בלאט 1 פון 1

שאל את האייוועלט

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 10:26 am
דורך ענדע צדיק!
כבוד הרב ... כל אחד שמו יבורך

לאחרונה נתפשט בסבביבתי איזה משחק ילדים הנקרא בלשונם " טרעידינג", והיא, דכשיש לאיזה ילד שני כרטיסי "העלאו קיטי" ולילד אחר שני כרטיסי "אמעריקן גירל" מחליפים זה לזה, ונמצא זה נהנה וזה לא חסר.

כמו כן נתפשט איזה משחק של טאטע"ס הנקרא בלשונם "ניק טרעידינג", והולך על מהלך שטותי, שלזה נתוודע איזה ניק באייוועלט ולשני גם כן איזה ניק אחר, מחליפים זה את זה ואומרים זה חליפתי זה תמורתי, ונמצא שניהם נהנה וזה הניק חסר...

האם זה נורמלי?

מצפה לתשובה מבית הרב
ענדע צדיק

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 10:42 am
דורך יואל גרין
דארפסט נישט מאכן קיין גאנצע שאל, און קיין גאנצע כאדארכם, דאס איז א שרעקליכע פארברעך, סאיז פונקט ווי איינער זאל גיין און אוועקפארן מיט דיין קאר אינמיטן נאכט, מאכן אן עקסידענט דערמיט אבער אזאנס וואס וועט האבן לאנגע נאכפאלגן די קאר וועט אנהויבן צו צעפאלן.... און ברענגט עס צוריק שיינערהייט, פארקט עס צוריק אין דיין דרייוועי און... שפאצירט אוועק, און ווען דו שטייסט אויף די נעקסטע צופרי טרעפסטו דיך מיט א גאר לאנג טערמיניגע שאדן וואס מען קען נישטאמאל שאצן, און דו ווייסט אפילו נישט וועמען צו רופן צו דין תורה.

א מענטש וואלט געדארפט מורא האבן דערפון פונקט אזויווי דעם, אבער ליידער איז עס זייער זייער שטארק נאכגעלאזט... סאיז דא איין איינציגע עצה, לכתחילה זיך נישט מגלה זיין פאר קיינעם נישט... אבער קיינער, און דאן וועט נישט זיין וועמען צו באשולדיגן דערין.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 10:46 am
דורך למעלה משבעים
תשובה: לא הרי טרעידינג כהרי טרעידינג, שזה מסתיים בשחוק, וזה מסתיים בזה חסימתי...

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 10:51 am
דורך נישט
יואל גרין האט געשריבן:דארפסט נישט מאכן קיין גאנצע שאל, און קיין גאנצע כאדארכם, דאס איז א שרעקליכע פארברעך, סאיז פונקט ווי איינער זאל גיין און אוועקפארן מיט דיין קאר אינמיטן נאכט, מאכן אן עקסידענט דערמיט אבער אזאנס וואס וועט האבן לאנגע נאכפאלגן די קאר וועט אנהויבן צו צעפאלן.... און ברענגט עס צוריק שיינערהייט, פארקט עס צוריק אין דיין דרייוועי און... שפאצירט אוועק, און ווען דו שטייסט אויף די נעקסטע צופרי טרעפסטו דיך מיט א גאר לאנג טערמיניגע שאדן וואס מען קען נישטאמאל שאצן, און דו ווייסט אפילו נישט וועמען צו רופן צו דין תורה.

א מענטש וואלט געדארפט מורא האבן דערפון פונקט אזויווי דעם, אבער ליידער איז עס זייער זייער שטארק נאכגעלאזט... סאיז דא איין איינציגע עצה, לכתחילה זיך נישט מגלה זיין פאר קיינעם נישט... אבער קיינער, און דאן וועט נישט זיין וועמען צו באשולדיגן דערין.

יואלי, זייער גוט ארויסגעברענט

דאס איז ריכטיגע רשעות

אבער פאר אלע ניקים וואס האב מורא פון גילוי, דארפן וויסן איין כלל, אויב איז דא נאר צוויי מענטשן וואס ווייסן דיין ניק, דאן איז דיין ניק מער נישט קיין סוד, דעריבער אויב אייער ווייב ווייסט אייער ניק דאן פארציילט דא נישט פאר "קיינעם", אויב זי ווייסט נישט, קענסטו עס פארציילן אבער נאר פאר "איין" מענטש

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 10:55 am
דורך יואל גרין
למעלה משבעים האט געשריבן:תשובה: לא הרי טרעידינג כהרי טרעידינג, שזה מסתיים בשחוק, וזה מסתיים בזה חסימתי...


פיין פיין, סהאט גענומען א מינוט אבער כאבעס געכאפט, ר' למעלה איר זענט זייער שטרענג, אזויווי סדארף טאקע צו זיין