בלאט 1 פון 1

פנו מקום... מאכטס פלאץ...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 9:26 am
דורך זארעכפעפער
וואו איז ער דער יאנאש'ל לעצטענס? כ'מיין, פונקט היצט ווען מ'ברויך מער אים האטבן איז ער נישט צום האחבן... וואו אי-ער? וואו?... וואו?...

קום איך היינט צופרי אריין אין הקדש שטיבל, און איך מערק וואו אויף די בענק ליגן אויס'געשורה'ט אפאר פרישע 'אורחי פורחי'ניקס'... פארשטייט זיך אז איך בין אריין אזוי שטילערהייט. כ'אב זע נישט געוואלט שטערן פון שלאף. ז'זענען זיכער געווען אויסגעמוטשעט פונעם לאנגן וועג...

איך קוק מיך אזוי אום אויף זייערע טורבעס, אויף זייערע טלית זעקלעך, און כ'זע אז די חברה זענען גאר ערשטע שוועסטער-קינדער... אלע דריי טראגן דעם זעלבן נאמען: "אורחי פורחי"...

פשיהאא... אן אינטערסאנטער ערשינונג ביין אונזער דערפל. דריי 'אורחי פורחי'ס' מיט'ן זעלבן נאמען...


ערעב יוד: ווי רופט מען אייך אויף צו דער תורה? עמאמ... עמאמ... אורחי פורחי בן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 9:56 am
דורך מאשקע
העי, דו בעל קורא, רוף נישט אויס אלע דריי נאכאנאנד, ס'קען שאטן צו עין הרע...