בלאט 3 פון 3
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 10:30 pm
דורך בערקא
אין די קומענדיגע 50 וועסטו עס מנהסתם ווייטער נישט זעהן
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 05, 2014 10:34 pm
דורך גערעכטער
ווארט נאר ווארט! ס'וועט נאך זיין!
אסאך זאכן זענען שוין געשען וואס קיינער האט נישט פארגעזאגט / פארגעזאגט אז ס'וועט נישט זיין....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 2:26 am
דורך דמתה לתמר
נאר צו פאסטען מיין ענפער, פאר געוויסע יא פארוואס נישט, אבער פאר אנשים מכובדים, וואס טארען על פי הלכה נישט לויפען אויפן גאס פאסט דאס מן הסתם אויכעט נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 10:18 pm
דורך גערעכטער
זייער ריכטיג, אין קורצן מיינט דאס יא! ווייל קיינער האט נישט געמיינט אז רבנים וועלען אנהייבן דרייוון בייקס אין די סיטי ווען די צוויי (אדער מער..) גבאים פארן נאך ביי די צוויי זייטן...(שטעל זיך פאר...)
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2014 6:10 am
דורך כאפצעם
געשטימט פאר יא.
פאר מיר איז א בייק בכלל נישט קיין פרעמדע זאך, ווען איך גיי וועקאציע שמייס איך ארום מיט א בייק, ס'איז זייער געזונט און זייער געשמאק,
גרויסע טאטעס מוזן זיך אויך אמאל אויסגעבן.
נישטא וואס צו רעדן אפילו ס'קומט אריין אין סטייל געהעריג דא אין שטאט גייט עס פארט זיין א זאך ס'גייט נישט פאסן פאר א דריטל שטאט פונקט ווי קארס האט נאך אלץ א געוויסע פראצענט מענטשן וואס ס'פאסט זיי נישט דאס דרייוון א קאר עאכו"כ דרייוון א 2 רעדלדיגן בייק וועט קיינמאל נישט ווערן א עכט נארמאלע זאך מיט וואס גאר ערענסטע מענטשן זאלן זיך נישט שעמען.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 11:01 am
דורך שלעפשיץ
אוי עס טוט מיר אביסל וויי - אווי אזא אשכול פארנעמט אן ארט אויף איי-וועלט
פארן מיט א בייק איז אזא זאך ווי גיין מיט א קוטשמע
אדער קויפן א קואטש
די רבי ז"ל האט געהאלטן פון גיין מיט א קוטשמע?
ער האט געהאלטן פון קויפן א קאוטש?
די זעלבע האט ער געהאלטן וועגן בייקס
געמאכט ריסערטש שוין א לאנגע צייט צוריק, ארום געפרעגט
די רבי האט אין זיין לעבן פשטות נישט גערעדט דערפון
ברבים זיכער נישט - פריוואט קיינמאל געהערט דערפון.
דאס וואס עס האט באקומען אזא לעיבל ווי שגץ בייק איז א דאנק די סאטמאר'ע מנהלים
אזוי ווי אייזערנע גלעזער איז געווען א מדובר, איז געווען א שגץ בייק
איך קען פארשטיין זייער סברה, זיי האבן נישט געוואלט אז די קינדער זאלן קומען אין חדר דערמיט
דאס איז א שטארקע טענה, סיי צוליב די חורבן פון די טראנספארטאציע וואס וואלט שטארק אויסגעקלאפט אויף א שלעכטן וועג
סיי די אחריות, זיי האבן זיך נישט געזוכט מער קאפ ווייטאג.
אבער פאר טאטעס אנצוקומען אין ארבייט, איז א רחמנות אז מען נוצט עס נישט
ספעציעל ווי די אויגן גייען אויס פאר קנאה אויף די מאנסיאנער אדער אנדערע שטעט איינוואונער וואס נוצן עס יא.
איך וואון אין וומסב"ג איך וואלט גענוצט איינס ווען עס איז וועהן נישט אזא הארבע עבירה ווי 111 ליע עוו
טא ענטפער אליין א תי' אויף די קשיא פונעם קעפל:
זאלן חסידישע אינגעלייט דרייוון בייקס?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 12:17 pm
דורך גערעכטער
זייער פיין אראפגעלייגט.. אבער די לייגסט צוזאם גלעזער מיט בייקס וואס לענ"ד לא קרוב זה אל זה ווייל נישט פארן מיט בייקס איז א מכת מדינה (ברוקלין יצ"ו) פארשטייט זיך ביי 'גרויסע טאטעס' אבער נישט גיין מיט אייזענע גלעזער... הממ די גלעזער וואס מ'גייט היינט... שוין לאמיר נישט מאריך זיין...
אין קורצן עס האט נישט מיט "וואס דער רבי האט געהאלטן לגבי דרייוון א צוויי רעדלדיגער, נאר וואס 'אונז' האלטן...
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 1:54 pm
דורך ניק ניק
ווער איז אין פאר א שטיקל גמרא?
זאגט די הייליגע גמרא -מסכת גיטין דף ל"ז עמוד ב'- תנן התם וכו' לאמיר עס מאכן בקיצור
יעדער ווייסט אז מ'שטיי מיר יעצט אין א שמיטה יאר שטעלט זיך א שאלה וואס איז די דין מיט א מארטגעזש אדער פיינענס, קען מען זאגן נאך שמיטה פארן באנק ישקנו און בלייבן מיטן הויז און מיטן געלט אדער נישט?
דער ענטפער איז ס'איז א מחלוקה, רב און שמואל האלטן אז יא שביעית איז משמט אפילו א מארטגעזש, ר' יוחנן און ריש לקיש האלטן אז ניין א מארטגעזש איז נישט משמט.
דער גמרא ברענגט צוויי ברייתות אזוי ווי ר"י און ריש"ל און קיין איינס נישט ווי רב און שמואל.
פארציילט דו גמרא א מעשה א איד איז געקומען צו ר' יוחנן היות איך האב א מארטגעזש און יעצט איז שמיטה דארף איך באצאלן אדער נישט, ענטפערט ר"י "ניין דארפסט נישט באצאלן"! פרעגט דער איד, דער רבי האלט דאך אז מ'דארף יא באצאלן, און דו ברייתות האלטן דאך אויך אזוי ווי אייך? קוקט די אטעטשמענט וואס ער האט גענפערט.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 2:21 pm
דורך גערעכטער
שיינע גמרא. (די לשון ווערט געניצט כמה פעמים בש''ס)
נא? פיר אויס, לענינו?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 8:46 pm
דורך גערעכטער
יא! היינט געזען א 'חסידישער' אינגערמאן דרייווען א בייק אין וויליאמסבורג,
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 9:00 pm
דורך כאפצעם
יו אר קידינג רייט?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 9:21 pm
דורך גערעכטער
נא איי עם נאט...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 9:41 pm
דורך כאפצעם
אה, קענסט זיין דו מיינסט אין די נארט גאסן די אנדערע זייט פונעם וומס"ב בריק, דארט האבעך שוין אסאך מאל געזעהן גרופעס יונגעלייט מיט בייקס,
די אשכול אבער רעדט איבער די נושא פון נוצן בייקס אלס אן עמטליכער טרעוול מיטל ארומצופארן אין היימישן געגנט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 4:31 pm
דורך גערעכטער
...
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:04 pm
דורך שנאפס
א חסידישער אינגערמאן גייט נישט געווענליך אן א הוט און רעקל אויף דער גאס..
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 15, 2015 5:07 pm
דורך יוראפ
און חסידישע יונגעלייט פארן נאר וואו ס'איז דא בייק לעינס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:15 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
ווייס איך פון א יונגערמאן פון וויליאמסבורג וואס פארט יעדן טאג אין די ארבעט מיט א בייק א וועג פון 5 מינוט מיט א בייק, צו גיין נעמט בערך 25 מינוט,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 10:21 pm
דורך עץ ארז
אין חזון איש און אמונה ובטחון שטייט '' בא'''ד מי שדרכו לרכוב בעיר לא ירכב על במתי שמימיים
שפלות הנפש יסודה בנפש ולא במעשה, והמעשה השפלים הם זרע השפלות הנפשי והמעשים המעדים על השפלות שונים, מהם גסים וגשמים כאכילה בשוק
ורכיבה על הסוס בקרית חוצות כו'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 11:02 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
כאפ איך נישט דעם צושטעל
אין יוראפ קענסטו טרעפן 'שיינע יודן' פארן אויף בייק'ס
#עץ ארז האקט
פארעפענטליכט: שבת מאי 16, 2015 10:01 pm
דורך שלעפשיץ
איך טראכט שוין ארויס צו קומען פון קלאזעט
איך פיל שוין אן די רעדער אויף מייין בייק, איך מיין עס גייט ווערן מיין אויפיציעלע טראנספארטאציא
פארעפענטליכט: שבת מאי 16, 2015 10:09 pm
דורך גערעכטער
שלעפשיץ האט געשריבן:איך טראכט שוין ארויס צו קומען פון קלאזעט
איך פיל שוין אן די רעדער אויף מייין בייק, איך מיין עס גייט ווערן מיין אויפיציעלע טראנספארטאציא
חזק חזק! באקומסט מיין פולע שטיצע...
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 5:54 am
דורך עירמאנט'ער
פון שייגאץ בייק
ביז שלעפשיץ בייק
דורות פאלן