בלאט 1 פון 2
קאמענטארן אויף מאשקע'ס גמ"ח
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 11:12 am
דורך יגרסהדותא
באקאנטע גמ"ח עפנט פרישע לאקאל
איך קען בארגן א טישו?? מיינע מויל רינט פון שפייעכץ, ביסט א שטיק חאחאחאחאחאח
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 11:15 am
דורך צייטליך
שוין, אז איינער האט שוין געבראכן די תקנה (קאמענטערן נישט דא!) וועליך מוסיף זיין,
מאשקע זייט וויסן, די רעגנדיגע וועטער האט מיר היינט אינגאנצען אראפגעברענגט, ברום זכר מאשקע לטוב, וואס ער האט מיר דאס אלעס איבערגעדרייט, און אריינגעברענגט אין א פרייליכע גוסטע,
יישר כוחך וחילכא לאוריתא.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 11:16 am
דורך מאשקע
באלד וועלן אלע קאמענטארן פליען פון דא.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 11:17 am
דורך יגרסהדותא
איינער גייט עס בארגן?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 3:04 pm
דורך יאנאש
יוי ביסטו גוט, איך ברעך מיך קאפ וואס קען שוין זיין די צווייטע חלק, אבער פארוואס זאל איך מיך קאפ ברעכן פאר דעם האמער דאך א מאשקע.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 3:06 pm
דורך מאשקע
יאנאש האט געשריבן:יוי ביסטו גוט, איך ברעך מיך קאפ וואס קען שוין זיין די צווייטע חלק, אבער פארוואס זאל איך מיך קאפ ברעכן פאר דעם האמער דאך א מאשקע.
ביזט גערעכט. מיט א האמער איז א סאך גרינגער זיך צו ברעכן קאפ...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 3:15 pm
דורך איזאק
מיין פאנטאזיע זאגט מיר אז די צווייטע חלק וועט איבערשטייגן דאס ערשטע, שריי נישט מאשקע, דאס ערשטע איז מעכטיג עז טיפיקעל מאשקע קען נאר באווייזען.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 4:27 pm
דורך לאקשען ברעט
בס"ד
איז אזוי מיסטער מאשקע, גוט אז די האסט געפענט א גמ"ח
כ'זיך צי בארגען א דעניש מיט צימערינג
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:13 pm
דורך דארפסמאן
עס איז מיר אויסגעגאנגען די פעיפער פון מיין פרינטער קען איך אפשר בארגען א פעקל פעיפער אבער איך קען נישט ציזאגען צריק ציגעבן די זעלבע קאמפעני ווייל ביי מיר איז מען מקפיד צי קויפן יעדע ארדער א אנדערע קאמפעני פעיפער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:15 pm
דורך מאשקע
נאך א מזל כ'האב געעפנט א ספעציעלן אשכול פאר קאמענטארן...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:20 pm
דורך לחיים ולברכה
מאשקע, האסט א קוילערער? (פרעג מיך נישט איבער...)
כ'קוילער זיך פאר געלעכטער.....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:40 pm
דורך יגרסהדותא
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
מאשקע; יוי איז דאס גוט, דאס בויך טוט מיר וויי פון לאכן. יעדע צווייטע ווארט איז מיט אן עקסטערן חן. געוואלדיג
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:44 pm
דורך צייטליך
נישטא געניג "חית'ן" פאר די לאכן...
יוי האביך געלאכט, טרערן רינען מיר פון די אויגן איצט בשעת'ן שרייבן דיזע שירות, כ'האב אזאנס געלאכט אז מיין בייכל האט זיך געווארפן פון איין עק צום צווייטן, מאשקע, כ'האף אז ס'קומט נאך א פארזעצונג,
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:47 pm
דורך מיללער
ס'צווייטע איז בעסער פונעם ערשטן, זה זרזו יותר מן הראשון.
ווי עס וואונשט פעמילי בארגער
בארגער פרעזידענט
בארגערטע, ערשטע פרוי
בארגער'ל, אויסערן מיניסטער
בארגערט'ל, אינערן מיניסטער
בארגערטלע, מענעזשער אפ אפערעישאן
פאר עי פול דירעקטערי פליס פרעס ענד האלד די פאונד קי טיל יו הער א דייל-טאון
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 10:22 pm
דורך איך_הער
איך ליין און ליין, און איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, וואס וויל דער עולם דא, קאמענטארן אויף וואס, (איך ליין אויף א סדר, און ממילא איז ארויף געקומען די פוטער פאר די ברויט.) קען זיין אז דאס וואס מאשקע האלט מיר אין איין זאגן, אז ס'קומט עפעס, איז שוין אנגעקומען? כ'האב עס אבער נאכנישט געזען, עמער מוזן ווארטן, און מ'האמער געווארט, געענדיגט ליינען, און אצינד האמער אהער צוריק שפאצירט, קודם שכוח מאשקע, פארן מיך נישט מצטט זיין, אזוי קען איך יעצט שרייבן וואס 'איך' וויל, און נישט וואס דו האסט מיר פארגעשריבן, איך קען דיר זאגן איין זאך, ביסט ריזיג, און נאך א זאך, ביסט אסאך ריזיגער, פארפאלן הערליך אראפ געלייגט, און בלי נדר וועל איך אכטונג געבן מער נישט צו לאזן נוצן דיין בעזעם אויף אויף צו קערן די גאס, אדער דיין פינאט באדער, צו מאכן שיינע קעסטלעך אויף די סיידוואלק, און אזוי ווייטער, כ'וועל נאר בארגן (נעמען) וואס איך דארף, קעי?
כ'קען בארגן א שכוח? איך דארף עס געבן פאר איינעם.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 10:28 am
דורך יאנאש
מאשקע, איך האב נישט געוואוסט אז דער מאשקעלעלעלע איז שוין געהעריג אויף די בוק'ס, איי מין וואס וועט זיין מיט די פוד סטעמפס וואו וועט עס מרס. בארגער בארגן פון.
אוי לאך איך דא צוזאם, די שכנים (די בארגערס) שרייען אז אך זאל פליז לאכן שטילער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:02 pm
דורך איזאק
נאכן אפליינען דאס צוייטע חלק, דארף איך בארגן א רעספערעיטער...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:23 pm
דורך סאכדעס
איצט געפארטיקט, כאשוין מורא אז דו ביסט 'קרעזי', כ'מיין צוזאגן 'מעשיקע'
מאשקע איטס א מעסטער פיס. נישט אז ח"ו מעסטער זאל אזאנס שרייבן, אפילו נישט אין חלום, נאר דיין ארטיקל איז א מעסטער. שוין וועא"מ...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 2:24 pm
דורך זארעכפעפער
קנאק... קנאק... - ווער קלאפט? פרעגט מאשקעללעלעלעל -
יא, דאס איז דער שכן מר. בארגן...
נע... שוין ווייטער איז ער דא, דער נעכס... הער איך ווי מאשקעלקעלע ברומט דארט אונטער פאר איר מאמע, די מרס מאשקעטע.
נו, עפן א ברירה האט מען, זאגט די מאמע.
יא, נאגוטן, אמ..עמ.. אנטשולדיגט איז אפשר מר. מאשקע אינדערהיים?
ניין, ענטפערט מיר די מאשקעלקעלע, ער איז נישט אינדערהיים יעצט. וואס ווילט איר?
יא, איך וויל זייער א וויכטיגע זאך, זאג דעם טאטן אז איך וויל בארגן אביסל 'הומאר' פון אים... איך האב אקוראשט אפגעליינט זיין מעלדונג, און כ'זע אז ער האט אין זיין באזיץ אן איבערפלוס פון 'הומאר'. כ'וואלט געוואלט האבן פון אים אביסל, אויב ס'מעגלעך...
אקעי, איכעל אים איבערגעבן, פארהאקט אויף מיר מאשקעשקעלעקאלעלא די טיר.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 9:27 pm
דורך יענטאאש
דבי רבי יענטאאשתא אמרי, אשריך ישראל כתבי קרעטשמיא, דנוטלין צערם, ומחליפין לארטיקליא נהורא וצחקתא, להנות בהן חבריא דקרעשטמיא, המצפים לצחקיא כילדים לקענדיא.
ואמרי עליו על רבי מאשקיא סגנתא דריש קהילתא, שבשעה שישב ודרש לבני קרעטשמיא, לא היה לבנות ישראל מה לאוכלא, מפני שבעליהן מבטלין פרנסותיהן ויושבין בקרעטשמיא ומטבלין בצחקתא על כל מילי ומילי דמאשקיא מתוקין מכל דזשעליא ואייסעסתא ואייזקרעמיא.
ההיא איתתא דהלכה לביתא דמאשקיא בכל יומא ויומא צפרא וערבא, לשאילא מהגמ"חיא מכול וכול, והיה קורין לה "אישתא שאילתא" (מרת. בארגער בלע"ז) וגו'..... וואטעווערתא, אין לי געדולדתא.
ואפאלאדזשייזא על המיליא דלא כדבעיא, עפטער אלליא, לשון אראמיא איני פוירסט לענגוויטשתא דיענטאאשתא. ואתכם הסליחתא.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2007 9:31 pm
דורך abimlaibt
חחחחחחחחחחחחחחחחחח דיין שליפיגע אראמיש איז דאך מפרסין ניגרא מלשון ניגעריא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:21 am
דורך קרעמער
מאשקע;
את אשר יברגנו בא.. ענדליך איז דער בארגן ארטיקל פארטיג געווארן, און... האסט אונז טאקע נישט אנטוישט! כדרכך הטוב אראפצולייגן א זאך מיט אלע טעמים ונקודות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 9:46 am
דורך יאנאש
דער יענטאאש................
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 12:42 pm
דורך פאטאקי08
קיינער ערווענט נישט דא אז די ארטיקל ליגט אויף די אידישע וועלט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 12:47 pm
דורך וואס
וועלעכע ארטיקל ? מאשקעס גמ"ח ?