בלאט 1 פון 3
זאלן חסידישע אינגעלייט דרייוון בייקס אין די סיטי
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 8:05 pm
דורך גערעכטער
אזוי ווי דער ציבור אין די סיטי ציוואקסט זיך בלע"ה און די שטאט וואקסט מיט, מען צישפרייט זיך מער און מער, צו גיין פון איין זייט שטאט צום אנדערן איז שוין א שאלה פון תפילת הדרך.. פון די אנדערע זייט האבן א קאר איז 'יצא שכרו בהפסדו' כידוע, צוליב מאנגל און פארקינג, שווערע טרעפיק, 'אראנדשע קוויטלעך' יעדע שני וחמישי, ועוד. איז אפשר איז געקומען די צייט מ'זאל "אנהייבן דרייוון בייקס" דא אין בארא פארק / וויליאמסבורג וכו' אויף א טאג טעליכן פארנעם, אין יא! חסידישע אינגעלייט מיט בארד און פיאות, למה נגרע פון אונזער ברודער און מאנסי און אין אנדערע שטעט ווי אינגעלייט פארן מיט בייקס צו גיין פון איין פלאץ צום צווייטן.
אלזא לאזט הערן אייער מיינונג אויף די טעמע.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 8:07 pm
דורך green
איך האב געהאט א עקסידענט ווען א שיקסע (א שווארצע טע) האט אריינגעזעצט אין מיר מיט א בייק ערב סוכות, איך ריקאווער נאך
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 8:10 pm
דורך גערעכטער
א רפואה שלימה! מיר שמועסן דא טאקע פון פאראנפארטליכע חסידישע אינגעלייט, און נישט פון שוואר... שיקצ... וואס קוקן נישט ווי זיי פארן בעו"ה..
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 8:23 pm
דורך ווישוואש
green האט געשריבן:איך האב געהאט א עקסידענט ווען א שיקסע (א שווארצע טע) האט אריינגעזעצט אין מיר מיט א בייק ערב סוכות, איך ריקאווער נאך
צייט אז בייקס זאלן זיין אינשורד
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 8:28 pm
דורך זאכליך
דאכט זיך מיר אז ס'שוין געווען שמועסן איבער דעי נושא, אבער אן אנקעטע איז נאכנישט געווען.
העלמיר טאקע ציווארטן און זעהן וואס דער עולם האלט. איך האב געשטימט אויף יא.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 8:32 pm
דורך green
ווישוואש האט געשריבן:green האט געשריבן:איך האב געהאט א עקסידענט ווען א שיקסע (א שווארצע טע) האט אריינגעזעצט אין מיר מיט א בייק ערב סוכות, איך ריקאווער נאך
צייט אז בייקס זאלן זיין אינשורד
יא ביג טיים, כהאב נישט וועם צו סוען נעבעך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 5:57 am
דורך עירמאנט'ער
אין מאנסי זע איך נישט קיין אינגעלייט דרייווען בייקס
בחורים יא אבער אויך גאנץ ווייניג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 7:39 am
דורך להגדיל שמו
עירמאנט'ער האט געשריבן:אין מאנסי זע איך נישט קיין אינגעלייט דרייווען בייקס
בחורים יא אבער אויך גאנץ ווייניג
דאס געוואלט שרייבען.
אין מאנסי איז אויך נישט די נארם צו דרייוון בייקס, אבער אז מען רעדט שוין פון עס איינפירען קען מען אריין נעמען די מאנסי אינגעלייט אויך, עס איז דא פלאטץ פאר יעדן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 10:28 am
דורך מאנ-יימער
זאכליך האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז ס'שוין געווען שמועסן איבער דעי נושא, אבער אן אנקעטע איז נאכנישט געווען.
שוין געווען א אשכול מיט אן אנקעטע, נאר יענע שטים בודקע איז שוין פארמאכט.
viewtopic.php?f=3&t=9960
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 11:15 am
דורך מחותן
עירמאנט'ער האט געשריבן:אין מאנסי זע איך נישט קיין אינגעלייט דרייווען בייקס
פון מאנסי איז נישט קיין ראיה צילוב די פולע בערג, מאנגעל אין סיידוואלקס, און די ווייטקייט פון איין פלאטץ צום צווייטען.
____
viewtopic.php?p=867054#p867054
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 23, 2014 1:11 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
רוף צוריק מעיאר בלומבורג ער וועט דיר עס ערלעדיגן איינס צוויי
פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 25, 2014 11:59 pm
דורך טשייניק
אלעס איז צוגעשטעלט אויף א גאלדענעם טאץ, סיטי בייקס, בייק לעינס.
סא פארוואס נישט.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 1:10 am
דורך AHA
דערווייל איז עס א לענדסלייד פאר יא, נו אויב אזוי פארוואס ווארט מען? געגאנגען!!!
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 1:11 am
דורך dovidal
גוט פאר עקסערסייז
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 7:35 pm
דורך גערעכטער
אקעי! ווער וויל זיין די נחשון? די ערשטע חסידישער אינגערמאן צו פארן מיט א בייק און די סיטי. ווער ס'וויל זאל אויפהייבן די הענט...
ערנסט גערעדט, מיר האבן שוין דערווייל 29 (קעגן בלויז 4...) וואס זענען גרייט, נא? סא???
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 7:39 pm
דורך משה יענקל
איך בין נישט מסכים..
אלס א מיטגעליטענער ווען איינער איז אריינגעפארן און מיר מיט א שגץ בייק...
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 7:42 pm
דורך גערעכטער
נא! מיר רעדן נישט ח"ו פון 'שגץ בייקס' מיר רעדן פון "פשוטע" סיטי בייקס...
און אז די האלטס אזוי גיב דיין שטימע מיט א הילכיגן "ניין".
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 7:43 pm
דורך משה יענקל
גערעכטער האט געשריבן:נא! מיר רעדן נישט ח"ו פון 'שגץ בייקס' מיר רעדן פון "פשוטע" סיטי בייקס...
און אז די האלטס אזוי גיב דיין שטימע מיט א הילכיגן "ניין".
אפגעשטומען מיטן ניין!!
אוי איז דאס געווען א קאשמאר.....
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 10:26 pm
דורך ווישוואש
גערעכטער האט געשריבן:אקעי! ווער וויל זיין די נחשון? די ערשטע חסידישער אינגערמאן צו פארן מיט א בייק און די סיטי. ווער ס'וויל זאל אויפהייבן די הענט...
נעה, סאיז דאך דא א חשש גילוי
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 6:50 am
דורך להגדיל שמו
גערעכטער האט געשריבן:אקעי! ווער וויל זיין די נחשון? די ערשטע חסידישער אינגערמאן צו פארן מיט א בייק און די סיטי. ווער ס'וויל זאל אויפהייבן די הענט...
ערנסט גערעדט, מיר האבן שוין דערווייל 29 (קעגן בלויז 4...) וואס זענען גרייט, נא? סא???
כהאב דיר שוין געשריבען אין אישי, געב א קלינג מיסטער בלאזיא אז ער זאל לייגען א סטאנציע ביי מיין שוויגערס קארנער, העל איך אויפפיקען מיין חלות ערב שבת מיט די בייק.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 1:49 pm
דורך יוראפ
בלאזיא האט א אישי?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 1:56 pm
דורך להגדיל שמו
אסאך אישאס
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 2:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
די מעשה איז אזוי, עס איז צוויי פראבלעמען מיט די בייקס.
קודם איז עס א "קעטש 22", נאר א אויסווארף דרייווט ארום א בייק, און עס וועט נאר ווערן "נארמאל" אויב יעדער וועט דרייוען, אבער קיינער וויל נישט דרייווען, ווייל עס איז נישט נארמאל, בלייבט עס נישט נארמאל....
די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב ווערט עס א "נארמאלע זאך" וועסטו נישט קענען אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס, און דאס איז שוין יא א ערנסטע פראבלעם.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 3:03 pm
דורך מחותן
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב ווערט עס א "נארמאלע זאך" וועסטו נישט קענען אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס, און דאס איז שוין יא א ערנסטע פראבלעם.
צילוב...? ענדיג צו פארוואס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 3:10 pm
דורך להגדיל שמו
מחותן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב ווערט עס א "נארמאלע זאך" וועסטו נישט קענען אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס, און דאס איז שוין יא א ערנסטע פראבלעם.
צילוב...? ענדיג צו פארוואס.
איך מעג ענפערען?
ווייל מען קען נישט האבען קיין השגחה ווי זיי גייען.