בלאט 1 פון 1

פארוואס??? סטאפ!!! ס'שטערט מיר!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 8:09 pm
דורך גערעכטער
פארוואס??? ווען איך וויל זיך זעצן לערנען אין בית מדרש נאך א שווערע ארבייסט טאג און איך מיש אויף א ספר, ווער איך באגריסט פון אלע קאלירן האר, ווייסע שווארצע בלאנדע רויטע אלטע נייע גראדע געקראזלטע??? און צומאל גאנצע בערד!!! פארוואס דארף איך ליידן און זיך פארעקלען, ווייל די האסט א פרימקייט צו לייגן האר אין ספרים (דווקא פאבליק... לקיים מה שנאמר אל תשקצו את נפשותיכם...).
#פארוואס??? סטאפ!!! ס'שטערט מיר!

פארוואס??? ווען איך שטעל מיר דאווענען אויף א פלאץ און איך גיי ארויס פאר א מנוט, דארף איך, ווען איך קום צוריק, זיכן מיין טלית ותפילין בייטל און עס טרעפן צוויי פלעצער ארויפציר ווייל די האסטעך באקוועם געמאכט אויף מיין (געוועזענע) פלאץ??? אההה! ביסט געקומען שפעט און נישט געטראפן א ליידיגע פלאץ? אבער איך בין יא געקומען צייטליך סא וואס בין "איך" שילדיג אז די ביסט געקומען שפעט?
#פארוואס??? סטאפ!!! ס'שטערט מיר!

פארוואס??? ווען איך ווארט ביי א רויט לייט שטיפסטו זיך אריין פון די זייט מיר צו פעסן ווען עס ווערט גרין? אמער??? איך ווארט דאך פונקט ווי דיר? איך אייל מיר פונקט ווי דיר? ביי מיר איז אויך שפעט ערב שבת? וכו'?
#פארוואס??? סטאפ!!! ס'שטערט מיר!

ועוד ועוד...
כ'וויל נישט אלעס ארויסגעבן איך וויל איבערלאזן פאר די חברים דא....

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 8:15 pm
דורך נשמה
פארוואס??? סטאפ!!! (וואס? איך ווייס נישט קודם סטאפ הער אויף! אבער שוין!)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 8:18 pm
דורך AHA
פארוואס רעגסטו דיך נאך? סטאפ!!! גיב אויף דעם קאמפף אין שמייכעל...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 8:26 pm
דורך גערעכטער
ווי האט יענער געזאגט: אית מאן ד'פרע' בגופיה ואית מאן דפרע בממונו, איינער ווערט 'ווילד' (פרא אדם) ווען מען בארירט זיין כבוד, און איינער ווערט ווילד ווען מען בארירט זיין געלט, אבער יעדער האט זיך זיין צייט ווען ער "פלאצט". (יא! דו אויך... אמת?... נא ווען???)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 8:30 pm
דורך נשמה
יא איך אויך. ;)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 8:41 pm
דורך גערעכטער
viewtopic.php?f=3&t=24644
#פארוואס??? סטאפ!!! ס'שטערט מיר!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 9:25 pm
דורך גערעכטער
viewtopic.php?f=21&t=24514
#פארוואס??? סטאפ!!! ס'שטערט מיר!