בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 30, 2015 12:31 pm
דורך סמארט גאי
קנאפער ידען האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:איך וואלט געפרעגט א אנדערע קושיא,

נאכדעם וואס די האסט אויסגעפונען ווער א ניק איז, צו נעמסטו אן אנדערש זיינע תגובות, ???

האסט איין ספק אז נישט?! אויב מען קען איינעם - אפשר פון איין מאל באגעגענען נישט אבער אויב מען האט קענען לערנען יענעם אין ריעל לייף - קוקט מען אן די תגובות מיט א פילטער פון יענעמס פנים.

יאפ,

ס'ממש אנביליעוועבל וואספארא דיפערענץ ס'מאכט אויס,

און לכאורה (קארעקט מי איף איים ראנג) איז די סיבה, ווייל יעדע מענטש בויט אויף א בערכ'דיגע בילד פון א ניק לויט די סארט די תגובות וואס יענער שרייבט, וועלכע שטעלונגן ער נעמט, אא"וו, די רגע וואס די ווערסט געוואר יענעמ'ס אמתע פנים, קענסט איבערליינען די זעלבע תגובה וואס די האסט נעכטן געליינט און האבן אן אנדערע בליק דערויף

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 7:28 am
דורך שלום אויש
זייער קלוג ארויסגעברענגט! דינסט אין פעלד פון פארשטיין מענטשן?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 12:38 pm
דורך סמארט גאי
שלום אויש האט געשריבן:זייער קלוג ארויסגעברענגט! דינסט אין פעלד פון פארשטיין מענטשן?

ניין, א פלעינע האבי,

און ס'טוישט אינגאנצן מיין התנהגות,

ווען די האנדלסט מיט א מענטש, און די לערנסט דיך אויס צו פארשטיין וואס יענער האט 'באמת' געוואלט זאגן, און נאכדעם וואס קען זיין די סיבות 'פארוואס' יענער האט עס געזאגט,

טוט עס אויף צוויי (ווארשיינליך מערערע, אבער איך בין נישט קיין פסיכאלאג, איך רעד נאר פון מיין באגרעניצטע ערפארונג) זאכן,

1) די ווערסט נישט באליידיגט פון יענעמ'ס ווערטער אדער התנהגות צו דיר, (און ס'איז סאך גרינגער יענעם דן צו זיין לכף זכות)

2) די מאכסט ביי דיר אפ וויאזוי צו האנדלן מיט יענעם, באופן נישט צו בלייבן גערעכט, נאר וואספארא פאקטישע רעזולטאטן קען איך רעאליסטיש ערווארטן,

און נאכמער, בלייבן 'גערעכט' פארלירט איר וויכטיקייט, און מ'לעבט א רואיגערע לעבן,

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 12:46 pm
דורך עין טובה
איך וואלט עס אנגעקוקט ווי א שאך שפיל....
מ'דארף טראכטן ווי יענער איז געגאנגען, און פארוואס...

ודו"ק