בלאט 1 פון 2

הנה זה בא, דיזער איז שוין באלד דא, נישט מאכן קיין טראסק

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 4:47 pm
דורך מאשקע
דער באקאנטער "דיזער ערצעלונג" האט זיך אקורשט פארבינדן מיט מיר אין תיבה אישית, און מיר געלאזט מעלדן די פרייליכע בשורה, אז ביז געציילטע טעג קומט ער צוריק.

אבער, א גרויסער אבער, בתנאי אז מ'וועט בשום אופן נישט מאכן קיין טראסק! ער האט קלאר געבעטן, בזה הלשון: געב איבער אין מיין נאמען, אז מ'זאל נישט מאכן קיין פרסום. כ'דארף עס נישט און כ'ברויך עס נישט און כ'וויל עס נישט. עד כאן לשונו הטהור.

דערפאר בעט איך דא פונעם גאנצן ציבור. כבודו של אדם זהו רצונו... אופפסססס... עניוועי, ער האט געבעטן מ'זאל זיך האלטן שטיל. מצוה לשמוע דברי האויבער-חכמים. קיינער זאל ביטע נישט מגיב זיין דא - אדער סיי וואו - איבער זיין צוריקקער. יעדער זאל זיך האלטן דאס פעדער. ביטע נישט מאכן קיין פרסום.

געדענקט, כ'האב אייך געווארנט!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 4:48 pm
דורך צייטליך
ביטע אויפמאכן א "קאמענטארן אשכול"....

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 4:49 pm
דורך מאשקע
שוין, איין חכם איז שוין דא... לאמיר זעהן ווער נאך ס'קען באווייזן די קונץ און עובר זיין אויף א בפירוש'ן אנזאג...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 4:58 pm
דורך יגרסהדותא
חלילה, איך גיי עס זיכער נישט טון, איך בין נישט מגיב קיין איין זאץ, קיין איין ווארט איבער "דיזע" וועט פון מיין פעדער, און נישט פון מיין קיבארד נישט ארויסקומען.

זאג אים בשמי, איך רעד נישט פון אים, כאטש איך חליש שוין, איך האב זייער ליעב געהאט זיין פעדער, זיין שריפט, זיין חתימה איז אויך געווען א שמייכל צו טון, ווער קען דען פארגעסן די "פלאדיגע" מעשה האט פאסירט אין דארף, סאמטינג לייק דאט, איך קען מיך זייער שווער איינהאלטן, אבער, פאר "דיזע" אלעס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:00 pm
דורך צייטליך
שוין, ס'באדערט מיך אזוי, פארוואס מיז איך אייביג זיין דער איינציגסטער חכם און רעדן, קוק ווי שיין דער יגר'ל האלט זיך איין, קענסטו דען נישט זיין פונקט ווי אים , פלעגט אייביג מיין טאטע זיך בייזערען, פארוואס מיזטו זיין אנדערש????

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 10:25 pm
דורך איך_הער
צייטליך, נו טאקע, וואסעט זיין מיט דיר? ווען עסטו ווערן א מענטש? הא? דיין טאטענ'ס ווייסע בארד, איז דיר נאכנישט גענוג?

איי עם סארי איך מוז רעדן פון דיר, פון דיזע לאזט מען נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 10:30 am
דורך יאנאש
איז אזוי, העט ער טאקע צוריקומען זאל נישט גערעכנט ווערן מיינע רייד, און אויב נישט האב איך במילא נישט וואס צו רעדן, סאו איך מיין אז איך וועל טאקע נישט רעדן.

שלח.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 10:34 am
דורך מאשקע
כ'האב אים פריער געזען דא אונטן ביים ווינקל. ער האט זיך נאך מסתמא געשעמט אריינצוקומען געהעריג, ער האט נאר געוואלט טשעקן צי מ'האט אים געפאלגט און טאקע נישט געמאכט קיין טראסק פון אים.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 10:51 am
דורך צייטליך
אה, דאס איז גוטע נייעס, אזוי וועט ער כאטש זעהן אז מ'האט נישט געמאכט קיין טראסק..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 11:19 am
דורך abimlaibt
איך מאך בכלל נישט קיין עסק דערפון, ווארום דיזער ווילט נישט, אין איטליכער יארע זענען פארגעצויגן געווארען אזוי צו פארשליסען,
אבער אז איך וועל סתם אזוי ארויס גיין וועט עס אויסקוקען ווי א שלאנג איז אריבער א שטיין, און שוין,
קיינער וועט אפילו נישט וויסען אז איך מאך נישט קיין עסק, ממילא זייט וויסען אלע איך בין יא געווען דאהי און איך מאך נישט קיין פרסום.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 11:57 am
דורך דיזע ערצעלונג
ישר כח מאשקע פאר די ווארעמע רייד, און נאכדערצו פאר'ן מאכן אלעס אזוי איידל און באשיידן ווי עס פאסט פאר אזא באשיידענער עניו ווי איך בין.

איך בין פון די אידן וואס אנטלויפן פון כבוד ווי א פייל פון א בויגן, און איך פיק אלעמאל אויס די לעצטע באנק אין בית המדרש אנשטאט דעם אויבן אן.

אגב, בין איך לעצטנס געווען ביי א שבע ברכות האט דארט דער בדחן דערציילט א מעשה מיט יענעם מחותן וואס האט אנגעזאגט דעם בדחן אז ער זאל אים בשום אופן נישט אויסרימען, ווייל ער גלייכט נישט קיין כבוד, און ס'באדערט אים זייער שטארק ווען מען רימט אים אויס - ממש ס'קרענקט אים אויב טוט מען דאס פאר אים. ווען ס'איז אבער געקומען למעשה האט דער בדחן פארט אים זיך גענומען צו רימען און ווען ער האט געזען ווי שטארק יענער גלייכט די יסורים וואס ער טיילט אים אויס, האט ער זיך גענומען רעדן מער און מער, אויסטיילנדיג דעם מחותן קיתונות פון יסורים של אהבה. דער בדחן האט זיך שוין פארגעשטעלט אז צופיל געלט וועט ער ביי די חתונה נישט מאכן פאר'ן פארלעצן א קלארן אנזאג. ווען ס'איז אבער געקומען למעשה האט דער מחותן באצאלט דעם בדחן די גאנצע סכום, פללאס א ריזיגן באנוס. ווען דער בדחן האט אים געפרעגט "וואס פשט?" האט דער מחותן געענטפערט: "זייער פשוט, לפום צערא אגרא..."

בעט איך טאקע דא דעם עולם זיך טאקע ווייטער צו האלטן צו די שטארק באגריסנדע איינפירונג, וואס מאשקע האט איינגעפירט אין דעם אשכול, אז מען זאל רעדן וואס ווייניגער פון מיר, און טאקע ווייטער נישט מאכן קיין פירסום. יעדער ווייסט ווי שטארק איך האחס דאס.

איך האב אקארשט געמופט, און כ'בין יעצט ביזי איינצורישן די דירה, אבער ביז א צוויי-דריי טעג קום איך צוריק, האפנטליך פול קראפט (פול פארס בלע"ז).

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:00 pm
דורך abimlaibt
חחחחחחחחחחח דיזער, שכח פאר די ווארימע צוריקער ווערטער,

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:03 pm
דורך מאשקע
העי דיזער, סיי דיין בילד און סיי דיין חתימה וואלסטו שוין געמעגט טוישן. דיין בילד, צוליב גילוי... און דיין חתימה, צוליב מדבר שקר תרחק...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:08 pm
דורך דיזע ערצעלונג
מאשקע, חחחחחחחח.

צוליב דיר האב איך עס געטוישט.

אגב, ביסט נישט גערעכט, הא לן והא להו. אין מאנרא איז אן אנדערע מעשה. אויב גלייבסטו מיר נישט פרעג די מענטשן וואס זענען געזיצן ביי די לעצטע באנק שבת אין בית המדרש.

סי יו אלל אין עי פיו דעיס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:25 pm
דורך סאכדעס
כבוד העניו ערעב דיזער, שלום,

וואס מאכט איר? א פרייד נעמט אונז ארום הערענדיג די נייעס אז דו קומסט צו אונז צוריק, נאך א לאנגע צייט אפשניט. איז קוידען לאמיר דיר זאגן: שלום. און צווייטנס, קען איך ניט אלץ זאגן, פשוט וויסטאך נישט קיין פערסים....

איז נאר פארבליבן צו וואונטשן..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:48 pm
דורך מאשקע
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:אגב, ביסט נישט גערעכט, הא לן והא להו. אין מאנרא איז אן אנדערע מעשה. אויב גלייבסטו מיר נישט פרעג די מענטשן וואס זענען געזיצן ביי די לעצטע באנק שבת אין בית המדרש.


ווילסט מיר זאגן אז דו גייסט מיט דעם היטל אפילו אום שבת קודש?...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:52 pm
דורך צייטליך
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:און איך פיק אלעמאל אויס די לעצטע באנק אין בית המדרש אנשטאט דעם אויבן אן.

.


אין מקוה דענק איך טאקע אז די זיצט אויף ס'לעצטע באנק, אבער כ'האב די וואך געדאווענט ביי שלוש סעודות אין א געוויסן ביהמ"ד, האט זיך מיר געדאכט אז איך זעה אזא איינער, אקוראט ווי אויף דיין בילד, זיצן גאר אויפן אויבן-אן...

שוין, כ'וויל נישט קיין סאך רעדן, ער גלייכט דאס נישט, העמער ענדערש זיין שטיל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 10:40 pm
דורך איך_הער
ער זאגט דאך אז אין מאנרא איז אנדערש.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 1:14 am
דורך אלץ-ווייסער
אין מיין בעסמעדערש האט די צורה באקומען "ששי" די וואך.
איך האב זיך נאר געווינדערט, פון ווי האבן זיי זעך דערוויסט אז ער קומט צוריק. (די מעשה פון נאפאליען אין די מקוה, קומט מיר אויפן געדאנק)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 9:18 am
דורך דיזע ערצעלונג
צייטליך, אויב די מעשה איז געווען מיט מיר דאן האב איך עס געטאן מחמת גרויס עניוות.

שטעלט אייך פאר איך זאג אפ דעם אויבן-אן, וואס וואלטן מענטשן געזאגט? "הע, ער האלט זיך גרויס מיט זיין עניוות." האב איך דעריבער געמוזט מיט גרויס עניוות אננעמען דעם אפפער זיך ארויפצוזעצן אויבן-אן.

אקעי חברה, איך האב נאך א קנאפע 84 שעה אין מיין לאנג-פארצויגענעם אורלויב. אלזא, גיט מיר אביסעלע מנוחה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 12:12 pm
דורך קרעזי
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז עס זענען צווישן אונז דא אזעלכע וואס פארשטייען נישט וואס מען זאגט צו זיי. מאשקע האט דאך געבעטן בשם אומרו אז מען זאל נישט מאכן א טראסק. קום איך אריין דא אין דערפל היינט אינדערפרי, און איך זעה א גרויסן ריזן שילד אויפגעשטעלט לכבוד דעם צוריקקום פון דיזער. צו מיין מזל, האב איך א כאפ געטון מיין דיגיטאלישן קעמרע, און געכאפט א בילד פונעם סצענע. איך האב נאך עספיעט צו פאטאגראפירן דעם קליינעם וואס איז ארויפגעקראכן אויפהענגן דעם שילד, טראץ די אנווייזונגען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 12:19 pm
דורך סאכדעס
נו זעהסט דען נישט ווי שטיל און אוממערקבאר, אנע פראפאגאנדע ער מאכט עס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 12:22 pm
דורך צייטליך
אוי איז יענער נעבעך א שלי מזל, אייביג מיז מען אים כאפן רעד הענדעד ? (קרעדיט: נחום ראזענבערג)

די כאפסט אים אויפהענגען א סיין, איך האב אים באמערקט אויפן אויבן-אן, עניוועי, ער האט דאך שוין געשריבן, אז ער טוט דאס אויך נאר לשם ענויות, להוציא מלבם און מ'זאל נישט זאגן אז ער האלט זיך גרויס מיט זיין מדה פון ענוה,

פאר כ'פארגעס, קרעזי, ס'איז זייער שיין, כמעט עכט..

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 1:07 pm
דורך דרך אגב
יו ווי איך שטארק איך פריי מיך אז דער איך וויל נישט זאגן הויעך, קומט שוין צירוק, איך האב דאך אזוי ליעב זיינע ארטיקלעך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 12:48 am
דורך קרעמער
וועלקאם בעק דיזער, מיט פרישע כוחות.

אגב, עס קוקט מיר אויס ווי איך האב דא פארפאסט עפעס א בילד, ביטע שעהן, ווער עס האט עס אין באזיס, שענקט מיר עס אין אישית.