בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 4:42 pm
דורך רב טקסט
ר' לכתחילה, א וודאי איז פריקות עול ערגער ווי א עול פון ווייסעך וואס, אבער פ"וו נישט נעמען דעם איינעם עול וואס מברויך.
ולולא דמספינא אמינא אז די עול וואס קומט פון די סאסייעטי (איבער די מאס, און אויף זאכן וואס עס איז באמת א בושה אז מען האט די בושה), איז בכלל עול דאך ארץ, וואס ווערט ארויף געלייגט אויף ווער עס איז נישט גענוג מקבל עליו תורה, און מען איז עס מעביר מעל המקבל עליו עול תורה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 4:45 pm
דורך לכתחילה אריבער
געפוילט!
יעדער זאל אננעמען עול תורה, און איינער וואס איז ריכטיג אונטערגעווארפן די עול תורה, קען אוועק ווארפן די עול! בעסער געזאגט, ווי דו שרייבסט, עס וועט אליינס אוועקפאלן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 5:01 pm
דורך בנימין הלוי
לכתחלה בין איך געווען שארף קעגן לכתחלה, לדעתי האט ער פארשלעפט דעם שמועס צו א אידישקייט אישו, און די צושטעל צו אונגארן בלע"ז האט ער לע"ע נישט געדעקט מיט פאקטן. אבער ער האט מיך געמאכט טראכטן אז לעולם איז אזוי
דאס אז מען לעבט פאר יענעם, מיט יענעם, אווי יענער, אדער אז מען האט פרעשור פון סאסייעטי וכו' דאס אלעס קען העלפן זיך האלטן אין די ראמען, נאר וואס יא?
פשוט, מען האט אין 'די ראמען' אריינגעלייגט אסאך שטותים במשך השנים
פשט איז נישט אז היינט איז דער לעבן מער דאמינירט ביי וואס יענער וועט זאגן טראכטן קוקן, נאר די זאכן וואס זענען א חלק פון לעבן האט זיך געטוישט
אויב למשל אמאל איז געווען א בושה צו דאווענען ביחידות און דערפאר האט עס געהאלפן אין א שוואכע מינוט, איז היינט די בושה איבער כל מיני שטותים, ווייל אלעס איז אן עסק גדול ונורא
מיין שטריימל אדער בוגובו איז נישט סתם וואס, עס איז מיין לעבן....
ס'קען גיין?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 7:48 pm
דורך מילכיגער
ס'איז איין זאך ווען די שמועס איז "וואס איז בעסער פאר סאסייעטי"? צו מ'איז אויף א פלאץ ווי יעדער איז ווי יעדער צו נישט צו ווען די שמועס איז "מוז איך מיר צושטעלן צו סאסייעטי"?. אויפן ערשטן קען מען טענה'ן ביז מארגן אבער ס'מאכט נישט אויס ווייל קיין יחיד קען נישט אליין טוישן סאסייעטי.
א יחיד פאר זיך איז קלאר א געבענטשטע מדה ווען מ'האט דעם כח אליין צו בוחן זיין דעם וועג (אדער אפילו מיט א מורה דרך) און טון וואס איז ריכטיג אן זיך רעכענען מיט די גאס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 8:05 pm
דורך לכתחילה אריבער
בנימין זאגסט זייער גוט.
און איך האב טאקע מקדים געווען אז עס ברענגט אסאך פראבלעמען, ובתוכם טאקע דאס וואס דו זאגסט, אז עס איז אריינגעלייגט געווארן אין כל ערליי שטותים.
אבער די פראגע איז איבער די אלטערנעטיוו, און לדעתי איז די אלטערנעטיוו ערגער. עקסטערע פרעשער ווי מען דארף נישט, איז אלס בעסער ווי ווייניג ווי מען דארף יא.
אונגארן איז די "תירוץ" פארואוס ביי אונז מוז יעדער האבן א טשילאר און א טשייניק קלאזעט, און אין לעיקוואוד דארף עס קיינער. און אונגארן איז די "תירוץ" פארוואס וויליאמסבורגע זענען "יענטעס". יעדער זיצט ביי יענעם אין שיסל. אטאמאטיש, ברענגט עס די "פרעשור" פון לעבן פאר יענעם.