בנאות דשא
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 03, 2007 2:15 pm
בנאות דשא ירביצני איי איי איי איי איי איי איייא אייייאייייאיייייאיי על מי מנוחות ינההההליני
אזוי זינגט זיך דער אידל, דער חסיד בחסידתו, און דער יעקער ביקרותו, יעדן שלש סעודות פון די געהויבענסטע צייטן אין די וואך, אויב נישט די העכסטע. ס'זענען דא וואס זינגען דאס אזוי געשמאק אינאיינעם מיט נאך עטליכע אידן ביינעזאם ביי א טיש, און עס זענען פארהאנען וואס זינגען דאס בין תנור לכיריים אזוי נאר ער מיט גאט אליין. מערסטענס דערקענט זיך די חילוק צווישן די חסידים וואס ווארעמען זיך צוזאמען מיט נאך עטליכע און צומאל הונדערטער אידן ביי א ווארעמען בני היכלא און מזמור לדוד, און אז גאט העלפט זענען די לעקטער פארלאשן. און די מתנגדים/יעקערס/ליטאים וכל שום וחניכא דאית להו, וואס זאגן דאס אין שטוב מיט'ן קנייטש הוט, צומאל גענצליך אליין, און צומאל מיט א קינד צוויי פון די זייט. אלע אין די זעלביגע צייט יעמאלט ווען די זוהן נויגט צו מעריב זייט זינגט/זאגט מען דעם געשמאקן מזמור לדוד. טו בי אננעסט, די בעלי מקובלים זענען מוסיף אויף דעם, אז יעדעס מאל וואס מ'וואשט זיך צו א סעודה, הערט מען זיי זאגן אט דעם קאפיטל כ"ג פונ'ם ספר תהלים, וואס דוד המלך נעים זמירות ישראל האט מחבר געווען.
אוי יעדער איד ווען ער זיצט ביי די דריטע סעודה פונ'ם שבת קודש, אט אט געזעגנט מען זיך פונ'ם יום מנוחה, לויפן איהם דורך געוואלדיגע גוטע מחשבות אין מוח, די געפילן זענען בענקענדיג אין סוף. עס זאגט זיך פון זיך אליין: די קומענדיגע וואך רבוש"ע, וועליך נישט פארפאסן קיין מנחה מיט קיין מנין, און אויך מיין שיעור וואס כ'שטופ שוין אפ זינט תשעה באב, וועל איך ממשיך זיין. כ'זאג דיר צו רבוש"ע, געב מיר נאך א שאנס, נאך איין שאנס, כ'גיי זיין וואויל און ערענסט. די וואך וועל איך זיך נישט דערזעהן צום לכו נרננה כראפעצדיג א_ווי אן אויסגעקלאפטע הושענא, כ'וועל זיך גרייטן צום שבת, א_ווי עס פאסט זיך.
אין אט די הייליגע מאמענטן זינגט מען אט דעם הייליגן קאפיטל פון תהלים, עז אן הכנה צום קבלת עומ"ש מיט מנין, וואס מ'זאגט מיט גרויס התלהבות. עס זענען דא וואס זינגן עס דריי מאל, אין אנדערע מקומות זענען דא וואס זינגן נאר איינמאל, אבער זינגן זינגט דאס יעדער.
לאמיר זיך געבן א טראכט אביסקעלע טיפער וואס איז דער קאפיטל? וואס זינגט דארט אונזער קעניג מיט זיין פידל? איי מזמור לדוד האשעם רועי לא אחסר, אז גאט פאשעט מיך פעלט מיר גארניקס. בנאות דשא ירביצני, אין הערליכע גראזן טוהט ער מיך מאכן הויערן...... על מי מנוחות אויף רואיגע וואסערן ינהלני טוט ער מיך פירן.
דוד המלך שרייעט ארויס זיין טראסט אין גאט ברוך הוא, גם כי אלך בגיא צלמות, לא לא אירא רע, ניין רבוש"ע כאב פון גארנישט מורא, כי אתה עמדי, ווייל דו וואס פאשעט מיך אויף הערליכע גראזן און פירט מיך אויף רואיגע וואסערן איז מיט מיר. נו איז פון וואס זאל איך דען מורא האבן? און אויב שוין עפעס, שבתך ומשענתך המה ינחמוני, דיין אנלאנער רובש"ע דיין בענקעלע. אהה דאס טרייסט מיך. ווער עס איז אביסקעלע באקאנט און שמואל הנביא א און ב, און אויך אביסל אין מלכים און זעהט וואס דהמע"ה האט מיטגעמאכט זיין גאנצע לעבן, און זעהט דעם לא אירא רע, כאפט א קיצל, וויאזוי קוקט ער אטהן זיין באשעפער, אההה בנאות דשא ירביצני, אלעמאל ביסטו גוט געווען צו מיר רבוש"ע, אייביג אייביג על מי מנחות ינהלני. נישט קיין חילוק וואס ס'האט פאסירט מיט מיר, אלעס איז געווען געוואלדיגע געשמאקע גראז, רואיגע וואסערן... איז דאך דאס די מערסטע פאסיג, יעמאלט ווען דער אידעלע געזעגנט זיך שוין פונ'ם שבת, ווער ער שטייט פאר'ן אריינגיין אינ'ם גיא צלמות... זינגט ער זיך אונטער, לא אירא רע, כי אתה עמדי.....
אוי געוואלד, כ'וויל דאך דא צו עפעס צוקומען, יא, כ'דערמאן זיך שוין..
עס זענען געווען גדולי עולם, וואס האבן אלעמאל גענומען הערליכע מליצות צו פון תהלים צו פון ערגעץ אנדערשוואו, און אזוי געשריבן בריוו אדער חידושים. איז ביום מן הימים געוועזען עמיציר פון די גרויסע, וואס זענען געווען אויף א קור-ארט, כדי צו שעפן פרישע כוחות צו פירן זייער עדה על מי מנוחות. און ווען ס'איז אויסגעקומען צו שרייבן בריוו פון דארט, האבן זיי געשריבן: פה בנאות דשא מארינ-באד. איי אידאס געווען א מקום פאר צדיקים, זיי האבן זיך געדרייט מיט די גלאזן אין א שטרוי אריינגעשטעקט דערין, וויפיל שיחת תלמידי חכמים הצריכים לימוד, זענען אדורך די לופט פון מארינבאד. וואו נעמט מען בכלל די גדולים דא אהער???
אהה פון דא ביז ביז ביז די בילדער מאגאזינען איז פאלג מיר א גאנג, זיי רעדן אויך פונ'ם נאות דשא, מורינו האדמור מהעטעך פעטעך שליטא האט געוויילט בנאות דשא אין זיין קאנטרי אין פאלסבורג, און דער אנדערער אין מאנטיסעלאו, און דער דריטער אין סוואן לעיק, דער פערטער אין ליבערטי. כ'קען נישט נאך אלע מקומות דארט. און דא ווילעך צוקומען....
זיצט דער אידעלע אינ'ם געהויבנסט'ן זמן פון די וואך, און ער זינגט מיט נאך הונדערטער אידן, מזמור לדוד, האשעם רועי לללאאא אחסר, ער קלערט זיך אזוי אריין, דער זיידע דער קעניג דוד המלך זינגט און דאנקט דעם רבוש"ע, דו מיין פאסטעך ווען דו פאשעסט מיך, פעלט מיר גארנישט, עס קומט א וואך, מ'מוטשעט זיך פאר פרנסה, אבער אלעס איז גוט אלעס איז געשמאק, ווייל ווען דו ביסט מיין פאסטעך, פאשעסט מיך בנאות דשא....... וואס???? וואו? אין פאלסבורג? אין וועכע קאנטרי?? אה מסתמא אין וואודבערן... אאההה אוקיי, כ'פלאן טאקע צו פארן.. נישט דאס יאר, מערצעשעם נעקסטע יאר. אינדערמיט טראכט ער פונ'ם סווימינג פול, נע זיי האבן נישט גענוג א ברייטע, נו ווער יא? געט ער א פרעג שמעונ'ן זיין שכן, נו ווער האט א בעסערע פול??? כ'מיין אז פריעד'ס באנגעלאו קאלאני האט צו א שמאלע... אפסס.. יענקל, פונקט טראכט איך אויף פון דעם.. יא? דו טראכסט דערפון אינמיטן שלש סעודות? (אייגענטליך וואס טוה איך?) שוין עניוועי........ האשעם מלך האשעם מלך האשעם ימלוך לעולם ועד... הויבט אן גריזשלען אין זייערע אויערן... אוי מ'האלט דאך שוין ביי קבלת עומ"ש דא, וויי געוואלד ווי בינעך דא אנגעקומען??? אה יא בנאות דשא ירביצני איי איי איי איי איי איי איי איי איי איי איי איי איי על מי מנחות ינהלני.....