בלאט 1 פון 2
זאלן חסידישע אינגעלייט אויפהערן לעבן א "נארמאל" לעבן??
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:04 pm
דורך מחותן
די אשכול
זאלן חסידישע אינגעלייט דרייוון בייקס אין די סיטי האט מיר געצווינגען צו פרעגן די שאלה..
איז שוין צייט אז מען זאל אויפהערן לעבן א נארמא"ל און מען זאל אנהייבען לעבן א אייגענע איינשטענדיגע - לויט א אייגן בודשעט - אייגענע פארשטאנד - תורה'דיג לעבן??
איז שוין צייט אז מען זאל אויפהערן לעבן לויט יענעם'ס מיינוג/בודשעט/שכל/OCD און אנהייבען לעבן לויטען אייגענעם פארשטאנד??
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:07 pm
דורך יאנקעלע קליגער
נו קריינא דאיגרת!
די הייב נאר אן ! יעדער וועט דיך שוין נאכמאכען....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:09 pm
דורך נשמה
שוין אלץ מחותן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:11 pm
דורך בנימין הלוי
איין זאך נאר, אויב יעדער גייט גיין אין דעם ריכטונג, גיי איך טון פארקערט און דוקא טון וואס יעדער טוט
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:13 pm
דורך נישט
בנימין הלוי האט געשריבן:איין זאך נאר, אויב יעדער גייט גיין אין דעם ריכטונג, גיי איך טון פארקערט און דוקא טון וואס יעדער טוט
גענאגלט
אויב יעדער איינער גייט טוהן ואס מחותן טוט, וועט דאס ווערן נארמאל, ווועט מען ווייטער מוזן טוישן
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:22 pm
דורך מחותן
נישט האט געשריבן:גענאגלט
אויב יעדער איינער גייט טוהן ואס מחותן טוט, וועט דאס ווערן נארמאל, ווועט מען ווייטער מוזן טוישן
יונגערמאן, ביסט שוין אמאל געווען אין 770 אדער אין ירושלים
{נישט ביי די נח נח משוגעים נאר ביי "מארמאלע" ערטער} און זיך צוגעזען וואס עס הייסט אז איינער געט נישט קיין בליק אויפן צווייטען בעפאר ער באשליסט סיי וואס אין לעבן??
די ווייסט אז עס איז דא ערטער אויף די וועלט ווי אזעלכע שווערע סוגיות ווי קאליר טעסט און באקוועמליכקייט ווערט באשלאסן לויט די אייגענע מיינוג און נישט לויט יענעמס מיינוג?!
נעם למשל די נושא פון ניצען בייקס.. די שאלה קען מען נאר פרעגן דא אין טושלענט טאפ.. ערגעץ וועט מען ניטאמאל פארשטיין די שאלה ווייל יעדער טוט לויט ווי אזוי עס איז באקוועם און ווי אזוי ער זעט איין אז עס איז ריכטיג צו טיען.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:26 pm
דורך נישט
מחותן האט געשריבן:נישט האט געשריבן:גענאגלט

מחותן איך זעה האסט עס אנגענומען ערנסט
כ'האב מיר פשוט ערלויב צו מאכן א ווערטל, איך האב ב"ה נישט דעם פראבלעם
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:27 pm
דורך ענדע צדיק!
מחותן האט געשריבן:נישט האט געשריבן:גענאגלט
אויב יעדער איינער גייט טוהן ואס מחותן טוט, וועט דאס ווערן נארמאל, ווועט מען ווייטער מוזן טוישן
יונגערמאן, ביסט שוין אמאל געווען אין 770 אדער אין ירושלים
{נישט ביי די נח נח משוגעים נאר ביי "מארמאלע" ערטער} און זיך צוגעזען וואס עס הייסט אז איינער געט נישט קיין בליק אויפן צווייטען בעפאר ער באשליסט סיי וואס אין לעבן??
די ווייסט אז עס איז דא ערטער אויף די וועלט ווי אזעלכע שווערע סוגיות ווי קאליר טעסט און באקוועמליכקייט ווערט באשלאסן לויט די אייגענע מיינוג און נישט לויט יענעמס מיינוג?!
נעם למשל די נושא פון ניצען בייקס.. די שאלה קען מען נאר פרעגן דא אין טושלענט טאפ.. ערגעץ וועט מען ניטאמאל פארשטיין די שאלה ווייל יעדער טוט לויט ווי אזוי עס איז באקוועם און ווי אזוי ער זעט איין אז עס איז ריכטיג צו טיען.
נו, סאו?
טוישן א מציאות פון א מענטאליטעט קענסטו נישט. סכה"כ קענסט "דו" אנהייבן לעבן אזוי. וכן אני נוהג עד כמה שידי מגעת..
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:30 pm
דורך שמעלקא טויב
איך לעב שוין לאנג אזוי, ב"ה פארדעם, מיין אידענע האט נישט קיין באגאבאו באקסער בוים קערעדזש!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:41 pm
דורך לכתחילה אריבער
די "איינגעפירטע" וועג פון לעבן האט געוואלדיגע חסרונות, עס קאסט א געוואלד מיט געלט, און היפש אביסעל קאפ און בויך ווייטוג, אבער עס האט איין זאך "גיין פאר איר"!!
היסטאריע!!
אין די פלעצער, ווי עס איז געווען די "איינגעפירטע לעבענס שטייגער", איז טאקע געווען שווערער, אבער עס איז געבליבען א "לעבענס שטייגער"!
אין די פלעצער, ווי עס איז געווען א "אינדיווידואלע לעבענסשטייגער", איז טאקע געווען גרינגער, אבער עס איז נישט געבליבן קיין "לעבענסשטייגער"!!
פרייהייט אן קיין לעבן, איז פיל ארגער ווי לעבן אן קיין פרייהייט!!
(סארי אויב כ'הער זיך פאעטיש... כ'האב ערשט יעצט אויסגעהערט די באוויסטע "עי טיים פאר דזשוזינג" רעדע פון ראנעלד רעגן, לכבוד איר פופציגסטע יארטאג, וואס עס איז אנגענומען אז די רעדע איז געווען די יסוד פון זיין שפעטערדיגע פאליטישע קארעריע!!)
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 5:52 pm
דורך בנימין הלוי
לכתחילה, פון ווען און וואו רעדן זי?
וועלכע תקופות און אין וועלכע פלעצער איז געווען איינגעפירט די "איינגעפירטע לעבענס שטייגער"?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 6:02 pm
דורך לכתחילה אריבער
בנימין הלוי האט געשריבן:לכתחילה, פון ווען און וואו רעדן זי?
וועלכע תקופות און אין וועלכע פלעצער איז געווען איינגעפירט די "איינגעפירטע לעבענס שטייגער"?
אונגארן בלע"ז!
פארשטייט זיך אז היינט איז עס פיל ערגער און אויף א שטארקערע פארנעם.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 6:08 pm
דורך green
א יעדער זאל זיך פירן פונקטליך אזוי ווי ער וויל און ער זאל מיר ח"ו נישט פרעגן (איך גיי אים פשוט נישט ענטפערן) אבער איך וויל אויך אז קיינער איר הערט גוט קיינער זאל מיר נישט איינטיילן וויאזוי איך זאל מיר פירן כהאב אים נישט געפרעגט
פארשטייטסעך אז דאס אלעס רעדט מען ווען מפירטסעך ע"פ תורה
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 6:43 pm
דורך גערעכטער
זאגטס אלע צוזאמען הויך "עס איז צייט פאר א טויש, כל איש הנראה בעינו ובכיסו יעשה." העכער איך הער נישט...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 6:46 pm
דורך נשמה
יעצט הערסטו שוין...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 9:31 pm
דורך הרבטייטעלבוים
תלוי וואס ווי און ווען. דער מסילת ישרים זאגט שוין.
כללו של דבר, הכבוד הוא הדוחק את לב האדם יותר מכל התשוקות והחמדות שבעולם:
ולולי זה, כבר היה האדם מתרצה לאכול מה שיוכל, ללבוש מה שיכסה ערותו, ולשכון בבית שתסתירהו מן הפגעים והיתה פרנסתו קלה עליו ולא היה צריך להתיגע להעשיר כלל, אלא שלבלתי ראות עצמו שפל ופחות מרעיו מכניס עצמו בעובי הקורה הזאת ואין קץ לכל עמלו. על כן אמרו רבותינו ז"ל (אבות פ"ד): הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם. והזהירונו (שם פ"ו): אל תבקש גדולה ואל תחמוד כבוד. כמה הם שמתענים ברעב וישפילו את עצמם להתפרנס מן הצדקה ולא יתעסקו במלאכה שלא תהיה מכובדת בעיניהם מיראתם פן ימעט כבודם. היש לך הוללות גדול מזה?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 11:05 pm
דורך לוי יצחק
נישט געוואוט.
ס'דא זאכן וואס ס'גוט אזוי און מ'טאר עס ח"ו נישט טוישן, און ס'דא ווי די טויש איז אן עמערדזענסי!
אזוי אויך ביי געוויסע מענטשן איז סאך בעסער אזוי, און ביי געוויסע אנדערש, על כן איך נישט קיין אפציע פאר מיר.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 9:23 am
דורך יאנקעלע קליגער
הרב טייטעלבוים א גרויסען דאנק פארן צוברענגען דעם שטיקעל מסילת ישרים
ס'איז פיין ציפעדיג!!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 12:20 pm
דורך לכתחילה אריבער
נאך כדי צוצולייגן.
די חורבן וואס מיט רופן היינט "ארטיסטען\יאפיס" וואטעווער, איז ווי באקאנט אפשטאמיג פון די "היפפי" באוועגונג. (נישט צו צומישען מיט אלגעמיינע ווייסע רייכע גוים, וואס קומען אויך לעצטענס ארום וויליאמסבורג, באט איי דייגרעס.)
אלע ווייסמער אז זיי זענען א חורבן, זיי זענען געפערליך שמוציץ, זיי וואוינען אן קיינע דעקעס אויף די פענסטער וכו' וכו'. די יסוד פון זייער וועג פון לעבן איז "איש כל הישר בעינו יעשה". און גראב גערעדט איז עס "פריקת עול".
ווען עס איז געווען די היפי באוועגונג, זענען זיך צוזאם געקומען טויזענטער און טויזענטער אינגע גוים אין סאן פראסיסקא, און דארט פארברענגט א זומער, קיינער האט נישט געארבייט פאר געלט, נאר יעדער האט געארבייט פאר יעדעם עס האט דארט געהערשט די העכסטע מאס פריקת עול וואס שייך, עניוועי עס האט פארשטייט זיך געקראכט. די היינטיגע אונזערע נייע שכינים, זענען אפשטאמיג פון יענע.
פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט חלילה דא, פון אידן וואס ווילן גיין קעגן די תורה, פארשטייט זיך, אבער די עצם געדאנק "יעדער זאל לעבן פאר זיך און נישט פאר יענעם" איז מיוסד אין פריקת עול.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 12:30 pm
דורך משה יענקל
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נאך כדי צוצולייגן.
די חורבן וואס מיט רופן היינט "ארטיסטען\יאפיס" וואטעווער, איז ווי באקאנט אפשטאמיג פון די "היפפי" באוועגונג. (נישט צו צומישען מיט אלגעמיינע ווייסע רייכע גוים, וואס קומען אויך לעצטענס ארום וויליאמסבורג, באט איי דייגרעס.)
אלע ווייסמער אז זיי זענען א חורבן, זיי זענען געפערליך שמוציץ, זיי וואוינען אן קיינע דעקעס אויף די פענסטער וכו' וכו'. די יסוד פון זייער וועג פון לעבן איז "איש כל הישר בעינו יעשה". און גראב גערעדט איז עס "פריקת עול".
ווען עס איז געווען די היפי באוועגונג, זענען זיך צוזאם געקומען טויזענטער און טויזענטער אינגע גוים אין סאן פראסיסקא, און דארט פארברענגט א זומער, קיינער האט נישט געארבייט פאר געלט, נאר יעדער האט געארבייט פאר יעדעם עס האט דארט געהערשט די העכסטע מאס פריקת עול וואס שייך, עניוועי עס האט פארשטייט זיך געקראכט. די היינטיגע אונזערע נייע שכינים, זענען אפשטאמיג פון יענע.
פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט חלילה דא, פון אידן וואס ווילן גיין קעגן די תורה, פארשטייט זיך, אבער די עצם געדאנק "יעדער זאל לעבן פאר זיך און נישט פאר יענעם" איז מיוסד אין פריקת עול.
זאגסט א שטארקע פונקט!!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 12:38 pm
דורך בנימין הלוי
שטארק פארקראכן פונעם נושא לענ"ד
מחותן האט געשריבן:איז שוין צייט אז מען זאל אויפהערן לעבן א נארמא"ל און מען זאל אנהייבען לעבן א אייגענע איינשטענדיגע - לויט א אייגן בודשעט - אייגענע פארשטאנד - תורה'דיג לעבן??
איז שוין צייט אז מען זאל אויפהערן לעבן לויט יענעם'ס מיינוג/בודשעט/שכל/OCD און אנהייבען לעבן לויטען אייגענעם פארשטאנד??
מחותן האט געשריבן:די ווייסט אז עס איז דא ערטער אויף די וועלט ווי אזעלכע שווערע סוגיות ווי קאליר טעסט און באקוועמליכקייט ווערט באשלאסן לויט די אייגענע מיינוג און נישט לויט יענעמס מיינוג?!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 12:45 pm
דורך לכתחילה אריבער
עס איז א "געדאנקען גאנג". עס האט נישט די גרעניץ פון "קערידזש", "קאליר", "מעגליכקייט" וכדו'. עס איז א געדאנקען גאנג פון "עוורי וואן פאר הימסעלף" און "ליוו ענד לעט ליוו" אא"וו.
די קונסעקווענס פון אזא סארט מהלך המחשבה איז זייער א ברייטע, אנגעהויבן טאקע א פאזעטיווע אויף די דערמאנטע זאכען, אבער א שטארק נעגעטיווע אויף אנדערע וויכטיגע זאכען.
אפצוטיילן די מהלך המחשבה עס זאל נאר אפעקטירן ווי עס איז א בענעפיט, און נישט ווי עס איז א פראבלעם, איז זייער זייער א שווערע זאך.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 12:47 pm
דורך טעגלאש
וואס הייסט פאזעטיוו? איך וויל למשל גיין מיט א בענדאוין, איך גלייך נישט די פלאכע ביבער היט, הייסט דאס פאזעטיוו אדער נעגעטיוו?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 12:52 pm
דורך לכתחילה אריבער
טעגלאש האט געשריבן:וואס הייסט פאזעטיוו? איך וויל למשל גיין מיט א בענדאוין, איך גלייך נישט די פלאכע ביבער היט, הייסט דאס פאזעטיוו אדער נעגעטיוו?
זייער זייער נעגעטיוו!!
נישט ווייל דאס עצם גיין מיט א בענדאון איז אזוי געפערליך - אדער בעסער געזאגט דאס איז נישט היצט די שמועס - נאר ווייל טאן אזא זאך, ענדיגט זיך נישט ביי דעם, ווייל וואס עפעס ווילסטו דאס טוישען, און אנדערע זאכען נישט?
והשנית, לאמיר זאגען דו האסט אפגעמאכט אז עס איז נישט קיין חיסרון די טויש, און לאמיר זאגען ביסט 100 פראצענט גערעכט, אבער אז דו טוישטס פון דיין טאטענס סטאנדארט, וועלן דאך דיינע קינדער אויך האלטן אז זיי קענען טוישען פון זייער טאטענס סטאנדארט, און ווער זאגט אז די טויש וואס ער וועט מאכען, וועט זיין אזוי "נישט קאנסעקווענטשועל" ווי די טויש צו א בענדאון?
אלזא, ווילאנג דו האסט נישט קיין גאראנטיע ביז ווי ווייט די טוישונגען גייען גיין, און ווי מען גייט אנקומען, איז זיכער ריכטיג צו בלייבן ביים אלטן.
נישט אז דאס איז א גאראנטיע אויף די דורות, אבער די באן פארט ליידער מיט א געפערליכע אימפעט, גיס נישט קיין WD-40 אויף די שינעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 12:58 pm
דורך טעגלאש
אט אזוי, דאס איז טאקע די סיבה פון די "נארמאלקייט" וויאזוי מיר לעבן, מיר ווילן לעבן אינטערן פרעשור פון "אונזער" סוסייעטי, ווייל דאס טוט פארשטייטערן דעם גליטשער אויף וואס דאס יודישקייט זיצט, און מיר ווילן אונזערע קינדער זאלן אויך האבן דעם פרעשור, יעדע פארזוך אראפ צו נעמען פון די פרעשער, אפילו אזא קליינע טויש ווי פארן מיט בייקס, וועט בלי ספק קאסטן א פרייז מיט די סטאנדארט אין יודישקייט, עס איז תלי הא בהא