בלאט 1 פון 2
פראדאקטיוו מאכט א שבת אין ראלי האטעל
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 4:21 pm
דורך יצחק דע באנקיר
איך זעה אדווערטטיזט אין די גאסען אז די וואך שבת פ' תולדות גייט זיין א שבת אינאיינעם מיט פראדאקטיוו אין די ראלי האטעל.
וואס גייט זיין דארט ווייסט עמיצער מער פרטים?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 4:27 pm
דורך יאנקעלע קליגער
בעיקר דרשות פונעם בעל הפראדאקטיוו , און אויך גייט ר' הערשל פר"מ מהנה זיין
פאר די פרויען גייט זיין עפעס א דרשה פון א פרוי איך געדנק שוין נישט איר נאמען
אה שיעור פארגעסן ס'גייט זיין פיינע שבתדיגע סעודות און אויך פלאץ ווי צו שלאפען אויך א מנין צום דאווענען
וואס נאך ווילסטו וויסען
(קרעדיט: דער בולעטין)
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 4:30 pm
דורך יצחק דע באנקיר
פאר סתם שיינע דרשות לוינט צו גיין פאר א שבת? האט עס עפעס א קשר צו זיינע קלאסען וואס די בעל ה'פראדאקטיוו מאכט?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 4:37 pm
דורך מאגר
כדי שלא תשכח תורת "פראדאקטיוו"!
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 4:38 pm
דורך יאנקעלע קליגער
עפעס אזוי שרייבט ער אז ס'האט א קשר
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 4:52 pm
דורך יציב פתגם
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:איך זעה אדווערטטיזט אין די גאסען אז די וואך שבת פ' תולדות גייט זיין א שבת אינאיינעם מיט פראדאקטיוו אין די ראלי האטעל.
וואס גייט זיין דארט ווייסט עמיצער מער פרטים?
וויפיל געלט וועט דאס אפקאסטן פאר א קאפל?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 5:00 pm
דורך שלעפשיץ
שבת גייט ער רעדן וועגן ביזנעס?
אתמהה
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 5:19 pm
דורך פריילאך
לעטס עקט מעטשאר...
ער מאכט א שבת, וואס וועט זיין א שבת התעלות, מיט אסאך הוספות מער ווי א געהעריגע שבת.
זייער אסאך פון זיינע טאלס און טעכניקס קען געטוהן ווערן שבת אויך, איך גלייבט מען וועט אויפשטעלן דעם עולם האלטן דרשות וכדומה.
פאר די געוועזענע תלמידים דארף עס זיין אינטרעסאנט.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 5:29 pm
דורך יצחק דע באנקיר
יציב פתגם האט געשריבן:יצחק דע באנקיר האט געשריבן:איך זעה אדווערטייזט אין די גאסען אז די וואך שבת פ' תולדות גייט זיין א שבת אינאיינעם מיט פראדאקטיוו אין די ראלי האטעל.
וואס גייט זיין דארט ווייסט עמיצער מער פרטים?
וויפיל געלט וועט דאס אפקאסטן פאר א קאפל?
ווייסעך נישט
שלעפשיץ האט געשריבן:שבת גייט ער רעדן וועגן ביזנעס?
אתמהה
וועלכע ביזנעס גייט מען לערנען דעם עולם ?
פריילאך, עס איז בלויז פאר זיינע קלאס מעמבערס?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 6:30 pm
דורך פער בריסטאו
מען גייט אויסלערנען דער עולם טאנצען
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 6:31 pm
דורך צולייגער
קאסט א אלפ'ל
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 7:09 pm
דורך שאהן הענניטי
לאו דוקא יוצאי הקלאס
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 9:28 pm
דורך הרבטייטעלבוים
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:פאר סתם שיינע דרשות לוינט צו גיין פאר א שבת? האט עס עפעס א קשר צו זיינע קלאסען וואס די בעל ה'פראדאקטיוו מאכט?
סהאט לכורע א שייכות צו די אנדערע זאך וואס בעל הפראדאקטיוו מאכט.
מסברא בעלמא#
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 9:59 am
דורך יצחק דע באנקיר
פריילאך ביסט אפשר באקאנט צו ס'דא עפעס נייעס איבערצוגעבן פון די שבת? אדער האסט גארנישט געהערט עפעס ספעשל.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 11:07 am
דורך abr
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:פריילאך ס'דא עפעס נייעס איבערצוגעבן פון די שבת? אדער ס'איז נישט פאר די עולם צו וויסען
אז די וועסט ברענגען א חבר וועסטו באקומען א דיסקאונט .
און עס גייט זיך אויסצאלען כאטשיג 10 מאל .
און פארשטייט זיך אליינס אז מען דארף ארבעטען אויף זיך .
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 12:46 pm
דורך יצחק דע באנקיר
עס איז זייער אינטערסאנט וויאזוי איינער וואס זאגט אז ער איז אריבער די קלאסען זאל אזוי זיכען צו גיסען אויף דעם קלאס פעך און שוועבל
זאג נאר עיבער אפשר גייסטו צו פראדאקטיוו וועסטו נישט דארפען מער אזוי שימפען אויף זיי, איך קען נישט זען פארוואס מען דארף סתם אבי געזונט יענעם אראפרייסען.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 12:53 pm
דורך פריילאך
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:פריילאך ביסט אפשר באקאנט צו ס'דא עפעס נייעס איבערצוגעבן פון די שבת? אדער האסט גארנישט געהערט עפעס ספעשל.
געהערט סאיז געווען א קליינעם עולם, זעהט אויס ווען סקומט צו ספענדן אזויפיל געלט, איז די עולם נישט אזוי פראדאקטיוו.
כלפי ABR, איך פארשטיי גאנץ גוט וואס באדערט, איינער וואס האט געספענט און עס ארבייט נישט טוט שוין איינמאל וויי.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 1:16 pm
דורך יצחק דע באנקיר
אפאר מנינים אידן זענען יא געווען?
סא פריילאך אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז די געלט איז א ערנסטע ריזיקע צו געבן?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2014 11:48 pm
דורך abr
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:עס איז זייער אינטערסאנט וויאזוי איינער וואס זאגט אז ער איז אריבער די קלאסען זאל אזוי זיכען צו גיסען אויף דעם קלאס פעך און שוועבל
זאג נאר עיבער אפשר גייסטו צו פראדאקטיוו וועסטו נישט דארפען מער אזוי שימפען אויף זיי, איך קען נישט זען פארוואס מען דארף סתם אבי געזונט יענעם אראפרייסען.
זאגסט דיך אז די ביסט נאך נישט געווען נו פארשטייסטו נאך נישט אלעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 10:14 am
דורך יצחק דע באנקיר
איך האב גערעדט מיט א משתתף ביים שבת, ער זאגט ס'געווען עפעס איינס אין די וועלט, עס האט אים געגעבן א נייע קוק אויף וויאזוי מען רעכט אפ א שבת, ער זאגט אריבער א הינדערט נפשות זענען געווען אנוועזנד ביים שבת, און די ארגאנעזירער פלאנען צו מאכן נאך אזעלכע שבתים.
העמיר פרובירען מאכן זיך צייט אמאל פאר די זאכן מיט צוהאלטען וואס דארט טוט זעך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 3:00 pm
דורך abr
יצחק דע באנקיר האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט א משתתף ביים שבת, ער זאגט ס'געווען עפעס איינס אין די וועלט, עס האט אים געגעבן א נייע קוק אויף וויאזוי מען רעכט אפ א שבת, ער זאגט אריבער א הינדערט נפשות זענען געווען אנוועזנד ביים שבת, און די ארגאנעזירער פלאנען צו מאכן נאך אזעלכע שבתים.
העמיר פרובירען מאכן זיך צייט אמאל פאר די זאכן מיט צוהאלטען וואס דארט טוט זעך.
אריבער הונדרט נפשות מיינסטו מענער ? אדער מענער פרויען און בעיביס צוזאמען ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 3:15 pm
דורך אייער_קיכל
פריילאך האט געשריבן:לעטס עקט מעטשאר...
ער מאכט א שבת, וואס וועט זיין א שבת התעלות, מיט אסאך הוספות מער ווי א געהעריגע שבת.
זייער אסאך פון זיינע טאלס און טעכניקס קען געטוהן ווערן שבת אויך, איך גלייבט מען וועט אויפשטעלן דעם עולם האלטן דרשות וכדומה.
פאר די געוועזענע תלמידים דארף עס זיין אינטרעסאנט.
וועלכע וועג דו זאלסט עס נישט לייגן איז דאס געטוהן ביזנעס אום שבת/מיטן שבת
איך וואלט געוואלט זען א הסכמה פון כאטש איין פראמינענטע מורה הוראה וואס איז באקאנט מיט אלע דעטאלן ארום און איז עס מתיר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 3:20 pm
דורך יצחק דע באנקיר
יעדער מאכט היינט א שבת התוועדות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 3:25 pm
דורך אייער_קיכל
דאס איז די גאנצע היתר? כ'הער
כ'האף איר פארשטייט די נפק"מ ווען א ישיבה צו א ארגאנעזאציע מאכט א שבת התוועדות פאר חיזוק פוירפעסעס און פארקויפן טיקעטס דזשאסט צו קענען קאווערן די עקספענס פון די שבת, צו ווען אזא ביזנעס ווי פראדאקטיוו מאכט א שבת צו קענען פראקטעצירן אירע עקסערסייזעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 4:19 pm
דורך יצחק דע באנקיר
מען דארף וויסען וואס די שבת דארט איז געווען, איך ווייס נאך דערווייל נישט,
אויב איז עס געווען גענוי ווי א קלאס דארף מען טאקע וויסען צו ווען איינער מאכט שיעורים למחנכים וחתנים א.ד.ג. צו עס איז מותר אדער אסור צו ארגענעזירען אין שב"ק.