בלאט 1 פון 1
איך האב היינט געהערט:
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 04, 2014 8:26 am
דורך נישט
וואו די פייגלעך קוויטשענען עפעס זייער הויכעך
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 04, 2014 8:31 am
דורך פער בריסטאו
אפאר פייגעלעך האבן געשריגען קאללער
אפאר פייגעלעך הייקינד.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 04, 2014 8:54 am
דורך א גראם מיט טעם
פער בריסטאו האט געשריבן:אפאר פייגעלעך האבן געשריגען קאללער
אפאר פייגעלעך הייקינד.
מן הסתם די פייגעלעך ביי די טרעקס האבען געקוויטשעט די מערסטע, ווארום זיי גייען פארלירען זייער האוזינג......
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 04, 2014 10:51 am
דורך יוראפ
טרעק 5?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 04, 2014 10:57 am
דורך פער בריסטאו
יוראפ האט געשריבן:טרעק 5?
ניין
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 9:04 am
דורך נישט
בשם א ראש הישיבה (פארגעסן די נאמען)
מען מאכט חנוכה פארטיס, אלץ א זכר פאר די להשכיחם תורתך.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 9:13 am
דורך קרעפטיג
נישט האט געשריבן:בשם א ראש הישיבה (פארגעסן די נאמען)
מען מאכט חנוכה פארטיס, אלץ א זכר פאר די להשכיחם תורתך.
היום שמעת זאת ושכחת השם של ראש ישיבה...
להשכיחם תורתיך...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 3:27 pm
דורך חסידישער יוד
א "מעכטיגע" ידיעה [אפשר קומט עס ערגעץ אנדערש]:
די נאמען "עזריאל" שטייט אין נ"ך מיט א פת"ח אונטער די ע' - נישט א סגו"ל!
("געהערט" פון פורום אוצה"ח).
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 08, 2014 6:23 pm
דורך משה עסקן
נישט האט געשריבן:בשם א ראש הישיבה (פארגעסן די נאמען)
מען מאכט חנוכה פארטיס, אלץ א זכר פאר די להשכיחם תורתך.
שייגאץ דו!!!
פאר פינף מינוט אין א צי קאטשקע איך מיך שוין פאר געלעכטער....
האסט מיר דערמאנט א געשעהעניש פון א שיינע צירקע יארן צוריק...
מיין מגיד שיעור אינמיטן חנוכה פארלערנען און דערוילעם האט געשנארכעצט שטייטצ..
האטער א קלאפ געטאן אויפן טיש און א זאג געגעבן אזוי דרך צחות'דיג:
"כככ.. זעהט אויס ווי מ'וויל דא מאכן א זכר צום להשכיחם תורתך"..
און די גאנצע כיתה האט אזוי "אויסגעשאסן" פונעם אומגעלונגענעם וויץ אז מ'לאכט נאך יעצט..
(האניש מורא, איך האב אים שוין איבערגעבעטן..)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 7:49 am
דורך קיקיון
איינס פון מיינע קינדער אין א טעלעפאן געשפרעך מיט א מנהל
וווער טוט א בעסערע ארבייט ?
א בעקער וואס באקט פערפעקטע ברויטען
אדער וואס מאכט 90% טיגע שטאקעדיגג קרים קעיק