??? צו וואס האט זיך דער סאכדעס צובורדזשעט??? הא? איז אזוי ס'יז דא עטליכע סארט בילדער לייגער, סיז דא וואס לייגן אומבאטעמט'ע בילדער, אומבחנ'ט, וואס באכעשעם די קרעטשמע איז ריין פון אזעכע סארט. דערויף אידא אזעכע ווי טריאו וכדו', וואס לייגן בילדער, אמאל איז עס לאכעדיג, אמאל איז עס אינטערסאנט סתם אזוי, און צומאל איז עס נישט ספעציעל אינטערסאנט, אבער נישט שלעכט, אויף די לשוה"ק שפראך זאגט מען: נאט בעד... אלזא, ער האט גענומען א נייעם מהלך, יעדע בילד מוז מען לאכן... כ'מיין וויפיל אידעשיר??? מ'קען דאך ארויסגיין פון די דישעס, נישט אז ס'באדערט מיך ס'עצם ענין, נאר, כ'מיין שטעלט אייך פאר מיר זיצן דא אלע אין אפיס. יא? יעדער אידא?? און פלוצים זעהט מען זארעכ זיך רייסן פאר געלעכטער, אוקיי, איינמאל קעמען פארקוקען, אויב אבער איז עס אנע אויפהער??? כ'מיין וואס וועט מען טראכטן. אזוי קוק איך אויס דא זיצנדיג אין קוקענדיג זיינע בילדער.

הערטייך גוט איין וואס כעלייך זאגן... כ'וואלט שוין אויף אלעמען פארקוקט, הערט גוט איין... ענדליך נאך זיך אזויפיל קאטשען, זעהיך אז אין מילתא דאבי מ'לעבט האט ער אויך עפעס געשריבן. שוין קלעריך צו מיר, מסתמא באדאנקט ער זיך פאר עמיצין, אבער ניין, ווידער שיסיכויס אין א הילכיג געלעכטער..

אלזא, כ'בין אייך אלע ממנה דא ענק זאלן דערגיין מה טובו פון דעם 9/11/07 הלנו או לצרינו, בלייבט ער ביינונז ביז משיח'ס טאג, א_ווי מיר אלע האפן, אדער חס ושלום פלאנט ער אונז איבערצולאזן חס ועכאלילע....

ווער עס האט עני אינפארמעישן זאל מיר קומען זאגן דא אין אפיס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 2:23 pm
דורך צייטליך
סאכדעס, קודם וויל איך וויסן, די וועסט יא פארבליין דא ביזן משיח'ס טאג? אנע דיר ווי וועלן מיר זיך אהין טוען, יעדען טאג ב"ה האסטו א מעשה פאר אינז, די איינוואוינער דא, און אזוי ציקערדיג אראפגעלייגט, ווי זאגט נאר זארעכ ? אה, יא, די 'האניג פעדער' !!!, אוי אידאס צום באלעקן!

ביזדערווייל איז מיר נאכנישט אריינגעקימען עני ניצליכע אינפארמאיע איבער די סטאטוס פון ניין עלעווען, עס סאנעס איך וועל עפעס וויסן שיק איך גלייך א פעקס צו דיר אין אפיס.

שכויעך סאכדעס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 2:30 pm
דורך יאנאש
דו בלייב נאר ביי דיר אין אפיס, ווייל דא אינדערויסן איז יאמטעף אין די וואכן, דער ניין עלעווער דרייט דא אן א שטאט אזש מען קען פלאצן פון שמייכלן אזויפיל, זינט דער יעקב דוב סקרענטענערס חתימות האב איך נישט געלאכט אין איין ציה ווי היינט.

אבער וואס ווייסטו, דו זיצט דאך אין דיין פריוואטע אפיס'ל, ביי די וועי, חחחחחחח די לאמפ האלט ביים טראסקען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 2:34 pm
דורך סאכדעס
אהה זעהסט יאנאש'ל כאב הנאה אז דו האסט זיך אנגערופן, על ראשון אחרון ועל אחרון שנית. הערויס, די לאמפ איז ספעציעל אזוי געשטעלט, זעץ זיך פאר די לאמפ איז גראד??? וואלטעך די דאך איינגעפאלן..

איז אזוי, דער עיקר אז מ'לאכט איא? אונזער ציהל אידאך לשמוח ולשמח.... נו אלזא, וואעכילעק צו כ'בין דא צו כ'בין אינדרויסן....

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 2:35 pm
דורך 9/11/01
כקום אריין יעצט אין קרעטשמע אין איך הער קולות וואסיז 9/11 9/11 כאב מיב דערשראקן נאכאמאל 9/11 אוי ווי בלאסערהייט פרעג איך טריאו וואס גייט פאר זאגט ער אז מ'זוכט דעם 9/11/01....... וואאאאס איז פרעג איך ווען איך ווער נאך בלאסער(אפשר די מנהל האט געהייסן מיך אויפוכן)וואס גייט שוין פאר זאגט ער נאאאא ליין וואס סאכדעס שרייבט און...........................

צו אלע מיינע פריינט יא איך האף דא צו בלייבן מיט די הילף פון אויבן(נישט א אויוון)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 2:38 pm
דורך סאכדעס
אהה ווער האט איהם אהערדערשנאפט, אהה קום אהער נענטער דארט שטיי נישט ווייט, כ'קען נישט אזוי, נאדיר א האג.... ביזטאך זיסער פון די האניג פעדער....

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 2:59 pm
דורך abimlaibt
אוי אוי אוי סאכדעס אוי אוי אוי סאכדעס....
שכח פארן דיך ארויפשלעפען די שטיגן עד הלום, דיינע זיסע שפראכלאוזע לשונות אידאך צוויי אין די וועלט אריין,
האסט גוט ארויס געברענגט די טאלאנטען פון אונזער איבערלעבער ה"ה ניין עלעווען אף אוה וואן,
ובחדא מחתא, א שכח פארן מדובר אליין פארן אונז מהנה זיין מיט דיינע שיינע בילדער,

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 4:15 pm
דורך מאשקע
סאכדעס, הער אויס. כ'וואלט דיר ווען מוחל געווען דאס עפענען לעצטנס אן אשכול א טאג. כ'וואלט דיר אפילו מוחל געווען די קאסטן פון קויפן א נייע בענקל, וואס די אלטע האט זיך פונקט צעבראכן פון זיך ווארפן אזויפיל פאר געלעכטער. אבער, מה יאמר זארעכ? כ'מיין, דו שטעלסט אים יעצט אריין אין א דילעמא. ער האט דאך נישט אזויפיל צייט ווי דיר. סאו וואס ווילסטו יעצט? מיט וואספארא בייפאל זאל ער יעצט אויפקומען, ארויסצוברענגען ווי גוט דו ביזט?

איך טראכט, אז אפשר זאל זארעכ זאגן אז קומענדיגן ר"ה גייט מען איינטינקען די חלה אין סאכדעס'ן... און אז דברי תורה זענען מתוקים מסאכדעס ונופת צופים... אדער אז אייזיק סאכדעס זינגט הערליך אויף זיין לעצטע טעיפ... אדער אז מ'זאל קויפן א סאכדעס-דא אנשטאט די געווענליכע מעלאונע... אדער אז די לעידיס אוקזילערי זאל פארקויפן באטלעך סאכדעס... און אז זינגער באקט די בעסטע סאכדעס-קוקיס... און ביי אן אפשערן זאל מען עסן א סאכדעס-קעיק...

שוין, מיין מויל איז שוין טרוקן. איינער זאל מיר ברענגען ביטע א גלעזל טיי מיט סאכדעס...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 4:20 pm
דורך יגרסהדותא
סאכדעס, איך האף דו גייסט נישט עקספייערן.. ביזדערווייל ביסטו ריזיג

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 4:33 pm
דורך צייטליך
מאשקע, ביסט ריזיג, יוי האביך געלאכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 4:36 pm
דורך דרך אגב
וואס איז געבליבן ביי די מיטונג? אז מען גייט קלאטשן מיט א חיות ביי לכו נרננה מיט לעפלעך?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 4:54 pm
דורך סאכדעס
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח מאשקע זיסער ווי דו אידאך נישטא...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 4:55 pm
דורך זארעכפעפער
ניין... ניין... סאכדעס. הער אים נישט אויס, דעם מאשקע, כ'זאג דיר, פאלג מיר, הער אים נישט אויס. דו גיי נאר ווייטער אן...

זאג'נעם, דעם מאשקען, ער זאל זיך נישט אזוי זארגן פאר זארעכ'ן...

איי פרעגט ער דאך ווא-וועט זיין? אה, אי'כא'שוין בערייט א פשוטע נייצע. איך כעל אפירקראצן מאשקען, כ'על זיך ווענדן צונעם ער זאל מער צושטעלן נאך אזא סאכדעס'דיגע... תגובה, א ווי ער האט דא אהער געשטעלט, און דע זאך עט זיין ערלעדיגט...

כאפטא?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 4:57 pm
דורך סאכדעס
נאכאמאזעל דו ביסט דא אריינגעפאלן ווי א יון אין די... ווויי געוואלד וואס רעדט איך דא? ווי א גרעק.. אךךך אויך נישט גוט, ברענגט נאר דעם שלטי גבורים, העליך וויסן פונקטליך, דא הער דעם עבד מיטן מלך

כ'נעם אן וואדו זאגסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 6:55 pm
דורך יאנאש
לצים....

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 10:13 pm
דורך יענטאאש
סאכעדס איך לויף דיך דא נאך ווי א משוגענער, און דו זאגטס און זאגסט זאגטס און זאגסט זאגטס און זאגסט זאגטס און זאגסט ....... וואטעווער..... דו האלט נאר אן!.... גענישויף!..... אז דאס מויל וועט דיך טרוקן ווערן האט דאך 'צוקער' דיר געגעבן אנייצע צו טרינקען א טיי מיט 'סאכדעס'..... אוי.... חחחח..... כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז האניג מאכט מען פון פיש און לאקשן-קעז..... אין קרעטשמע בלי חידוש.....

אה, און ביידעוועי ניינעלעווען, איך גלייב אז סאכדעס האט שוין גערעדט צו דיר דערוועגן, אבער כ'וויל דיך נאר דערמאנען וועגן דאס דא בלייבן.... יא?.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 8:44 am
דורך וואס
עס האט דאך א שיעור וויפיל מען קען שפייען פון געלעכטער...