גריסן און שמועסן
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 11:12 am
באקאנטע גמ"ח עפנט פרישע לאקאל
איך קען בארגן א טישו?? מיינע מויל רינט פון שפייעכץ, ביסט א שטיק חאחאחאחאחאח
Advertisement
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 11:15 am
שוין, אז איינער האט שוין געבראכן די תקנה (קאמענטערן נישט דא!) וועליך מוסיף זיין,
מאשקע זייט וויסן, די רעגנדיגע וועטער האט מיר היינט אינגאנצען אראפגעברענגט, ברום זכר מאשקע לטוב, וואס ער האט מיר דאס אלעס איבערגעדרייט, און אריינגעברענגט אין א פרייליכע גוסטע,
יישר כוחך וחילכא לאוריתא.
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 11:16 am
באלד וועלן אלע קאמענטארן פליען פון דא.
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 11:17 am
איינער גייט עס בארגן?
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 3:04 pm
יוי ביסטו גוט, איך ברעך מיך קאפ וואס קען שוין זיין די צווייטע חלק, אבער פארוואס זאל איך מיך קאפ ברעכן פאר דעם האמער דאך א מאשקע.
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 3:06 pm
יאנאש האט געשריבן:יוי ביסטו גוט, איך ברעך מיך קאפ וואס קען שוין זיין די צווייטע חלק, אבער פארוואס זאל איך מיך קאפ ברעכן פאר דעם האמער דאך א מאשקע.
ביזט גערעכט. מיט א האמער איז א סאך גרינגער זיך צו ברעכן קאפ...
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 3:15 pm
מיין פאנטאזיע זאגט מיר אז די צווייטע חלק וועט איבערשטייגן דאס ערשטע, שריי נישט מאשקע, דאס ערשטע איז מעכטיג עז טיפיקעל מאשקע קען נאר באווייזען.
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 4:27 pm
בס"ד
איז אזוי מיסטער מאשקע, גוט אז די האסט געפענט א גמ"ח
כ'זיך צי בארגען א דעניש מיט צימערינג
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:13 pm
עס איז מיר אויסגעגאנגען די פעיפער פון מיין פרינטער קען איך אפשר בארגען א פעקל פעיפער אבער איך קען נישט ציזאגען צריק ציגעבן די זעלבע קאמפעני ווייל ביי מיר איז מען מקפיד צי קויפן יעדע ארדער א אנדערע קאמפעני פעיפער
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:15 pm
נאך א מזל כ'האב געעפנט א ספעציעלן אשכול פאר קאמענטארן...
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:20 pm
מאשקע, האסט א קוילערער? (פרעג מיך נישט איבער...)
כ'קוילער זיך פאר געלעכטער.....
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:40 pm
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
מאשקע; יוי איז דאס גוט, דאס בויך טוט מיר וויי פון לאכן. יעדע צווייטע ווארט איז מיט אן עקסטערן חן. געוואלדיג
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:44 pm
נישטא געניג "חית'ן" פאר די לאכן...
יוי האביך געלאכט, טרערן רינען מיר פון די אויגן איצט בשעת'ן שרייבן דיזע שירות, כ'האב אזאנס געלאכט אז מיין בייכל האט זיך געווארפן פון איין עק צום צווייטן, מאשקע, כ'האף אז ס'קומט נאך א פארזעצונג,
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 5:47 pm
ס'צווייטע איז בעסער פונעם ערשטן, זה זרזו יותר מן הראשון.
ווי עס וואונשט פעמילי בארגער
בארגער פרעזידענט
בארגערטע, ערשטע פרוי
בארגער'ל, אויסערן מיניסטער
בארגערט'ל, אינערן מיניסטער
בארגערטלע, מענעזשער אפ אפערעישאן
פאר עי פול דירעקטערי פליס פרעס ענד האלד די פאונד קי טיל יו הער א דייל-טאון
מאנטאג אוגוסט 06, 2007 10:22 pm
איך ליין און ליין, און איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, וואס וויל דער עולם דא, קאמענטארן אויף וואס, (איך ליין אויף א סדר, און ממילא איז ארויף געקומען די פוטער פאר די ברויט.) קען זיין אז דאס וואס מאשקע האלט מיר אין איין זאגן, אז ס'קומט עפעס, איז שוין אנגעקומען? כ'האב עס אבער נאכנישט געזען, עמער מוזן ווארטן, און מ'האמער געווארט, געענדיגט ליינען, און אצינד האמער אהער צוריק שפאצירט, קודם שכוח מאשקע, פארן מיך נישט מצטט זיין, אזוי קען איך יעצט שרייבן וואס 'איך' וויל, און נישט וואס דו האסט מיר פארגעשריבן, איך קען דיר זאגן איין זאך, ביסט ריזיג, און נאך א זאך, ביסט אסאך ריזיגער, פארפאלן הערליך אראפ געלייגט, און בלי נדר וועל איך אכטונג געבן מער נישט צו לאזן נוצן דיין בעזעם אויף אויף צו קערן די גאס, אדער דיין פינאט באדער, צו מאכן שיינע קעסטלעך אויף די סיידוואלק, און אזוי ווייטער, כ'וועל נאר בארגן (נעמען) וואס איך דארף, קעי?
כ'קען בארגן א שכוח? איך דארף עס געבן פאר איינעם.
דינסטאג אוגוסט 07, 2007 10:28 am
מאשקע, איך האב נישט געוואוסט אז דער מאשקעלעלעלע איז שוין געהעריג אויף די בוק'ס, איי מין וואס וועט זיין מיט די פוד סטעמפס וואו וועט עס מרס. בארגער בארגן פון.
אוי לאך איך דא צוזאם, די שכנים (די בארגערס) שרייען אז אך זאל פליז לאכן שטילער.
דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:02 pm
נאכן אפליינען דאס צוייטע חלק, דארף איך בארגן א רעספערעיטער...
דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:23 pm
איצט געפארטיקט, כאשוין מורא אז דו ביסט 'קרעזי', כ'מיין צוזאגן 'מעשיקע'
מאשקע איטס א מעסטער פיס. נישט אז ח"ו מעסטער זאל אזאנס שרייבן, אפילו נישט אין חלום, נאר דיין ארטיקל איז א מעסטער. שוין וועא"מ...
דינסטאג אוגוסט 07, 2007 2:24 pm
קנאק... קנאק... - ווער קלאפט? פרעגט מאשקעללעלעלעל -
יא, דאס איז דער שכן מר. בארגן...
נע... שוין ווייטער איז ער דא, דער נעכס... הער איך ווי מאשקעלקעלע ברומט דארט אונטער פאר איר מאמע, די מרס מאשקעטע.
נו, עפן א ברירה האט מען, זאגט די מאמע.
יא, נאגוטן, אמ..עמ.. אנטשולדיגט איז אפשר מר. מאשקע אינדערהיים?
ניין, ענטפערט מיר די מאשקעלקעלע, ער איז נישט אינדערהיים יעצט. וואס ווילט איר?
יא, איך וויל זייער א וויכטיגע זאך, זאג דעם טאטן אז איך וויל בארגן אביסל 'הומאר' פון אים... איך האב אקוראשט אפגעליינט זיין מעלדונג, און כ'זע אז ער האט אין זיין באזיץ אן איבערפלוס פון 'הומאר'. כ'וואלט געוואלט האבן פון אים אביסל, אויב ס'מעגלעך...
אקעי, איכעל אים איבערגעבן, פארהאקט אויף מיר מאשקעשקעלעקאלעלא די טיר.
מיטוואך אוגוסט 08, 2007 9:27 pm
דבי רבי יענטאאשתא אמרי, אשריך ישראל כתבי קרעטשמיא, דנוטלין צערם, ומחליפין לארטיקליא נהורא וצחקתא, להנות בהן חבריא דקרעשטמיא, המצפים לצחקיא כילדים לקענדיא.
ואמרי עליו על רבי מאשקיא סגנתא דריש קהילתא, שבשעה שישב ודרש לבני קרעטשמיא, לא היה לבנות ישראל מה לאוכלא, מפני שבעליהן מבטלין פרנסותיהן ויושבין בקרעטשמיא ומטבלין בצחקתא על כל מילי ומילי דמאשקיא מתוקין מכל דזשעליא ואייסעסתא ואייזקרעמיא.
ההיא איתתא דהלכה לביתא דמאשקיא בכל יומא ויומא צפרא וערבא, לשאילא מהגמ"חיא מכול וכול, והיה קורין לה "אישתא שאילתא" (מרת. בארגער בלע"ז) וגו'..... וואטעווערתא, אין לי געדולדתא.
ואפאלאדזשייזא על המיליא דלא כדבעיא, עפטער אלליא, לשון אראמיא איני פוירסט לענגוויטשתא דיענטאאשתא. ואתכם הסליחתא.
מיטוואך אוגוסט 08, 2007 9:31 pm
חחחחחחחחחחחחחחחחחח דיין שליפיגע אראמיש איז דאך מפרסין ניגרא מלשון ניגעריא
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:21 am
מאשקע;
את אשר יברגנו בא.. ענדליך איז דער בארגן ארטיקל פארטיג געווארן, און... האסט אונז טאקע נישט אנטוישט! כדרכך הטוב אראפצולייגן א זאך מיט אלע טעמים ונקודות.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 9:46 am
דער יענטאאש................
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 12:42 pm
קיינער ערווענט נישט דא אז די ארטיקל ליגט אויף די אידישע וועלט
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 12:47 pm
וועלעכע ארטיקל ? מאשקעס גמ"ח ?